- זיך איינגעשריבן
- מאי 15, 2024
- מעסעדזשעס
- 683
- רעאקציע ראטע
- 3,091
- פונקטן
- 423
ידידי @בנימין האט מיר געפנט דאס אפעטיט מיט זיינע טרעוול באשרייבונגען און איך האב געטראכט צו מיטיילן מיינע עקספיריענסן פון מיין באזוך אין לאאס. איך האב עס צוטיילט אין עטליכע חלקים און איך וועל עס ארויפלייגן בעז״ה יעדער פאר טעג. איך האף די עולם וועט הנאה האבן.
אריינפיר
לכתחילה איז לאאס נישט געווען אויף מיין באקעט ליסט פאר די דאזיגע טריפ. אנגעקומען בין איך דארט נאר נאך וואס די סענטער און די סאוט פון די דערנעבנדיגע וויעטנאם זענען געווארן פארפלייצט און איך האב געזוכט א וועג ארויס. נאך א צוויי שעה פלייט צו לאאס בין אין אנגעקומען צו אן אנדערע וועטער זאנע, די זון שיינט און די שקיעות זענען הערליך.
לאַאָס, א קאמוניסטישע ארימע לאנד איז אפטמאל באטראכט אלץ דער 'פארגעסענע געשוויסטער' פון צווישן די סאוט-איסט אזיאטישע לענדער. אירע שכנות טיילאנד ווייטנאם און אפילו קאמבאדיע פארמאגן אסאך מער טוריסטן און זענען מער פארגעשריטן און אוועקגעשטעלט. לאאס איז ביז נישט צולאנג צוריק געווען פארפעסטעט מיט מאלעריע און אריינגעטון אין א ציווילע קריג אבער אין די לעצטע צוואנציג יאר מאכט שטאטע פראגרעס און איז משקיע אין טוריזם.
די עקספיריענס דארט איז אין אנקלאנג. לעכעריגע שאסייען איבעראל, זאמד און שטויב ביי די זייטן פון געסער אין די הויפשטאט, די האסטעלס זענען איינפאך און כמעט נישטא נארמאלע מאטראצן בנמצא און די גאנצע טוריסט אינפראסטרוקטור איז מער צוריקגעשטאנען ווי וויעטנאם, אפגערעדט פון טיילאנד. רוב מענטשן דא זענען פארמערס און לעבן ארום די פארמער לעבן און רעדן ע״פ רוב נישט קיין ווארט ענגליש. אבער דווקא די פשטות און Fragility געבט לדעתי א מער רויע און אטענטישע עקספיריענס אין פארגלייך צו אירע שכנות וואס זענען אנגעשטאפט און קאמערשילייזד ביזן מארך ביין. נישט בחינם באטיטלען דאס מאנכע אלץ 'טיילאנד פון צוואנציג יאר צוריק'.
לאאס שטארצט יא ארויס מיט די צווייפעלהאפטיגע טיטל וואס זי טראגט ׳די מערסט באמבאדירטע לאנד אין די וועלט׳. רעספאנסיבל דערפאר זענען די אמעריקאנער און די CIA וואס האבן אין לויף פון די וויעטנאם קריג אראפגעשליידערט א קיימא לן פון צוויי מיליאן טאן באמבעס איבערן לאנד, מער ווי זיי האבן אראפגעלאזט איבער דייטשלאנד און יאפאן אינאיינעם. די מטרה איז געווען צו עלימינירן די טרעיל אין די לאאס דזשונגלען וואס די קאמוניסטישע ׳וויעט קאנג׳ האבן גענוצט צו אריינשמוגלען וואפן צו נארט-וויעטנאם, אבער די אמעריקאנער פובליק און א גרויס חלק פון קאנגרעס זענען בכלל נישט געווען באקאנט מיט די גאנצע אפעראציע אין לאאס. די קאנסעקווענצן פון די ׳געהיימע קריג׳ ווי עס ווערט אנגערופן זעהן זיך נאך ביז היינט ווען צענדליגע שטארבן יעדער יאר פון אומעקספלאדירטע באמבעס און נאנט צו א דריטעל לאנד קען מען נישט פארמען צוליב וואס עס איז אנגעזייעט מיט מינעס.
אין די בערג פון צפון לאאס האב איך באזוכט א גיגאנטישע ליימסטאן מערה צו וואס מען קומט אן נאכן ארויפקריכן פילע שמאלע טרעפ וואס האט געדינט אלץ היים פאר הונדערטע משפחות פון די ארומיגע דערפער דורכאויס די וויעטנאם מלחמה. פאר כמעט ניין יאר איז עס איז געווען ווי א גאנצע שטאט צוטיילט אויף פונקציאנאלע חלקים, איין חלק ווי מען האט געוואוינט, איין חלק פאר א שפיטאל, גאווערמענט ביוראוס וכו׳. דורכאויס די טעג זענען די איינוואוינער געווען פארשפארט אין די מערה אין די טונקעלקייט און ביינאכט האבן זיי זיך ארויס געשלייכט צו פארמען די פעלדער.
א חלק פון די מערה
לואנג און צפון לאאס
אין לואנג געפינט זיך אויך די איינציגסטע בית חב"ד אין לאנד, פון די בעסטע בתי חב"ד וואס איך האב אמאל באזוכט. הרב מוישי און זיין ווייב פירן עס אן און געבן א ווארעמע ברוכים הבאים פאר יעדן וואס קומט דארט אריין און העלפן ארויס מיט עדוייז. זייענדיג דארט אין אנפאנג פון די לאאס טוריזם סעזאן האב איך אריינגעכאפט קלענערע סעודות און עס איז געווען א הערליכע עקספיריענס. אנדערש ווי בתי חב״ד אין ווייעטנאם אדער אין טיילאנד זענען דא כמעט נישט געווען קיין משפחות מיט קינדער אדער עלטערע מענטשן און די עולם איז באשטאנען בעיקר פון איזראעלי יוגענטליכע בעקפעקערס. כרגע, ליידט די בית חב״ד פון התנכלויות פון די ארטיגע אינסטאנצן וואס ערלויבן נישט אנפירן די סעודות שבת.
נאך שבת האבן מיר זיך ארויסגעלאזט צו נואנג קיו, א דארף אין די בערג פון צפון לאאס. צו דארט בין איך געפארן מיט אן עלטערע מיניבאס א בא בימים. איך בין געווען פון די ערשטע צו כאפן א זיץ אבער מענטשן האבן געהאלטן אין איין ארויפשטייגן און פון אלע זייטן האט מען ארויסגעצויגן נאך און נאך באהאלטענע בענקלעך. עס איז נישט געווען קיין דורכגאנג אינמיטן און מיר זענען געזיצן צושטיפט פערציג פארשוויצטע מענטשן אין א הייסע מיניבאס בשעת וואס די לעכעריגע שאסיי האט אונז געשמיסן אין טוכעס.
אנגעקומען זענען מיר אונז פונקט ביי די שקיעה. ווען די מאיעסטעטישע בערג האבן זיך באדעקט מיט א הערליכע קאליר און איך בין געשטאנען געפלעפט איבער די לאנגע בריק וואס שניידט דורך די טייך און צוטיילט די דארף אין צווייען און צוגעקוקט ווי די זון גייט אונטער.
אין די קומענדיגע טעג האב איך באזוכט ארומיגע דערפלעך וואס מען אנקומען צו דארט נאר מיט א שיפל. די נאכט אין מואנג ניו, א פארשטופטע דארף וואס באשטייט בעיקר פון איין לאנגע גאס אן קיין קארס איז געווען א ספעציעלע עקספיריענס פון שלווה און שטילקייט. טייל פון די מער פארשטופטע דערפער זענען אפגעהאקט פון לעקטער, אפגערעדט פון אינטערנעט אבער די קינדער טאנצן ארום לעבהאפטיג. בכלל די קינדער אין לאאס זענען צוקער זיס, כיטרע און פריינדליך. זענען לאאטישע מער פרייליך פון אונז וועסטערנערס? האב איך שפעטער דן געווען מיט א פיניש יונגערמאן. די קינדער זענען טאקע פרייליך און זארגלאז אבער דאס איז ווייל זיי האבן נאכנישט קיין שכל צו כאפן ווי זיי זענען האט ער געטענה׳עט. וואס פאר אן עתיד האבן זיי חוץ פון אן ארים לעבן אן קייין אמת'ע יכולת זיך ארויסצוזען פון זייער דערפל, אפגעזען פון לאנד?.
פון מיין רושם קוקן די ערוואקסענע אויס ע"פ רוב געלאסן און געמיטליך אבער עס איז שווער זיי צו ארויסהאבן זינט זיי זענען מער איינגעצוימט, באשיידן און רעדן נישט קיין ענגליש. בכלל די גאנצע וייב אין לאאס איז געלאסן אויפן גרעניץ פון פוילקייט און די לעבן גייט דא אויף א Slow pace. די וויאטאנמער שכנים זענען היבש מער אקטיוו און רוישיג און קומענדיג פון וייטנאם איז בולט די קאנטראסט פון די צוויי לענדער. אפשר דערפאר איז וויעטנאם מער פארגעשריטן און קאפיטאליסטיש און ווערט מער און מער ׳׳וועסטערנזייד׳׳ און די צייט וואס לאאס וועקט זיך קוים אויף פון שלאף און לויפט נישט אין ערגעץ.
אייראניש איז אז קורץ דערנאך האב איך אפגעהאקט מיין באזוך אין די געגנט נאך וואס מיין טעלעפאן האט זיך פלוצים געלייגט שלאפן און איך האב זיך אומגעקערט צו לואנג פראבאנג עס צו פארעכטן. דא האסטו מענטשן וואס לעבן אן קיין נארמאלע לעקטער און איך קען נישט אויסהאלטן צוויי טעג אן א טעלעפאן, שוין.
המשך יבוא
אריינפיר
לכתחילה איז לאאס נישט געווען אויף מיין באקעט ליסט פאר די דאזיגע טריפ. אנגעקומען בין איך דארט נאר נאך וואס די סענטער און די סאוט פון די דערנעבנדיגע וויעטנאם זענען געווארן פארפלייצט און איך האב געזוכט א וועג ארויס. נאך א צוויי שעה פלייט צו לאאס בין אין אנגעקומען צו אן אנדערע וועטער זאנע, די זון שיינט און די שקיעות זענען הערליך.
לאַאָס, א קאמוניסטישע ארימע לאנד איז אפטמאל באטראכט אלץ דער 'פארגעסענע געשוויסטער' פון צווישן די סאוט-איסט אזיאטישע לענדער. אירע שכנות טיילאנד ווייטנאם און אפילו קאמבאדיע פארמאגן אסאך מער טוריסטן און זענען מער פארגעשריטן און אוועקגעשטעלט. לאאס איז ביז נישט צולאנג צוריק געווען פארפעסטעט מיט מאלעריע און אריינגעטון אין א ציווילע קריג אבער אין די לעצטע צוואנציג יאר מאכט שטאטע פראגרעס און איז משקיע אין טוריזם.
די עקספיריענס דארט איז אין אנקלאנג. לעכעריגע שאסייען איבעראל, זאמד און שטויב ביי די זייטן פון געסער אין די הויפשטאט, די האסטעלס זענען איינפאך און כמעט נישטא נארמאלע מאטראצן בנמצא און די גאנצע טוריסט אינפראסטרוקטור איז מער צוריקגעשטאנען ווי וויעטנאם, אפגערעדט פון טיילאנד. רוב מענטשן דא זענען פארמערס און לעבן ארום די פארמער לעבן און רעדן ע״פ רוב נישט קיין ווארט ענגליש. אבער דווקא די פשטות און Fragility געבט לדעתי א מער רויע און אטענטישע עקספיריענס אין פארגלייך צו אירע שכנות וואס זענען אנגעשטאפט און קאמערשילייזד ביזן מארך ביין. נישט בחינם באטיטלען דאס מאנכע אלץ 'טיילאנד פון צוואנציג יאר צוריק'.
לאאס שטארצט יא ארויס מיט די צווייפעלהאפטיגע טיטל וואס זי טראגט ׳די מערסט באמבאדירטע לאנד אין די וועלט׳. רעספאנסיבל דערפאר זענען די אמעריקאנער און די CIA וואס האבן אין לויף פון די וויעטנאם קריג אראפגעשליידערט א קיימא לן פון צוויי מיליאן טאן באמבעס איבערן לאנד, מער ווי זיי האבן אראפגעלאזט איבער דייטשלאנד און יאפאן אינאיינעם. די מטרה איז געווען צו עלימינירן די טרעיל אין די לאאס דזשונגלען וואס די קאמוניסטישע ׳וויעט קאנג׳ האבן גענוצט צו אריינשמוגלען וואפן צו נארט-וויעטנאם, אבער די אמעריקאנער פובליק און א גרויס חלק פון קאנגרעס זענען בכלל נישט געווען באקאנט מיט די גאנצע אפעראציע אין לאאס. די קאנסעקווענצן פון די ׳געהיימע קריג׳ ווי עס ווערט אנגערופן זעהן זיך נאך ביז היינט ווען צענדליגע שטארבן יעדער יאר פון אומעקספלאדירטע באמבעס און נאנט צו א דריטעל לאנד קען מען נישט פארמען צוליב וואס עס איז אנגעזייעט מיט מינעס.
אין די בערג פון צפון לאאס האב איך באזוכט א גיגאנטישע ליימסטאן מערה צו וואס מען קומט אן נאכן ארויפקריכן פילע שמאלע טרעפ וואס האט געדינט אלץ היים פאר הונדערטע משפחות פון די ארומיגע דערפער דורכאויס די וויעטנאם מלחמה. פאר כמעט ניין יאר איז עס איז געווען ווי א גאנצע שטאט צוטיילט אויף פונקציאנאלע חלקים, איין חלק ווי מען האט געוואוינט, איין חלק פאר א שפיטאל, גאווערמענט ביוראוס וכו׳. דורכאויס די טעג זענען די איינוואוינער געווען פארשפארט אין די מערה אין די טונקעלקייט און ביינאכט האבן זיי זיך ארויס געשלייכט צו פארמען די פעלדער.
א חלק פון די מערה
די רייזע האב איך אנגעפאנגען אין ׳לואנג פראבאנג׳ אין די צפון זייט פון לאנד. לואנג איז די מערסט טוריסטישע שטאט, געפינט זיך אויף די ברעגעס פון די לאנגע לאנגע מעקאנג טייך, און איז געבויעט מיט פראנצוזיש סטיל ארכיטעקטור פון האלצערנע איין שטאקיגע הייזער (א השפעה פון די תקופה וואס דאס לאנד איז געווען א פראנצויזישע קאלאניע) און האט א געמיטליכע קאלירפולע ווייב פון א שווייצער שטאט. אין די שטאט געפינען זיך א שיינע פאר אלטע בודהיסטישע טעמפלען און די גאסן ווירבלען שטענדיג מיט ארענדזש געקליידעטע מאנקס, פון עלטערע ביז ממש יונגע קינדער-מאנקס. איינס פון די אטראקציעס אין שטאט וועלכע איך האב נישט אנגעיאגט מיטצוהאלטן זינט עס קומט פאר אין די פריע שעה'ן פון טאג איז די פאראדע פון מאנקס וואס שפאצירן דורך די געסער פון שטאט און ווערן געפיטערט דורך מענטשן וואס שענקן זיי עסן. די שטאט איז אריין אין די world heritage center פון UNESCO טאקע צוליב די אייגענארטיגע קאמבינאציע צווישן טראדיציאנאלע בודיסטישע קולטור און ספעציעלע ארכיטעטקטור וואס זי האט באוויזן צו אפהיטן.אין לואנג געפינט זיך אויך די איינציגסטע בית חב"ד אין לאנד, פון די בעסטע בתי חב"ד וואס איך האב אמאל באזוכט. הרב מוישי און זיין ווייב פירן עס אן און געבן א ווארעמע ברוכים הבאים פאר יעדן וואס קומט דארט אריין און העלפן ארויס מיט עדוייז. זייענדיג דארט אין אנפאנג פון די לאאס טוריזם סעזאן האב איך אריינגעכאפט קלענערע סעודות און עס איז געווען א הערליכע עקספיריענס. אנדערש ווי בתי חב״ד אין ווייעטנאם אדער אין טיילאנד זענען דא כמעט נישט געווען קיין משפחות מיט קינדער אדער עלטערע מענטשן און די עולם איז באשטאנען בעיקר פון איזראעלי יוגענטליכע בעקפעקערס. כרגע, ליידט די בית חב״ד פון התנכלויות פון די ארטיגע אינסטאנצן וואס ערלויבן נישט אנפירן די סעודות שבת.
view פון די שטאט גענומען פון א הויעכע וויופוינט
קליינע מאנקס אין די גאסן פון שטאט
נאך שבת האבן מיר זיך ארויסגעלאזט צו נואנג קיו, א דארף אין די בערג פון צפון לאאס. צו דארט בין איך געפארן מיט אן עלטערע מיניבאס א בא בימים. איך בין געווען פון די ערשטע צו כאפן א זיץ אבער מענטשן האבן געהאלטן אין איין ארויפשטייגן און פון אלע זייטן האט מען ארויסגעצויגן נאך און נאך באהאלטענע בענקלעך. עס איז נישט געווען קיין דורכגאנג אינמיטן און מיר זענען געזיצן צושטיפט פערציג פארשוויצטע מענטשן אין א הייסע מיניבאס בשעת וואס די לעכעריגע שאסיי האט אונז געשמיסן אין טוכעס.
אנגעקומען זענען מיר אונז פונקט ביי די שקיעה. ווען די מאיעסטעטישע בערג האבן זיך באדעקט מיט א הערליכע קאליר און איך בין געשטאנען געפלעפט איבער די לאנגע בריק וואס שניידט דורך די טייך און צוטיילט די דארף אין צווייען און צוגעקוקט ווי די זון גייט אונטער.
א בילד גענומען פון אויף די בריק ביי די שקיעה
אַן איין-נאכט טרעק וואס איז פאפולאר אין די געגנט איז ווי מען קריכט ארויף די בערג צו א הערליכע viewpoint איבערן דארף און די אומגעגנט און מען שלאפט דארט אויבן אויף די בערג.

לעצט רעדאגירט: