וואלן אין אונגארן 26'

נישט ממש, ער איז צענטער רעכט,
פרא אוקריינע און אייראפע, די צענטער רעכטע אין יוראפ זענען די אמעריקאנע דעמאקראטן, די אלט רעכטע זענען גאר עקסטרעם
ער איז נישט קיין ליבעראלער, אפגערעדט א לעפטיסט, אבער צו זאגן ער איז א צווייטער ארבאן איז שוידערליך נאריש
 
איך פלעג אים הערן, ער האט אסאך ידיעות אבער איך מיין ער איז א פאליטישע hack
ער עגריט נישט מיט קיינעם און מאכט זיינע שיטות זייער שווער צו פארשטיין. איך כאפ נישט וואס ער וויל, ער אנאליזירט און רעדט אבער ער קומט קיינמאל נישט אן צו א שיטה. קען זיין ער איז צו נייטראל פאר מיר.
 
ב"ה

איך מיין אמעריקע איז נעקסט ביי די מידטערמס.
איך האף און איך האף...

מ'זאגט הערשל וואלקער און דאאג מאסטריאנאו האבן שטארק פארלוירן צוליב זייער אלייענס מיט עלעקשן דינייעליזם. יא אמת נישט אמת די וואוטערס האבן זיי געזאגט ביי ביי. נאך אפאר האבן דעמאלטס פארלוירן, איך פארגעס אלע.

אויך, הלוואי מאכט מען יעצט די 2028 קענסט דיר פארשטעלן? עי או סי וואלט אזוי שנעל געווינען אלס די יונגע כוח פון די נייע לעפטיסט פארטיי, ווענס וואלט זיך באגראבן פאר בושה ווייל אפילו צווישן מאגא האט ער נישט געפלאנצט קיין שום קערנדלעך, און מייק פענס וואלט אריינגעקומען מיט האלב רויע אינדיאנע דעלעגאטן און רוב לאנד וואלט געשיפט לינקס.

ווייל דשעי די איז פשוט אומפאפולער, פאליטיק קען נאר גיין אזוי ווייט, די מענטש מאכט אסאך אויס. ער האט נעכטן גערעדט פאר 22 מענטשן ביי turning point usa און פון די זענען געווען אפאר העקלערס און ער האט זיי אדרעסירט ווי כאילו א מגיד שיעור אין א שיעור צימער ווערט איבערגעהאקט. ער האט זיי נישט געקענט פשוט עוואוידן. אזוי ווייניג מענטשן זענען געווען נייגעריג אין אים. דאס איז די ווייס פרעזידענט. ס'איז דאך א געלעכטער

אבער שפעטער קומט זיך די מידיא מיט אלע שרעקעדיגע פאולס צו מאכן מענטשן מורא האבן אדער האבן קאלטע פיס.

די מציאות איז די לאנד איז נישט מיט די רעכטע און די רוב רעכטע האלטן אינמיטן פראצעסירן א שווערע טראמאטישע צומישעניש .

MAGA really did a number on them
 
אונגארן האט אן אינטערסאנטע פארלאמענט זיצן סיסטעם וואס איך האב נאכנישט פונקטליך ארויס, בשעת לענדער ווי קאנאדא און ענגלאנד האבן את סיסטעם פון צוטיילן זיצן ביי געגנט (ענליך צו קאנגרעסס דאהי) און א"י האט א סיסטעם ווי דאס גאנצע לאנד וועלט פארן פארטיי און אויף דעם חשבון ווערן צוטיילט די זיצן (אין א וועג מער יושר ווייל א פירנדע פארטיי קען נישט דזשערימענדערן דיסטריקטס אווי דא אין אמעריקע) האט אונגארן א סיסטעם וואס איז ערגעץ אינצווישן:

106 זיצן ווערן דירעקט ערוועלט (אזויווי ענגלאנד/קאנאדע),
93 זיצן ווערן ערוועלט לויט די פראצענט וואס א פארטיי באקומט נאציאנאל.

יעדע פארטיי גארט אנצוקומען צו א טאטאל פון 133 זיצן ווייל אזוי באקומען זיי א סופערמעדזשאריטי און קענען טון וואס זיי ווילן אבער צו האבן זייער אייגענע גאווערמענט באויכן זיי נאר 100 זיצן, דערווייל שטייט עס אז טיזשע (אפאזיציע) האלט ביי 95 דירעקט ערוועלטע זיצן און 40 פון די פארטיי ליסטע, וואס מיינט אז זיי האבן לכאורה א סופערמעדזשאריטי.
איך האב נישט געוויסט דאס.

סא דאס וואלט געמיינט אז לאמיר זאגן אויב איז בודאפעסט, א גרויסע סיטי מער צענטער לינקס און האבן מער מענטשן פון אפאר לינקע פארטייען געהאט מער פארטייען פשוט אלס זייער געגנט פאפולעריטעיט?

איך בין נייגעריג וויאזוי אונגארן פארגלייכט צו ראמעניע, וואס וואו איז מער באלאנסירט צווישן לינקס און רעכטס און שיפט נישט אזוי צו די עקסטרעמען.

אין עני קעיס די multi party system פון דירעקט דעמקאראטיע רעדט צו מיר אסאך מער ווי די נארישע אמעריקאנע סיסטעם פון 250 יאר אלט און די אלע איבערקאמפליצירטע שיכטן פון עלעקטראטן און פעדעראלע ווס סטעיט לעגיסלאטורן. דאס זענען אלעס רעפרעזענטעטיוו. איך האלט מער פון דירעקט דעמעקראטיע, הגם האט אויך חסרונות (ברעקזיט איז איין שטארקע עקזעמפל)

דירעקט איז רעפערענדום'ס, גענגטער מאכן זיך יוניק פארטייען וכו'. רעפערענדום'ס זענען טאקע פיל לייכטער צו שטימען אויף ווי 700 בלעטער פון בילס אבער וואשינגטאן איז ממש גרידלאקד און גארנישט פאסירט נישט פאר ליטערלי 100 יאר! דאס איז נישט בעסער. זאל די פאלק זיך באנארישן אמאל אמאל. אבער זאלן זיי זיך אליינס באנארישן נישט ווערן קאנטראלירט ביי פאליטיקאנטן וואס דזשערימענדרן און טיילן זיי איין וויאזוי צו וואוטן, אין אמעריקע האט די פאלק אינגאנצן נישט די ווארט! וואשינגטאן האט.
 
לעצט רעדאגירט:
נישט ממש, ער איז צענטער רעכט,
פרא אוקריינע און אייראפע, די צענטער רעכטע אין יוראפ זענען די אמעריקאנע דעמאקראטן, די אלט רעכטע זענען גאר עקסטרעם
דער בולט׳ער חילוק צווישען די רעכטע און די לינקע איז דער אישו פון אימיגרעישען , די ליבעראלע לינקע ווילען אהנגיין מיט זייער הירוס פון די פאמיליע סטרוקטור,
אינדעם קומט אריין אז עס נישט וויכטיג צו ברענגען קינדער אויף דער וועלט, איז דאך דער פראבלעם אז די ציוויליזאציע וועט אונטערגיין האבען זיי א סאולושען מען ברענגט אריין פון די דריטע וועלט און אראבער מקומות אהנצופילען די געפ, איי עס איז דאך אן אנדער קולטור ווי די מערב ? אויף דעם חלומען זיי אז עס וועט זיין אסימילאציע,אבער דאס געשעהט נישט און די לענדער וואס האבען געעפענט די טירן פאר די תושבים וועלן נאך עווענטועל אויך אהנקומען צו די מסקנא אז דאס איז נישט לטובתם.
די רעכטע קאונסערוועטיוו פארטייען פראומאוטען פאמיליע אלץ א נוקליוס פון ציוויליזאציע - מיט א זכר און נקבה - וואס בויען צוזאם א המשך לדורות, און זיי זענען קעגען אימיגראציע אהן א חשבון, און מיט דעם ווילען זיי פרעזערווען די אייגענארטיקייט פון זייערע ארצות
,די אלע אנדערע זאכען וואס עס מאכען זיך דיפערענצען אין סטייל און פאליטיק איז נישט די נקודה המחלקת ,די זענען פרפראות הרשות, וואס איז ממילא אין אתה יודע חללה של רשות , דער נייער פירער אין אונגארן איז מיט די אישו פולי רעכטס, וזה עיקר גדול לכל המסתעף.
 
Back
Top