להיות עם חופשי בארצנו??

איינמאל דו רעדסט פון העטעך פעטעך ווייס איך נישט פונקטליך וואו דו האסט דיך אפגעשטעלט. ווען דו מדינה גרינדעט זיך ווען תר"נ וואלטן זיי זיך נישט געקענט שלאגן מיט היטלער? אויף וואס ארויף? דו היינטיגע מדינה וואלט זיך זיכער געקענט שלאגן מיטן דעמאלטסדיגע היטלער, און קען זיך שלאגן מיט רוב היינטיגע היטלערס (זיכער מיט די כוח פון זייערע אלאירטע)
די דעמאלטסדיגע העטעך פעטעך מדינה מיט די דעמאלטסדיגע היטלער
 
די שאלה איז צו עס איז בכלל דא נאך א טשענס פאר א האליקאוסט און צו מען דארף זיין אזוי פאראנויד ווען אנטי סעמעטיזם די וועלט האט זיך אזוי געטוישט נאכדעם צו די וועלט מער לינס עס פעלט שוין נישט אויס
 
די שאלה איז צו עס איז בכלל דא נאך א טשענס פאר א האלאקאוסט און צו מען דארף זיין אזוי פאראנויד ווען אנטי סעמעטיזם די וועלט האט זיך אזוי געטוישט נאכדעם צו די וועלט מער לינס עס פעלט שוין נישט אויס
די זעלבע האט מען זיך איינגערעדט פאר'ן האלאקאוסט, די דייטשן זענען געווען די מערסטע אויפגעקלערט, פאליטיקלי קארעקט, שיינע מענטשן, זיי האבן אפילו רחמנות געהאט אויף חיות. Awwwww האוו לאוולי.
 
סתם א נקודה צום שם השנירעל
להיות עם חפשי איז א המשך צו די ווערטער התקוה = האפענאונג, קיינער האט נישט געזאגט אז די תקוה איז שוין נתקיים געווארען במילואו
 
און ווער זאגט אז א מדינה געגרינדעט תר"נ וואלט זיך נישט געקענט שלאגן מיט היטלער?
אז ער האט געקענט אייננעמען פוילן פראנקרייך איטאליע אונגארן בעלגיע ועוד, וואלט ער געקענט אייננעמען עפעס א קליין לענדל אין די מידל איסט.
 
אז ער האט געקענט אייננעמען פולין פראנקרייך איטאליע אונגארן בעלגיע ועוד וואלט ער געקענט אייננעמען עפעס א קליין לענדל אין די מידל איסט
סאו די ספינסט די העטעך פעטעך וויאזוי עס שמעקט דיר?

אפשר וואלט ארץ ישראל געווען די וועלטס מאכט וואס אמעריקא און אלע לענדער וואלטן זיך געלעקט צי איר?
 
נישט אינטערעסאנט צו שפעקולירן וואס וואלט געווען ווען די מדינה וואלט געגרינדעט געווארן הונדערט יאר בעפאר עס איז טאקע געגרינדעט געווארן.
די שאלה איז צי עס איז געווען א טעות תש"ח ווען עס איז טאקע געגרינדעט געווארן, אדער מיר וואלטן בעסער אויסגעקומען אן א מדינה.
מיין מיינונג? ס'איז נישט מעגליך צו וויסן.
 
דייטשלאנד וואלט נישט געהארגעט ווען אידן האבן א לאנד?
צו ענטפערן די שאלה דארפסטו קודם וויסן פארוואס נאצי דייטשלאנד האט גע'הרג'ט אידן, די עיקר סיבה איז געווען אנטיסעמיטיזם, וואס איז געקומען פון קנאה, די אידן זענען געווען זייער גרויס אין דייטשלאנד, אין מעקסיקא האט קיינער פיינט אידן ווייל זיי זעהן נישט קיין אידן פאר די אויגן, פארוואס זאל סינגעפאר דערקלערן קריג אקעגן אידן און אנהייבן אויס'הרג'ענען אלע אידן.
 
קען טאקע זיין אז א"י דארף אנהייבן נישט צו געבן א פ*ק וואס די וועלט זאגט און אנהייבן פראטעקטן זייערע מענטשן ווי ס'דארף צי זיין, און דעמאלס וועט זיין מנוחה, נישט ווארטן ביז זי כאפט געבראטענע מכות, און מסביר זיין פאר די וועלט פארוואס ביזט בארעכטיגט צו גיין אין מלחמה, די וועלט גייט דיך עניוועי פיינט האבן, קוק ווי שנעל די סימפאטיע צו OCT. 7 האט אויסגעוועפט..
די פראבלעם איז אז מדינת ישראל דארף אנקומען צו די וועלט, אויב איז מד"י נישט דעמאקראטיש פארלירט זי שטיצע פון די דעמאקראטישע לענדער, און איינער אליין קען זי נישט מלחמה האלטן, אנדערש איז כאמאס וואס האט גענוג אראבישע לענדער וואס העלפן איר.
 
צום פותח האשכול'ס טענה

דו האסט א מוראדיגע טענה אויף יעדע אידישע נפש, איך וואלט דיר געפרעגט אויב מ'קען ווען קענסלען די קארס און די באסעס, און צוריק גיין צו פערד און וועגענער וואלסטו עס געטון?

ס'איז זיכער אז קארס ברענגען זייער אסאך טויט פעלער, אפשר איז געווען א טעות די גאנצע געדאנק פון דרייוון קארס, דו ווייסט וויפיל אידישע קרבנות קאר עקסידענטן האבן געקאסט? שטעל דיך פאר דיין ווייב ווערט אראפגעקלאפט, שטעל דיך פאר דיינע קליינע קינדער ווערן אראפגעקלאפט, וואלסט זיכער געוואלט ס'זאל נישט זיין קיין קארס אין דיין גאנצע שטאט אויב דו קענסט פארמיידן דיינע נאנטע זאלן נישט שטארבן.

אבער איך מיין קיינער גייט נישט פארלאנגען אז מ'זאל קענסלען קארס און באסעס, ווייל יעדער פארשטייט אז די פרייז וואס מ'צאלט דערפאר איז ווערט פאר די באקוועמליכקייט וואס מ'באקומט.

איי ס'איז נישט סתם גוים וואס שטארבן, ס'איז אונזער בלוט און פלייש, אבער וואס קען מען טון, כלל ישראל האט דעסיידעד אז ס'איז דא א פרייז פון אידישע נפשות וואס מ'איז גרייט צו באצאלן פאר די ציל.


יעצט בנוגע די גאנצע טענה פון האבן א לאנד, די האפענונג איז אז די לאנד זאל שטיין פאר הונדערטער יארן, אפשר איז זיבעציג יאר צו א קורצע צייט צו שאצן אויב ס'האט זיך געלוינט?

אפשר אויב מ'וועט מאכן א חשבון ווען ס'גייט זיין 150 יאר פון הקמת המדינה, אויב ס'האט זיך געלוינט צו האבן א מדינה וועט די חשבון אויסקומען אז ס'איז געשטארבן די קלענסטע פראצענט מענטשן ווי ווען מ'וואלט געווען ערגעץ אנדערש? קענסט נאר מאכן א חשבון פון ביז יעצט, דו ווייסט דאך נישט וואס גייט זיין.

בן גריון בשעתו האט דאך אויך נאר געקענט מאכן א חשבון פון וואס ער האט געזעהן דעמאלטס, דעמאלטס איז געווען דריי יאר נאך די האלעקאוסט, און דאס האט אויסגעקוקט די בעסטע זאך, מ'האט נאך דעמאלטס נישט געוויסט אז אין אמעריקא גייט זיין אזא גוטע פלאץ צו וואוינען.

אפילו סאטמארע רבי וואס האט אלס פארפירט אז מ'טאר נישט האבן קיין מדינה איז אויך קודם געגאנגען וואוינען אין פאלעסטינע ער האט נישט געפלאנט צו גיין וואוינען קיין אמעריקא ער איז נאר געקומען דא נאך געלט און איז למעשה געבליבן.

נאך א נקודה, וועסט פרעגן פילע מענטשן אין ארץ ישראל אויב זיי וואלטן ענדערש געוואלט וואוינען אין אמעריקא, זייער אסאך וואלטן נישט געוואלט, איי ס'איז דא באמבעס? באמבעס מאכט זיי נאכנישט וועלן אוועק גיין, זייער אסאך זענען נישט דארט ווייל זיי מוזן דארט זיין, אסאך קענען גיין קיין אמעריקא און זיי גייען נישט ווייל זיי ווילן נישט.
 
Back
Top