- זיך איינגעשריבן
- אוג. 8, 2024
- מעסעדזשעס
- 1,767
- רעאקציע ראטע
- 6,850
- פונקטן
- 943
דער עיקר וואס מ'דארף האלטן קאפ, איז אויב טיסא באקומט מער ווי 132 בענקלעך.
ד"מ אז ער האט מער ווי 2/3 פון די פארלאמענט, און וועט קענען מאכן קאנסטוטציאנאלע טוישונגען.
Follow along with the video below to see how to install our site as a web app on your home screen.
Note: This feature may not be available in some browsers.
דער עיקר וואס מ'דארף האלטן קאפ, איז אויב טיסא באקומט מער ווי 132 בענקלעך.
אוודאי מיין איך די איסלאמישע רעזשים.וואס מיינסטו צו זאגן מיטן שטעלן בעלארוס ווס. איראן?
אויב מיינסטו די איסלאמישע רעזשים פון איראן, און דו האלסט אז לאנדאן גייט איין טאג ווערן א איסלאמישע כאליפאט, דאן ביזסטו א ודאי 100% גערעכט. ביידע זענען דורכגעפוילטע דיקטאטרישע קארופטירטע לענדער, זאל שוין ענדערש זיין אן קיין רעליגעזע פונדאמענטאלע פאנאטישקייט.
אבער אויב מיינסטו די 90 מיליאן איראנער איינוואוינער, און דו רעדסט זיך אפ אז מ'זעט אין לאנדאן טורבאן'ס מיט הידזשאב'ס, דאן בין איך גערעכט מיטן צולייגן אידן און ציגיינער. ווייל פונקט ווי דו ווילסט נישט זען טורבאן'ס מיט הידזשאב'ס, ווילן אנדערע נישט זען קיין שטריימלעך מיט שייטלען, על טהרת ה'ריינע ראסע'.
דער איז א רעכטער פונקט ווי אורבאן ,ער קומט פון די זעלבע פארטיי,נאר דער אונגארישע פאלק איז זאט געווארען פון די קאוראפשען פון די אורבאן ממשלה, דאס געשעהט אלץ ביי די וואס זיצען ביי די לייצעס, עס וועט נישט גידויערן לאנג און פיטער מאדיאר וועט זיך נוהג זייןא היסטארישע נאכט פאר אונגארן, און בכלל פאר די אנטי-פאפאליסטישע מאוומענט.
לאמיר האפן ס'וועט זיין די אנפאנג פון א נייע תקופה איבער די וועלט בכלל.
אגב, ס'איז כדאי צוריקצוקוקן אויף די סטעיט טיווי פאולס...
נישט ממש, ער איז צענטער רעכט,דער איז א רעכטער פונקט ווי אורבאן ,ער קומט פון די זעלבע פארטיי,נאר דער אונגארישע פאלק איז זאט געווארען פון די קאוראפשען פון די אורבאן ממשלה, דאס געשעהט אלץ ביי די וואס זיצען ביי די לייצעס, עס וועט נישט גידויערן לאנג און פיטער מאדיאר וועט זיך נוהג זיין
כהנה וכהנה.
אלא מאי, די וואלן איז נישט געווען רעכטס ווס לינקס, עס איז געווען פאפוליסטישע אנטי דעמאקראטיע קעגן קלאסישע ליבעראליזם
דו האלסט טאקע אז ענגלאנד גייט איין טאג ווערן א איסלאמישע כאליפאט?!אוודאי מיין איך די איסלאמישע רעזשים.
איך האב גארנישט קעגן מענטשן וואס וואקן ארום מיט בענקלעך אויף זייער קאפ.
צו ס'וועט הייסן כאליפאט ווייס איך נישט, אבער אז דער ציבור איז מוסלעם, איז דאס לאנד א מוסלעמענע לאנד.דו האלסט טאקע אז ענגלאנד גייט איין טאג ווערן א איסלאמישע כאליפאט?!
פארוואס גלויבסטו אז מוסלמענער אימיגראציע וועט פירן צו א גרעסערע "טעיקאווער" ווי סיי וואספארא אימיגראציע כוואליע?צו ס'וועט הייסן כאליפאט ווייס איך נישט, אבער אז דער ציבור איז מוסלעם, איז דאס לאנד א מוסלעמענע לאנד.
און נישט סתם מוסלעמענער, נאר טאקע די פרומע מיט די בורקעס און מוסלמענער ברודער.
דאס איז איינע פון די גרעסטע בליינד ספאטס פון די ליבעראלן.
ס'איז אזוי פשוט וואס דא קומט פאר און פארט באטראכטן עס זיי ווי עפעס וואס וועט קיינמאל געשעהן (ענדליך צו די פארזעהעניש פון די פרייע כלפי די חרדים אין די 70'ס און 80'ס)
איך טריי צו כאפן דיינע ווערטער.צו ס'וועט הייסן כאליפאט ווייס איך נישט, אבער אז דער ציבור איז מוסלעם, איז דאס לאנד א מוסלעמענע לאנד.
און נישט סתם מוסלעמענער, נאר טאקע די פרומע מיט די בורקעס און מוסלמענער ברודער.
פארוואס גלויבסטו אז מוסלמענער אימיגראציע וועט פירן צו א גרעסערע "טעיקאווער" ווי סיי וואספארא אימיגראציע כוואליע?
א געזונטע מערב עקאנאמיע האט יעדע 15-20 יאר א נייע אימיגראציע כוואליע פון אן אנדער פאלק.
ענגלאנד אליין האט געהאט אין די לעצטע 150 יאר 6 באזונדערע אימיגראציע כוואליעס פון אנדערע נאציאנאליטעטן, א לאנד וואס פארלירט אימיגראציע הויבט בדרך כלל אן אראפצוגיין און ווערן פארטרוקנט נאך א שטיק צייט, עס גייט זיך נישט אפשטעלן ביי מוסלמענער, אויב וועט די ענגלישע עקאנאמיע ווייטער וואקסן שטארק וועט עס ווייטער שטופן אימיגראציע פון ארימע/מלחמה צוריסענע לענדער און פאראויסשטופן עקאנאמיע און באפעלקערונג וואוקס.
ביינונז אין אמעריקע איז עס פיל מער רעלעוואנט ווייל מיר זענען בעצם אלע אימיגראנטן, איבער די לעצטע 150 יאר זינט די אינדוסטריאלע רעוואלוציע איז עס יעדע 20 יאר געווען א נייע דור פון אימיגראנטן וואס האבן געטון די שווערע פיזישע ארבייט וואס די אנגעפראסענע אמעריקאנער האבן נישט געוואלט טון, פון די איירישע, מזרח אייראפעער, קארעאנער, אידן, אפריקאנער, פארטאריקאנער (בעצם בירגער אבער זענען אריבערגעקומען צו די מעינלאנד פאר פרנסה), קובאנער, מעקסיקאנער און די לעצטע 15-20 יאר בעיקר פון לאטיין אמעריקע.
מען זעט עס היינט אויך אז די היספאנישע אימיגראנטן זענען די איינציגסטע וואס זענען נאך גרייט צו ארבייטן ביטער שווער, איבער די לעצטע 2 יאר האבן זיך אסאך פארמס אין פלארידע און קאליפארניע צוגעמאכט ווייל זיי האבן נישט געקענט טרעפן קיין ארבייטער וואס זאלן מסכים זיין צו קלויבן פרוכט אונטער 100° היצן, דער אמעריקאנער פראדוקציע אינדוסטריע האט געכאפט א געזונטן זעץ איבער די לעצטע יארן, א גרויס חלק וועגן מען קען פשוט נישט טרעפן קיין ארבייטער וואס זענען מסכים צו טון די שווער ארבייט, דאס האט מען זיך אלע יארן פארלאזט אויף די נייע דור אימיגראנטן צו טון.
סך הכל: א צייטווייליגע וואוקס אין מוסלמענער אימיגראציע פירט נישט צו קיין "טעיקאווער", סך הכל ברויך מען זיכער מאכן אז די אימיגראציע סייקל גייט ווייטער אן און מען שטעלט עס נישט אפ צווישן מרור און שולחן עורך
מיין פראבלעם איז אן איסלאמישע רעזשים אדער אפילו א קאזין פון אן איסלאמישער רעזשים (אויב מיינסטו אז אורבאן האט צוגענומען רעכטן, דאן קוק אביסל וויאזוי די איסלאמישע קולטור גייט זיך צו מיט "אינדיווידואלע רעכטן")איך טריי צו כאפן דיינע ווערטער.
דיין פראבלעם איז יא די 90 מיליאן אראבער'ס.
וואס דאס וועט - לשיטתך - ברענגען א איסלאמישע רעזשים (אויף עפעס אן אופן). קארעקט?
איך האב געמישטע געפילן, פון איין זייט ואבוד רשעים רנה, איך בין אלס פרייליך ווען מ'קאפעט ארויס א פאר רייט עקלהאפטיגן דיקטאטור וואס איז שוין אויפן בענקל זייט איך בין געבוירן, א פוטין טראמפ טוכעס קושער און א נאצי און פאשיסט וואס האט פיינט יעדער וואס איז נישט אזוי יוראפעיש ווי אים רודפ'ט די מידיא א גאנצן טאג וכו'א היסטארישע נאכט פאר אונגארן, און בכלל פאר די אנטי-פאפאליסטישע מאוומענט.
לאמיר האפן ס'וועט זיין די אנפאנג פון א נייע תקופה איבער די וועלט בכלל.
אגב, ס'איז כדאי צוריקצוקוקן אויף די סטעיט טיווי פאולס...