שאוער מחשבות - אונטערוועגנס

צוזאמגעדרייט

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 14, 2024
מעסעדזשעס
454
רעאקציע ראטע
2,020
פונקטן
423
מאדנע: אלע "פובליק טוילעטס" וואו מען דארף צאלן געלט צו נוצן, איז אין די ערגסטע מצב שייך, ערגער ווי א שטאל פון קיען! דער שכל זאגט פארקערט, אז עס קאסט געלט, שטעל צו א זויבערע פינעף שטערן עקספיריענס!

פארוואס דארף מען מאכן check-in בעפאר'ן פליען, וואס געשעהט דאן? פארוואס נישט אזויווי א באס טיקעט? (בילעט אין אידיש). מען סקענט דאס "באר קאוד" און מען שפרייזט ארויף. פארוואס באקום איך נישט מיין "באָרדינג פעס" גלייך ביים קויפן דעם טיקעט?

אין א געוויסע שטאָט וואו מיר האבן באזוכט, האט מען געקענט באצאלן אויפן פובליק טראנספארטאציע, מיטן בלויז טאפן דאס קרעדיט קארטל, א מחי'! די שאלה איז נישט ווער עס איז אויפגעקומען מיט דעם גרינגע וועג פון צאלן פאר'ן באָס. פארקערט, איך וואונדער זיך ווער ס'איז אויפגעקומען מיטן קאמפליצירטן טיקעט סיסטעם (אדער "רב קו" אין ישראל, מעטרא קארטל אין ניו יארק). פארוואס קראצן די רעכטע אויער מיט די לינקע האנט? (דו האסט עס יעצט אויספרובירט?)
(א שנעלע גוגל סורטש זאגט מיר אז מען קען שוין היינט יא צאלן אויף די סובוועי מיטן קרעדיט קארד וכדומה. איי געס זאכן אנטוויקלען זיך)

איך ווארט עס זאל קומען א רעוואלוציע אין האטעלן, טעסלא סטייל. דו קומסט אריין, דיין פאון איז די עלעקטראנישע שליסל, דו גייסט צו צו דיין צימער און דא ענדיגט זיך די מעשה! דו ברויכסט נישט קיין front desk, און צען מינוט ווארטן בשעת דו ביסט מיד ווי א בער. עס מאכט עס ביליגער און שנעלער.
איבער אלעם זאלסטו באקומען דיין צימער פאר 24 שעה פון ווען דו עפענסט דעם טיר. וואס איז פשט א מענטשן קומט אן אכטע אינדערפרי און ער דארף צאלן פאר צוויי נעכט? איינער מיט אילאן מאסק'ס נאמבער, אין אישי פליז.


באמבע קשיא: פארוואס איז העלט אינשורענס אזוי טייער, איך צאל פאר טרעוועל אינשורענס בערך $100 א חודש, עס קומט נאך מיט די ריסק אז טרעוולערס ווערן מער אפט געשעדיגט ווי סתם איינעם?


פארוואס ליגט נישט אויף יעדע זיץ אינעם עראפלאן א באטל וואסער, עס וועט איינשפארן צייט פאר די פלייט אטענדענטס און געשמאקער פאר די רייזענדע.

פארוואס קען איך נישט קאנעקטן מיינע עירפּאַדס צום סקרין אויפן עראפלאן.

צו אלע לופטליניעס וואס האבן נאכנישט קיין סטאַרלינק אינטערנעט: ענק זאלן גיין באנקראט ווי אמשנעלסטן.

צו די כינעזע טוריסטן: וואס טוען ענק מיט אזויפיל שעה פון ווידעא רעקארדירונגען? טשיל אביסל, שמועס אביסל, וואס איז פשט פון די ערנסטע גרימאסן, זענט עטץ געווען שקלאף ארבייטער אין די כינעזע פאבריקן, אדער זענט עטץ גאר די אייגענטומער פון די פאבריקן?

רעדנדיג פון שאוער מחשבות: דער וואס איז אויפגעקומען מיטן Handheld shower head. (דעם שאוער וואס מען קען אראפנעמען פונעם האלטער און האלטן אין האנט), מען זעהט עס אסאך אין ישראל און אין נאך לענדער. גאנץ א פיינעם געדאנק, דו וואלסט אויך געמעגט אויפקומען מיט א מהלך אז עס זאל זיך נישט כסדר אראפ גליטשן נידריגער און נידריגער. "בעיסיקס, בעיבי!"
א פריוואטע שטודיע וואס איך האב געלאזט אין גאנג דורכאויס לענגערע נסיעות, טוט צייגן האר אויפשטעלנדע רעזולטאטן. נעמליך, זעכציג פראצענט פון די סארט שאוערס טוען זיך אראפגליטשן. די איבריגע 40 פראצענט בלייבט טאקע אויבן, אבער עס דרייט זיך כסדר אראפ, שפריצענדיג בלויז פארקערטערהייט אויף די וואנט פון אינטער זיך...

געוויסע שאוערס איז כמעט אוממעגליך אויסצוגעפינען וויאזוי פונקטליך צו אנשטעלן עס זאל זיין הייס אבער נישט צו הייס. אז דו רוקסט דעם דרייער א טראפ צו רעכטס באקומסטו א פראסק פון קאלטע וואסער, אזש דו קענסט ספאנטאן ווערן א "יו-טובער" וואס מאכט קאלטע פלאַטשקעס. א פיצי דריי צו לינקס און דו באקומסט צווייטע דעגראד בראנד וואונדן. צו מיינע ליבע האטעל אייגענטומער: פליז מאך א סימן, לייג א סטיקער, ווי פונקטליך איך זאל אנשטעלן דעם שאוער!
א דאנק פאר אייער אויפמערקזאמקייט צו דעם ענין!
 
פארוואס געוויסע טעקסי דרייווערס קענען מאכן shortstops יעדע צוויי מינוט, אבער ווען איך צייג אים, שטעל דיך אפ דא! טוט ער פארן נאך צוויי הונדערט פיס?
 
Back
Top