להיות עם חופשי בארצנו??

איינמאל דו רעדסט פון העטעך פעטעך ווייס איך נישט פונקטליך וואו דו האסט דיך אפגעשטעלט. ווען דו מדינה גרינדעט זיך ווען תר"נ וואלטן זיי זיך נישט געקענט שלאגן מיט היטלער? אויף וואס ארויף? דו היינטיגע מדינה וואלט זיך זיכער געקענט שלאגן מיטן דעמאלטסדיגע היטלער, און קען זיך שלאגן מיט רוב היינטיגע היטלערס (זיכער מיט די כוח פון זייערע אלאירטע)
די דעמאלטסדיגע העטעך פעטעך מדינה מיט די דעמאלטסדיגע היטלער
 
די שאלה איז צו עס איז בכלל דא נאך א טשענס פאר א האליקאוסט און צו מען דארף זיין אזוי פאראנויד ווען אנטי סעמעטיזם די וועלט האט זיך אזוי געטוישט נאכדעם צו די וועלט מער לינס עס פעלט שוין נישט אויס
 
די שאלה איז צו עס איז בכלל דא נאך א טשענס פאר א האלאקאוסט און צו מען דארף זיין אזוי פאראנויד ווען אנטי סעמעטיזם די וועלט האט זיך אזוי געטוישט נאכדעם צו די וועלט מער לינס עס פעלט שוין נישט אויס
די זעלבע האט מען זיך איינגערעדט פאר'ן האלאקאוסט, די דייטשן זענען געווען די מערסטע אויפגעקלערט, פאליטיקלי קארעקט, שיינע מענטשן, זיי האבן אפילו רחמנות געהאט אויף חיות. Awwwww האוו לאוולי.
 
סתם א נקודה צום שם השנירעל
להיות עם חפשי איז א המשך צו די ווערטער התקוה = האפענאונג, קיינער האט נישט געזאגט אז די תקוה איז שוין נתקיים געווארען במילואו
 
און ווער זאגט אז א מדינה געגרינדעט תר"נ וואלט זיך נישט געקענט שלאגן מיט היטלער?
אז ער האט געקענט אייננעמען פוילן פראנקרייך איטאליע אונגארן בעלגיע ועוד, וואלט ער געקענט אייננעמען עפעס א קליין לענדל אין די מידל איסט.
 
אז ער האט געקענט אייננעמען פולין פראנקרייך איטאליע אונגארן בעלגיע ועוד וואלט ער געקענט אייננעמען עפעס א קליין לענדל אין די מידל איסט
סאו די ספינסט די העטעך פעטעך וויאזוי עס שמעקט דיר?

אפשר וואלט ארץ ישראל געווען די וועלטס מאכט וואס אמעריקא און אלע לענדער וואלטן זיך געלעקט צי איר?
 
נישט אינטערעסאנט צו שפעקולירן וואס וואלט געווען ווען די מדינה וואלט געגרינדעט געווארן הונדערט יאר בעפאר עס איז טאקע געגרינדעט געווארן.
די שאלה איז צי עס איז געווען א טעות תש"ח ווען עס איז טאקע געגרינדעט געווארן, אדער מיר וואלטן בעסער אויסגעקומען אן א מדינה.
מיין מיינונג? ס'איז נישט מעגליך צו וויסן.
 
דייטשלאנד וואלט נישט געהארגעט ווען אידן האבן א לאנד?
צו ענטפערן די שאלה דארפסטו קודם וויסן פארוואס נאצי דייטשלאנד האט גע'הרג'ט אידן, די עיקר סיבה איז געווען אנטיסעמיטיזם, וואס איז געקומען פון קנאה, די אידן זענען געווען זייער גרויס אין דייטשלאנד, אין מעקסיקא האט קיינער פיינט אידן ווייל זיי זעהן נישט קיין אידן פאר די אויגן, פארוואס זאל סינגעפאר דערקלערן קריג אקעגן אידן און אנהייבן אויס'הרג'ענען אלע אידן.
 
קען טאקע זיין אז א"י דארף אנהייבן נישט צו געבן א פ*ק וואס די וועלט זאגט און אנהייבן פראטעקטן זייערע מענטשן ווי ס'דארף צי זיין, און דעמאלס וועט זיין מנוחה, נישט ווארטן ביז זי כאפט געבראטענע מכות, און מסביר זיין פאר די וועלט פארוואס ביזט בארעכטיגט צו גיין אין מלחמה, די וועלט גייט דיך עניוועי פיינט האבן, קוק ווי שנעל די סימפאטיע צו OCT. 7 האט אויסגעוועפט..
די פראבלעם איז אז מדינת ישראל דארף אנקומען צו די וועלט, אויב איז מד"י נישט דעמאקראטיש פארלירט זי שטיצע פון די דעמאקראטישע לענדער, און איינער אליין קען זי נישט מלחמה האלטן, אנדערש איז כאמאס וואס האט גענוג אראבישע לענדער וואס העלפן איר.
 
צום פותח האשכול'ס טענה

דו האסט א מוראדיגע טענה אויף יעדע אידישע נפש, איך וואלט דיר געפרעגט אויב מ'קען ווען קענסלען די קארס און די באסעס, און צוריק גיין צו פערד און וועגענער וואלסטו עס געטון?

ס'איז זיכער אז קארס ברענגען זייער אסאך טויט פעלער, אפשר איז געווען א טעות די גאנצע געדאנק פון דרייוון קארס, דו ווייסט וויפיל אידישע קרבנות קאר עקסידענטן האבן געקאסט? שטעל דיך פאר דיין ווייב ווערט אראפגעקלאפט, שטעל דיך פאר דיינע קליינע קינדער ווערן אראפגעקלאפט, וואלסט זיכער געוואלט ס'זאל נישט זיין קיין קארס אין דיין גאנצע שטאט אויב דו קענסט פארמיידן דיינע נאנטע זאלן נישט שטארבן.

אבער איך מיין קיינער גייט נישט פארלאנגען אז מ'זאל קענסלען קארס און באסעס, ווייל יעדער פארשטייט אז די פרייז וואס מ'צאלט דערפאר איז ווערט פאר די באקוועמליכקייט וואס מ'באקומט.

איי ס'איז נישט סתם גוים וואס שטארבן, ס'איז אונזער בלוט און פלייש, אבער וואס קען מען טון, כלל ישראל האט דעסיידעד אז ס'איז דא א פרייז פון אידישע נפשות וואס מ'איז גרייט צו באצאלן פאר די ציל.


יעצט בנוגע די גאנצע טענה פון האבן א לאנד, די האפענונג איז אז די לאנד זאל שטיין פאר הונדערטער יארן, אפשר איז זיבעציג יאר צו א קורצע צייט צו שאצן אויב ס'האט זיך געלוינט?

אפשר אויב מ'וועט מאכן א חשבון ווען ס'גייט זיין 150 יאר פון הקמת המדינה, אויב ס'האט זיך געלוינט צו האבן א מדינה וועט די חשבון אויסקומען אז ס'איז געשטארבן די קלענסטע פראצענט מענטשן ווי ווען מ'וואלט געווען ערגעץ אנדערש? קענסט נאר מאכן א חשבון פון ביז יעצט, דו ווייסט דאך נישט וואס גייט זיין.

בן גריון בשעתו האט דאך אויך נאר געקענט מאכן א חשבון פון וואס ער האט געזעהן דעמאלטס, דעמאלטס איז געווען דריי יאר נאך די האלעקאוסט, און דאס האט אויסגעקוקט די בעסטע זאך, מ'האט נאך דעמאלטס נישט געוויסט אז אין אמעריקא גייט זיין אזא גוטע פלאץ צו וואוינען.

אפילו סאטמארע רבי וואס האט אלס פארפירט אז מ'טאר נישט האבן קיין מדינה איז אויך קודם געגאנגען וואוינען אין פאלעסטינע ער האט נישט געפלאנט צו גיין וואוינען קיין אמעריקא ער איז נאר געקומען דא נאך געלט און איז למעשה געבליבן.

נאך א נקודה, וועסט פרעגן פילע מענטשן אין ארץ ישראל אויב זיי וואלטן ענדערש געוואלט וואוינען אין אמעריקא, זייער אסאך וואלטן נישט געוואלט, איי ס'איז דא באמבעס? באמבעס מאכט זיי נאכנישט וועלן אוועק גיין, זייער אסאך זענען נישט דארט ווייל זיי מוזן דארט זיין, אסאך קענען גיין קיין אמעריקא און זיי גייען נישט ווייל זיי ווילן נישט.
 
סתם א נקודה צום שם השנירעל
להיות עם חפשי איז א המשך צו די ווערטער התקוה = האפענאונג, קיינער האט נישט געזאגט אז די תקוה איז שוין נתקיים געווארען במילואו
ס'איז געהעריג מקויים געווארן. סיי ווער עס איז שוין געווען אין ארץ ישראל, און אזוי אויך יעדע ארץ־ישראל'דיגע איד וואס קומט קיין אמעריקע וועט קענען זאָגן און פילן אז ארץ-ישראל איז א רואיגערע פלאץ פאר אידן. עס איז א פלאץ פאר כלל ישראל און מען פילט דארט אינדערהיים.
 
נישט האבן א אייגענע לאנד האט געקאסט זעקס מיליאן קרבנות.
איך הייב נישט אן פארשטיין די טענה אז די מדינה איז א דורכפאל? וואס קען זיין א ערגערע דורכפאל פון זעקס מיליאן אידן ווערן גע'הרג'עט, ווייל מען האט נישט קיין מדינה?

יא, האבן א מדינה קאסט אויך א פרייז, עס איז נישטא קיין בחינם'דיגע מיטאג סעודה (there is no free lunch).

דו ווייסט וואס נאך, אמעריקאנע אינדעפענדענס קאסט אויך א פרייז, יא קוק נאך וויפיל אמעריקאנע סאלדאטן זענען שוין געגאנגען על קידוש אמעריקא.

אזוי גייט די וועלט, מען מאכט א קאסט-בענעפיט אנאליז, און מען מאכט א החלטה.

קאסט פון אינדעפענדענס:
1. אויפהאלטן א מיליטער האט א פרייז פון לעבנס
2. פיינטליכע לענדער הרג'נן ציווילע

בענעפיט:
1. זעקס מיליאן אידן בלייבן לעבן

זאג דו מיר, וואס איז ענדערשער?
סא דו האלטסט אז ווען נישט ביבי וואלט סטארמר און מעקרון פארשיקט די אידן און גאז-קאמער??.
איך הער...
איך זאג אז די האלקאוסט האט נישט קיין מסתבר'דיגע הסבר ווי אזוי סהאט געקענט געשעהן
אבער פונקט אזוי סאיז א פאקט אז סאיז געשעהן קען עס נאכאמאל פאסירן מיט אדער אן א מדינה.
(וסמניך: איראן-נוקלער, 7/10/23,)
עס בלייבט א פאקט אז אויפדערווייל איז עס די איינציגסטע לאנד ווי צענליגער יודן ווערן ליידער געהארגעט יעדע יאר בלויז ווייל זיי זענען יודן
(און אפילו ווען עס מאכט זיך אין יוראפ אז איד ווערט ר"ל געהארגעט וועל איך נישט זיין קיין גאנצע כופר אויב איך וועל טענהן אז ס'איז אויך א פועל יוצא פון די מדינה...
[ווען האט א קריסט די לעצטע מאל געהארגעט א יוד??])
 
לעצט רעדאגירט:
סא דו האלטסט אז ווען נישט ביבי וואלט סטארמר און מעקרון פארשיקט די אידן און גאז-קאמער??.
איך הער...
איך זאג אז די האלקאוסט האט נישט קיין מסתבר'דיגע הסבר ווי אזוי סהאט געקענט געשעהן
אבער פונקט אזוי סאיז א פאקט אז סאיז געשעהן קען עס נאכאמאל פאסירן מיט אדער אן א מדינה.
(וסמניך: איראן-נוקלער, 7/10/23,)
עס בלייבט א פאקט אז אויפדערווייל איז עס די איינציגסטע לאנד ווי צענליגער יודן ווערן ליידער געהארגעט יעדע יאר בלויז ווייל זיי זענען יודן
(און אפילו ווען עס מאכט זיך אין יוראפ אז איד ווערט ר"ל געהארגעט וועל איך נישט זיין קיין גאנצע כופר אויב איך וועל טענהן אז ס'איז אויך א פועל יוצא פון די מדינה...
[ווען האט א קריסט די לעצטע מאל געהארגעט א יוד??])
זיי ברענגען אין די ליקוטים פון חידושי הרי״ם אז ער האט זיך געטראפען מיט דעם שר משה מאנטיפיורי ווואס האט ארום גערייזט די וועלט און געטון השתדלות ביי די אומות העולם לטובת ישראל , האט מען איהם פאהרגעשלאגען
אז מען זאל שאפען אן אפיציעלע דעלעגאציע פון יהדות פוילן וואס ווען עס קומט פאהר א קאנפערענץ פון ארצות זאלען זיי דארטען פארטרעטען יידן ,און קענען אפשרייען גזירות און תחבולות וואס זיי טראכטכען אלץ אויף די יידן -כל מחשבותם עלי לרעה - האט דער שר מסביר געוועהן אז די רעיון אז ריכטיג, און די יידן פראגע איז ביי די קאנפערענצען אלץ,איינע פון די נושאים וואס ווערן באהאנדעלט - ( אזוי ווי עס איז אבוויוס עד היום הזה אין די יו.ען,) אבער צו זיין פרעזענט ביי די קאנפערענצען, דארף מען האבען עט ליעסט עפעס א מדינה - נישט קיין חילוק דער סייז - דענסטמאהל קען מען קומען צום טיש ,אז עס נישט דא קיין מדינה ביסטו נישט קיין יש, ביסט א דרעק און אשפה , און מען
ווערט א פאון,און א באול א כדור משחק , ביי די מלכיות , מען האט עס געזעהן ביי היטלער בעפאהר ער האט אהנגעהויבען די מאסען שמדיות און רציחות פון די יידן, האט ער פאררופען א קאנפערענצען סאמיט אין עוויאן, און ער האט מציע געוועהן פאר די ארצות זיי זאלען אריינעמען די יידן פון וועהם ער וויל פטור ווערן , און קיינער פון די לענדער האט זיך נישט מנדב געוועהן אריינצונמען די יידן - זיי האבען גאנץ גוט געוואוסט וואס ער ווארט אויף זיי -
( גוואטמאלא און ארגענטינע האבען מסכים אויף א באגרעניצטע צאהל ) וואלט וועהן געוועהן א מדינת ישראל וואלט וועהן די וועלט נישט פארלוירען זעקס מיליאן יידן , אז גאט האט געפירט אז עז איז דא מדינת ישראל, דארף מען מחשיב זיין די מתנה, און מתפלל זיין לשלומה,מיט הרחבת גבולי תורה והשחוו לה׳ בהר הקודש עד ביאת ינון
 
ישראל האט נוקלאער, דייטשלאנד האט נישט, זאל א היטלער 2.0 פרובירן מאכן א שואה, איז נישטא קיין דייטשלאנד ביז פינף מינוט.
ביזטו אויפן קאפ? היטלער איז געווען די שטערקסטע אויפן פלאנעט, דעס אז היטלער האט פארלוירן צום סוף איז געווען א נס, פאר א סיבה האט מען געמיזט זיך אנשליסן מיטן מיטן רויטן מערדער סטאלין ימח שמו, צו צושמעטערן די נאצי,
בימים ההם וואלט מדינת ישראל געפאלן ווי א פליג,
 
ס'איז געהעריג מקויים געווארן. סיי ווער עס איז שוין געווען אין ארץ ישראל, און אזוי אויך יעדע ארץ־ישראל'דיגע איד וואס קומט קיין אמעריקע וועט קענען זאָגן און פילן אז ארץ-ישראל איז א רואיגערע פלאץ פאר אידן. עס איז א פלאץ פאר כלל ישראל און מען פילט דארט אינדערהיים.
נישט ביי מיר, איך בין שוין געווען און א"י פאר 4 יאר, און איך האלט נישט ביים וואוינען און דע בית משגעים....
איך בעט איבער אלע א"י אידן איך גיי קומען צוזאמען מיט משיחן, אדער אויף האני מאאן...
 
נישט האבן א אייגענע לאנד האט געקאסט זעקס מיליאן קרבנות.
איך הייב נישט אן פארשטיין די טענה אז די מדינה איז א דורכפאל? וואס קען זיין א ערגערע דורכפאל פון זעקס מיליאן אידן ווערן גע'הרג'עט, ווייל מען האט נישט קיין מדינה?

יא, האבן א מדינה קאסט אויך א פרייז, עס איז נישטא קיין בחינם'דיגע מיטאג סעודה (there is no free lunch).

דו ווייסט וואס נאך, אמעריקאנע אינדעפענדענס קאסט אויך א פרייז, יא קוק נאך וויפיל אמעריקאנע סאלדאטן זענען שוין געגאנגען על קידוש אמעריקא.

אזוי גייט די וועלט, מען מאכט א קאסט-בענעפיט אנאליז, און מען מאכט א החלטה.

קאסט פון אינדעפענדענס:
1. אויפהאלטן א מיליטער האט א פרייז פון לעבנס
2. פיינטליכע לענדער הרג'נן ציווילע

בענעפיט:
1. זעקס מיליאן אידן בלייבן לעבן

זאג דו מיר, וואס איז ענדערשער?
די זעקס מיליאן איז געקומען ווייל גאט האט אזוי געוואלט פונקט ווי ער וויל יעצט אז נישט, און פונקט ווי ער וויל אז יואלי לאנדא זאל זיין ווערד צוויי ביליאן, גארנישט איינגעשטויסן מיט א מדינה , לאז אפ די BS די מדינה מאכט גאר אסאך קאפ וויי פאר אידן , יעצט אז זיי עקזעסטירן און די ארבערס ווילן זיי אויסמעקן פונעם כדור הארץ, דארפן זיי מאכן ביפער אטאקעס , מאה אחוז, אבער אויב זיי עקזעסטירן נישט , נישטא קיין קאפ וויי נישטא קיין אטאקעס,
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
פאר דע וואס זאגן אן מדינת ישראל זענען אונז קאפוט, איך מיין אז אונז עקזעסטערן שוין פאר 3.5 טויזענט יאר, די מדינה סך הכל 75
איך ווייס נישט ווער דא גלייבט און גאט, אבער ווער עס קען א פיצי היסטאריע און האט זשעלי און קאפ איז קלאר אז דאס אז מיר לעבן בכלל און אונז זענען א פאלק, איז א געטליכע זאך, סאיז נישט מעגליך צו לייקענען און דעס אליין אז נאך 3 טויזנט יאר איז א פאלק מיט זייער ריליגיע, צוריק צו זייער לאנד, און שפראך, איז נאך נישט געווען זייט די וועלט שטייט, סאו דעס איז מיר לעבן אדער שטארבן האט נישט מיט היטלער אדער בן גרוין, סהאט מיט גאט!
 
לעצט רעדאגירט:
Back
Top