צום פותח האשכול'ס טענה
דו האסט א מוראדיגע טענה אויף יעדע אידישע נפש, איך וואלט דיר געפרעגט אויב מ'קען ווען קענסלען די קארס און די באסעס, און צוריק גיין צו פערד און וועגענער וואלסטו עס געטון?
ס'איז זיכער אז קארס ברענגען זייער אסאך טויט פעלער, אפשר איז געווען א טעות די גאנצע געדאנק פון דרייוון קארס, דו ווייסט וויפיל אידישע קרבנות קאר עקסידענטן האבן געקאסט? שטעל דיך פאר דיין ווייב ווערט אראפגעקלאפט, שטעל דיך פאר דיינע קליינע קינדער ווערן אראפגעקלאפט, וואלסט זיכער געוואלט ס'זאל נישט זיין קיין קארס אין דיין גאנצע שטאט אויב דו קענסט פארמיידן דיינע נאנטע זאלן נישט שטארבן.
אבער איך מיין קיינער גייט נישט פארלאנגען אז מ'זאל קענסלען קארס און באסעס, ווייל יעדער פארשטייט אז די פרייז וואס מ'צאלט דערפאר איז ווערט פאר די באקוועמליכקייט וואס מ'באקומט.
איי ס'איז נישט סתם גוים וואס שטארבן, ס'איז אונזער בלוט און פלייש, אבער וואס קען מען טון, כלל ישראל האט דעסיידעד אז ס'איז דא א פרייז פון אידישע נפשות וואס מ'איז גרייט צו באצאלן פאר די ציל.
יעצט בנוגע די גאנצע טענה פון האבן א לאנד, די האפענונג איז אז די לאנד זאל שטיין פאר הונדערטער יארן, אפשר איז זיבעציג יאר צו א קורצע צייט צו שאצן אויב ס'האט זיך געלוינט?
אפשר אויב מ'וועט מאכן א חשבון ווען ס'גייט זיין 150 יאר פון הקמת המדינה, אויב ס'האט זיך געלוינט צו האבן א מדינה וועט די חשבון אויסקומען אז ס'איז געשטארבן די קלענסטע פראצענט מענטשן ווי ווען מ'וואלט געווען ערגעץ אנדערש? קענסט נאר מאכן א חשבון פון ביז יעצט, דו ווייסט דאך נישט וואס גייט זיין.
בן גריון בשעתו האט דאך אויך נאר געקענט מאכן א חשבון פון וואס ער האט געזעהן דעמאלטס, דעמאלטס איז געווען דריי יאר נאך די האלעקאוסט, און דאס האט אויסגעקוקט די בעסטע זאך, מ'האט נאך דעמאלטס נישט געוויסט אז אין אמעריקא גייט זיין אזא גוטע פלאץ צו וואוינען.
אפילו סאטמארע רבי וואס האט אלס פארפירט אז מ'טאר נישט האבן קיין מדינה איז אויך קודם געגאנגען וואוינען אין פאלעסטינע ער האט נישט געפלאנט צו גיין וואוינען קיין אמעריקא ער איז נאר געקומען דא נאך געלט און איז למעשה געבליבן.
נאך א נקודה, וועסט פרעגן פילע מענטשן אין ארץ ישראל אויב זיי וואלטן ענדערש געוואלט וואוינען אין אמעריקא, זייער אסאך וואלטן נישט געוואלט, איי ס'איז דא באמבעס? באמבעס מאכט זיי נאכנישט וועלן אוועק גיין, זייער אסאך זענען נישט דארט ווייל זיי מוזן דארט זיין, אסאך קענען גיין קיין אמעריקא און זיי גייען נישט ווייל זיי ווילן נישט.