וואלן אין אונגארן 26'

  • לייק
רעאקציעס: Yesh
אונגארן האט אן אינטערסאנטע פארלאמענט זיצן סיסטעם וואס איך האב נאכנישט פונקטליך ארויס, בשעת לענדער ווי קאנאדא און ענגלאנד האבן את סיסטעם פון צוטיילן זיצן ביי געגנט (ענליך צו קאנגרעסס דאהי) און א"י האט א סיסטעם ווי דאס גאנצע לאנד וועלט פארן פארטיי און אויף דעם חשבון ווערן צוטיילט די זיצן (אין א וועג מער יושר ווייל א פירנדע פארטיי קען נישט דזשערימענדערן דיסטריקטס אווי דא אין אמעריקע) האט אונגארן א סיסטעם וואס איז ערגעץ אינצווישן:

106 זיצן ווערן דירעקט ערוועלט (אזויווי ענגלאנד/קאנאדע),
93 זיצן ווערן ערוועלט לויט די פראצענט וואס א פארטיי באקומט נאציאנאל.

יעדע פארטיי גארט אנצוקומען צו א טאטאל פון 133 זיצן ווייל אזוי באקומען זיי א סופערמעדזשאריטי און קענען טון וואס זיי ווילן אבער צו האבן זייער אייגענע גאווערמענט באויכן זיי נאר 100 זיצן, דערווייל שטייט עס אז טיזשע (אפאזיציע) האלט ביי 95 דירעקט ערוועלטע זיצן און 40 פון די פארטיי ליסטע, וואס מיינט אז זיי האבן לכאורה א סופערמעדזשאריטי.
 
דא, מיינט אויך אז אויב וואלט אונגארן געהאט אזא סיסטעם ווי ענגלאנד און קאנאדע וואלט פידעזש (אורבאן) געהאט קוים 15 זיצן און טיזשע (אפאזיציע) 175 בערך
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
אונגארישער אפאזיציע פירער פעטער מאגיאר אין א פעיסבוק אפדעיט: פרעמיער מיניסטער וויקטאר ארבאן האט אנגערופן צו גראטולירן אונז מיטן זיג.
 
בייגעלייגטע פיילס

  • IMG_20260412_151552_267.webp
    IMG_20260412_151552_267.webp
    12.7 KB · געזען: 19
א היסטארישע נאכט פאר אונגארן, און בכלל פאר די אנטי-פאפאליסטישע מאוומענט.
לאמיר האפן ס'וועט זיין די אנפאנג פון א נייע תקופה איבער די וועלט בכלל.

אגב, ס'איז כדאי צוריקצוקוקן אויף די סטעיט טיווי פאולס...
 
וואס מיינסטו צו זאגן מיטן שטעלן בעלארוס ווס. איראן?

אויב מיינסטו די איסלאמישע רעזשים פון איראן, און דו האלסט אז לאנדאן גייט איין טאג ווערן א איסלאמישע כאליפאט, דאן ביזסטו א ודאי 100% גערעכט. ביידע זענען דורכגעפוילטע דיקטאטרישע קארופטירטע לענדער, זאל שוין ענדערש זיין אן קיין רעליגעזע פונדאמענטאלע פאנאטישקייט.

אבער אויב מיינסטו די 90 מיליאן איראנער איינוואוינער, און דו רעדסט זיך אפ אז מ'זעט אין לאנדאן טורבאן'ס מיט הידזשאב'ס, דאן בין איך גערעכט מיטן צולייגן אידן און ציגיינער. ווייל פונקט ווי דו ווילסט נישט זען טורבאן'ס מיט הידזשאב'ס, ווילן אנדערע נישט זען קיין שטריימלעך מיט שייטלען, על טהרת ה'ריינע ראסע'.
אוודאי מיין איך די איסלאמישע רעזשים.

איך האב גארנישט קעגן מענטשן וואס וואקן ארום מיט בענקלעך אויף זייער קאפ.
 
א היסטארישע נאכט פאר אונגארן, און בכלל פאר די אנטי-פאפאליסטישע מאוומענט.
לאמיר האפן ס'וועט זיין די אנפאנג פון א נייע תקופה איבער די וועלט בכלל.

אגב, ס'איז כדאי צוריקצוקוקן אויף די סטעיט טיווי פאולס...
דער איז א רעכטער פונקט ווי אורבאן ,ער קומט פון די זעלבע פארטיי,נאר דער אונגארישע פאלק איז זאט געווארען פון די קאוראפשען פון די אורבאן ממשלה, דאס געשעהט אלץ ביי די וואס זיצען ביי די לייצעס, עס וועט נישט גידויערן לאנג און פיטער מאדיאר וועט זיך נוהג זיין
כהנה וכהנה.
 
נישט ממש, ער איז צענטער רעכט,
פרא אוקריינע און אייראפע, די צענטער רעכטע אין יוראפ זענען די אמעריקאנע דעמאקראטן, די אלט רעכטע זענען גאר עקסטרעם
 
דער איז א רעכטער פונקט ווי אורבאן
אלא מאי, די וואלן איז נישט געווען רעכטס ווס לינקס, עס איז געווען פאפוליסטישע אנטי דעמאקראטיע קעגן קלאסישע ליבעראליזם

טאקע פארדעם איז דאס אזא שטארקע קלאפ פאר טראמפ, ביבי וכו..., ווייל פאר זיי איז קאנסערוואטיזם נישט גענוג, זיי דארפן דווקא א פאפוליסטישע ממשלה ווי זיי האבן אבסולוט מאכט
 
אוודאי מיין איך די איסלאמישע רעזשים.

איך האב גארנישט קעגן מענטשן וואס וואקן ארום מיט בענקלעך אויף זייער קאפ.
דו האלסט טאקע אז ענגלאנד גייט איין טאג ווערן א איסלאמישע כאליפאט?!
 
דו האלסט טאקע אז ענגלאנד גייט איין טאג ווערן א איסלאמישע כאליפאט?!
צו ס'וועט הייסן כאליפאט ווייס איך נישט, אבער אז דער ציבור איז מוסלעם, איז דאס לאנד א מוסלעמענע לאנד.
און נישט סתם מוסלעמענער, נאר טאקע די פרומע מיט די בורקעס און מוסלמענער ברודער.

דאס איז איינע פון די גרעסטע בליינד ספאטס פון די ליבעראלן.
ס'איז אזוי פשוט וואס דא קומט פאר און פארט באטראכטן עס זיי ווי עפעס וואס וועט קיינמאל געשעהן (ענדליך צו די פארזעהעניש פון די פרייע כלפי די חרדים אין די 70'ס און 80'ס)
 
פארוואס גלויבסטו אז מוסלמענער אימיגראציע וועט פירן צו א גרעסערע "טעיקאווער" ווי סיי וואספארא אימיגראציע כוואליע?
א געזונטע מערב עקאנאמיע האט יעדע 15-20 יאר א נייע אימיגראציע כוואליע פון אן אנדער פאלק.

ענגלאנד אליין האט געהאט אין די לעצטע 150 יאר 6 באזונדערע אימיגראציע כוואליעס פון אנדערע נאציאנאליטעטן, א לאנד וואס פארלירט אימיגראציע הויבט בדרך כלל אן אראפצוגיין און ווערן פארטרוקנט נאך א שטיק צייט, עס גייט זיך נישט אפשטעלן ביי מוסלמענער, אויב וועט די ענגלישע עקאנאמיע ווייטער וואקסן שטארק וועט עס ווייטער שטופן אימיגראציע פון ארימע/מלחמה צוריסענע לענדער און פאראויסשטופן עקאנאמיע און באפעלקערונג וואוקס.

ביינונז אין אמעריקע איז עס פיל מער רעלעוואנט ווייל מיר זענען בעצם אלע אימיגראנטן, איבער די לעצטע 150 יאר זינט די אינדוסטריאלע רעוואלוציע איז עס יעדע 20 יאר געווען א נייע דור פון אימיגראנטן וואס האבן געטון די שווערע פיזישע ארבייט וואס די אנגעפראסענע אמעריקאנער האבן נישט געוואלט טון, פון די איירישע, מזרח אייראפעער, קארעאנער, אידן, אפריקאנער, פארטאריקאנער (בעצם בירגער אבער זענען אריבערגעקומען צו די מעינלאנד פאר פרנסה), קובאנער, מעקסיקאנער און די לעצטע 15-20 יאר בעיקר פון לאטיין אמעריקע.

מען זעט עס היינט אויך אז די היספאנישע אימיגראנטן זענען די איינציגסטע וואס זענען נאך גרייט צו ארבייטן ביטער שווער, איבער די לעצטע 2 יאר האבן זיך אסאך פארמס אין פלארידע און קאליפארניע צוגעמאכט ווייל זיי האבן נישט געקענט טרעפן קיין ארבייטער וואס זאלן מסכים זיין צו קלויבן פרוכט אונטער 100° היצן, דער אמעריקאנער פראדוקציע אינדוסטריע האט געכאפט א געזונטן זעץ איבער די לעצטע יארן, א גרויס חלק וועגן מען קען פשוט נישט טרעפן קיין ארבייטער וואס זענען מסכים צו טון די שווער ארבייט, דאס האט מען זיך אלע יארן פארלאזט אויף די נייע דור אימיגראנטן צו טון.

סך הכל: א צייטווייליגע וואוקס אין מוסלמענער אימיגראציע פירט נישט צו קיין "טעיקאווער", סך הכל ברויך מען זיכער מאכן אז די אימיגראציע סייקל גייט ווייטער אן און מען שטעלט עס נישט אפ צווישן מרור און שולחן עורך
 
צו ס'וועט הייסן כאליפאט ווייס איך נישט, אבער אז דער ציבור איז מוסלעם, איז דאס לאנד א מוסלעמענע לאנד.
און נישט סתם מוסלעמענער, נאר טאקע די פרומע מיט די בורקעס און מוסלמענער ברודער.
איך טריי צו כאפן דיינע ווערטער.

דיין פראבלעם איז יא די 90 מיליאן אראבער'ס.
וואס דאס וועט - לשיטתך - ברענגען א איסלאמישע רעזשים (אויף עפעס אן אופן). קארעקט?
 
ביזט אריין אין א זייטיגע אימיגראציע שמועס.

נאדיר מיין מיינונג אין די גאנצע נושא:

1. איך האב נישט קיין שום פראבלעם מיט די עצם איידיע פון אריינעמען פרישע בירגער אין א לאנד.

דאן וואס פארפיר איך דא?

2. די קולטור פון א (דעמאקראטישע) לאנד איז פשוט א תוצאה פון אירע בירגער. אויב אירע בירגער טוישן זיך טוישט זיך די קולטור פונעם לאנד.

3. ווען ס'קומען צו א רעלאטיוו קליינע נומער פון נייע-קולטור-מענטשן וועט עס בדרך כלל נישט האבן א גאר שטארקע עפעקט אויף די עקזיסטירנדע קולטור און אדרבה ס'קען צומאל האבן א פאזיטיווע עפעקט מיט דעם וואס די עקזיסטירנדע קולטור לערנט זיך די גוטע חלקים פון די נייע קולטור (ס'גייט דאן וואלונטעריש, נישט געצווינגען).
און מיט די צייט וועלן די נייע-קולטור מענטשן זיך מער ווייניגער צופאסן צו די עקזיסטירנדע קולטור.

4. ווען ס'קומען צו גרויסע נומערן אויף אמאל שנעל ובפרט אז זיי הייבן אן צו באקומען אן עלעקטאראלישע כח טוישט זיך די גאנצע קולטור און דאן טוישט זיך עס אפט געצווינגענערהייט (זיי האבן גענוג כח אריינצוברענגען נייע קאנדידאטן וואס מאכן נייע געזעצן).

5. אויב האסטו מער ליב די אפריקאנער אדער אינדיאנער קולטורן דאן פארשטיי איך דיר, אבער דאן פארשטיי איך נישט פארוואס דו ווילסט וואונען אין אייראפע... אויב איז די אינדיאנער קולטור דאס וואס דו האסט ליב, דאן פארוואס נישט גיין וואוינען אין אינדיע?
איך גראדע האב מער ליב די מערב וועלט קולטורן.

6. די מוסלעמענער קולטור האט א יוניק סכנה וויבאלד זיי זענען א קולטור וואס סיי זיי ווילן דווקא נישט זיך צופאסן צו די עקזיסטירנדע קולטורן (טראכט פון חסידישע אידן), און סיי א חלק פון זייער קולטור איז צו מרבה זיין זייער קולטור אויך אויף אנדערע מענטשן (למחצה ולשליש)
בקיצור, טראכט חרדים אין ארץ ישראל נאר לייג צו פיל גרעסערע נומערן, פלאס זיי האבן נאך די בענעפיט אז רציחה (לשם שמים...) איז נישט אינגאנצן אראפגעקוקט.
 
לעצט רעדאגירט:
איך טריי צו כאפן דיינע ווערטער.

דיין פראבלעם איז יא די 90 מיליאן אראבער'ס.
וואס דאס וועט - לשיטתך - ברענגען א איסלאמישע רעזשים (אויף עפעס אן אופן). קארעקט?
מיין פראבלעם איז אן איסלאמישע רעזשים אדער אפילו א קאזין פון אן איסלאמישער רעזשים (אויב מיינסטו אז אורבאן האט צוגענומען רעכטן, דאן קוק אביסל וויאזוי די איסלאמישע קולטור גייט זיך צו מיט "אינדיווידואלע רעכטן")

איך פארשטיי נישט וואס דו מיינסט מיט דיין "90 מיליאן" נומער.
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
א היסטארישע נאכט פאר אונגארן, און בכלל פאר די אנטי-פאפאליסטישע מאוומענט.
לאמיר האפן ס'וועט זיין די אנפאנג פון א נייע תקופה איבער די וועלט בכלל.

אגב, ס'איז כדאי צוריקצוקוקן אויף די סטעיט טיווי פאולס...
איך האב געמישטע געפילן, פון איין זייט ואבוד רשעים רנה, איך בין אלס פרייליך ווען מ'קאפעט ארויס א פאר רייט עקלהאפטיגן דיקטאטור וואס איז שוין אויפן בענקל זייט איך בין געבוירן, א פוטין טראמפ טוכעס קושער און א נאצי און פאשיסט וואס האט פיינט יעדער וואס איז נישט אזוי יוראפעיש ווי אים רודפ'ט די מידיא א גאנצן טאג וכו'

ווידער פון די צווייטע זייט איז עס א גוטע ערשטע סטעפ אין די ריכטיגע ריכטונג אפילו מ'האט נאר אריינגעוועלט א צענטער רייט קאנדידאט, וויבאלד די אונגארישע פאפולאציע האט געשטימט אין א לענדסלייט דערקעגן, און דאס קוק איך אייביג ארויף אייראפע מער ווי אמעריקע אז כאטש שטימט מען, אנדערש ווי דא ווי מ'שטימט ניטאמאל און איך האלט נאך אז ס'מאכט נאך אסאך מער אויס און אנטשאט באקומען מיר 2 רעכטע פארטייען. די לינקע אין פארגלייך צו אייראפע זענען fairly צענטער רייט.

אבער מ'טאר נישט זיין א פעסמיסט ס'מאכט סתם דיפרעסט און אנגסט

אין איטאליע איז אויך דא א שטארק רעכטע פרוי פרעמיער מיניסטער און זי האט פרובירט צו טוישן די קאורט סיסטעם און די אפאזיציע האט צוריקגעקעמפט און די רעפערענדום איז דורכגעפאלן , קען זיין ס'איז דא מער א אויפוואכונג ביים ציבור צו זיין אין די אפאזיציע זעעהנדיג ווי אגרעסיוו די ווייט רעכטע גייען. ווער ווייסט?
 
Back
Top