מיין באזוך אין לאאס

מארלי

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 15, 2024
מעסעדזשעס
694
רעאקציע ראטע
3,170
פונקטן
423
ידידי @בנימין האט מיר געפנט דאס אפעטיט מיט זיינע טרעוול באשרייבונגען און איך האב געטראכט צו מיטיילן מיינע עקספיריענסן פון מיין באזוך אין לאאס. איך האב עס צוטיילט אין עטליכע חלקים און איך וועל עס ארויפלייגן בעז״ה יעדער פאר טעג. איך האף די עולם וועט הנאה האבן.

אריינפיר

לכתחילה איז לאאס נישט געווען אויף מיין באקעט ליסט פאר די דאזיגע טריפ. אנגעקומען בין איך דארט נאר נאך וואס די סענטער און די סאוט פון די דערנעבנדיגע וויעטנאם זענען געווארן פארפלייצט און איך האב געזוכט א וועג ארויס. נאך א צוויי שעה פלייט צו לאאס בין אין אנגעקומען צו אן אנדערע וועטער זאנע, די זון שיינט און די שקיעות זענען הערליך.

לאַאָס, א קאמוניסטישע ארימע לאנד איז אפטמאל באטראכט אלץ דער 'פארגעסענע געשוויסטער' פון צווישן די סאוט-איסט אזיאטישע לענדער. אירע שכנות טיילאנד ווייטנאם און אפילו קאמבאדיע פארמאגן אסאך מער טוריסטן און זענען מער פארגעשריטן און אוועקגעשטעלט. לאאס איז ביז נישט צולאנג צוריק געווען פארפעסטעט מיט מאלעריע און אריינגעטון אין א ציווילע קריג אבער אין די לעצטע צוואנציג יאר מאכט שטאטע פראגרעס און איז משקיע אין טוריזם.

די עקספיריענס דארט איז אין אנקלאנג. לעכעריגע שאסייען איבעראל, זאמד און שטויב ביי די זייטן פון געסער אין די הויפשטאט, די האסטעלס זענען איינפאך און כמעט נישטא נארמאלע מאטראצן בנמצא און די גאנצע טוריסט אינפראסטרוקטור איז מער צוריקגעשטאנען ווי וויעטנאם, אפגערעדט פון טיילאנד. רוב מענטשן דא זענען פארמערס און לעבן ארום די פארמער לעבן און רעדן ע״פ רוב נישט קיין ווארט ענגליש. אבער דווקא די פשטות און Fragility געבט לדעתי א מער רויע און אטענטישע עקספיריענס אין פארגלייך צו אירע שכנות וואס זענען אנגעשטאפט און קאמערשילייזד ביזן מארך ביין. נישט בחינם באטיטלען דאס מאנכע אלץ 'טיילאנד פון צוואנציג יאר צוריק'.

לאאס שטארצט יא ארויס מיט די צווייפעלהאפטיגע טיטל וואס זי טראגט ׳די מערסט באמבאדירטע לאנד אין די וועלט׳. רעספאנסיבל דערפאר זענען די אמעריקאנער און די CIA וואס האבן אין לויף פון די וויעטנאם קריג אראפגעשליידערט א קיימא לן פון צוויי מיליאן טאן באמבעס איבערן לאנד, מער ווי זיי האבן אראפגעלאזט איבער דייטשלאנד און יאפאן אינאיינעם. די מטרה איז געווען צו עלימינירן די טרעיל אין די לאאס דזשונגלען וואס די קאמוניסטישע ׳וויעט קאנג׳ האבן גענוצט צו אריינשמוגלען וואפן צו נארט-וויעטנאם, אבער די אמעריקאנער פובליק און א גרויס חלק פון קאנגרעס זענען בכלל נישט געווען באקאנט מיט די גאנצע אפעראציע אין לאאס. די קאנסעקווענצן פון די ׳געהיימע קריג׳ ווי עס ווערט אנגערופן זעהן זיך נאך ביז היינט ווען צענדליגע שטארבן יעדער יאר פון אומעקספלאדירטע באמבעס און נאנט צו א דריטעל לאנד קען מען נישט פארמען צוליב וואס עס איז אנגעזייעט מיט מינעס.
אין די בערג פון צפון לאאס האב איך באזוכט א גיגאנטישע ליימסטאן מערה צו וואס מען קומט אן נאכן ארויפקריכן פילע שמאלע טרעפ וואס האט געדינט אלץ היים פאר הונדערטע משפחות פון די ארומיגע דערפער דורכאויס די וויעטנאם מלחמה. פאר כמעט ניין יאר איז עס איז געווען ווי א גאנצע שטאט צוטיילט אויף פונקציאנאלע חלקים, איין חלק ווי מען האט געוואוינט, איין חלק פאר א שפיטאל, גאווערמענט ביוראוס וכו׳. דורכאויס די טעג זענען די איינוואוינער געווען פארשפארט אין די מערה אין די טונקעלקייט און ביינאכט האבן זיי זיך ארויס געשלייכט צו פארמען די פעלדער.


20251110_134329.webp

א חלק פון די מערה
לואנג און צפון לאאס
די רייזע האב איך אנגעפאנגען אין ׳לואנג פראבאנג׳ אין די צפון זייט פון לאנד. לואנג איז די מערסט טוריסטישע שטאט, געפינט זיך אויף די ברעגעס פון די לאנגע לאנגע מעקאנג טייך, און איז געבויעט מיט פראנצוזיש סטיל ארכיטעקטור פון האלצערנע איין שטאקיגע הייזער (א השפעה פון די תקופה וואס דאס לאנד איז געווען א פראנצויזישע קאלאניע) און האט א געמיטליכע קאלירפולע ווייב פון א שווייצער שטאט. אין די שטאט געפינען זיך א שיינע פאר אלטע בודהיסטישע טעמפלען און די גאסן ווירבלען שטענדיג מיט ארענדזש געקליידעטע מאנקס, פון עלטערע ביז ממש יונגע קינדער-מאנקס. איינס פון די אטראקציעס אין שטאט וועלכע איך האב נישט אנגעיאגט מיטצוהאלטן זינט עס קומט פאר אין די פריע שעה'ן פון טאג איז די פאראדע פון מאנקס וואס שפאצירן דורך די געסער פון שטאט און ווערן געפיטערט דורך מענטשן וואס שענקן זיי עסן. די שטאט איז אריין אין די world heritage center פון UNESCO טאקע צוליב די אייגענארטיגע קאמבינאציע צווישן טראדיציאנאלע בודיסטישע קולטור און ספעציעלע ארכיטעטקטור וואס זי האט באוויזן צו אפהיטן.
אין לואנג געפינט זיך אויך די איינציגסטע בית חב"ד אין לאנד, פון די בעסטע בתי חב"ד וואס איך האב אמאל באזוכט. הרב מוישי און זיין ווייב פירן עס אן און געבן א ווארעמע ברוכים הבאים פאר יעדן וואס קומט דארט אריין און העלפן ארויס מיט עדוייז. זייענדיג דארט אין אנפאנג פון די לאאס טוריזם סעזאן האב איך אריינגעכאפט קלענערע סעודות און עס איז געווען א הערליכע עקספיריענס. אנדערש ווי בתי חב״ד אין ווייעטנאם אדער אין טיילאנד זענען דא כמעט נישט געווען קיין משפחות מיט קינדער אדער עלטערע מענטשן און די עולם איז באשטאנען בעיקר פון איזראעלי יוגענטליכע בעקפעקערס. כרגע, ליידט די בית חב״ד פון התנכלויות פון די ארטיגע אינסטאנצן וואס ערלויבן נישט אנפירן די סעודות שבת.


20251116_165047.webp

view פון די שטאט גענומען פון א הויעכע וויופוינט
20251117_160151.webp

קליינע מאנקס אין די גאסן פון שטאט

נאך שבת האבן מיר זיך ארויסגעלאזט צו נואנג קיו, א דארף אין די בערג פון צפון לאאס. צו דארט בין איך געפארן מיט אן עלטערע מיניבאס א בא בימים. איך בין געווען פון די ערשטע צו כאפן א זיץ אבער מענטשן האבן געהאלטן אין איין ארויפשטייגן און פון אלע זייטן האט מען ארויסגעצויגן נאך און נאך באהאלטענע בענקלעך. עס איז נישט געווען קיין דורכגאנג אינמיטן און מיר זענען געזיצן צושטיפט פערציג פארשוויצטע מענטשן אין א הייסע מיניבאס בשעת וואס די לעכעריגע שאסיי האט אונז געשמיסן אין טוכעס.
אנגעקומען זענען מיר אונז פונקט ביי די שקיעה. ווען די מאיעסטעטישע בערג האבן זיך באדעקט מיט א הערליכע קאליר און איך בין געשטאנען געפלעפט איבער די לאנגע בריק וואס שניידט דורך די טייך און צוטיילט די דארף אין צווייען און צוגעקוקט ווי די זון גייט אונטער.

20251109_173206.webp

א בילד גענומען פון אויף די בריק ביי די שקיעה
אַן איין-נאכט טרעק וואס איז פאפולאר אין די געגנט איז ווי מען קריכט ארויף די בערג צו א הערליכע viewpoint איבערן דארף און די אומגעגנט און מען שלאפט דארט אויבן אויף די בערג.

20251110_165640.webp



אין די קומענדיגע טעג האב איך באזוכט ארומיגע דערפלעך וואס מען אנקומען צו דארט נאר מיט א שיפל. די נאכט אין מואנג ניו, א פארשטופטע דארף וואס באשטייט בעיקר פון איין לאנגע גאס אן קיין קארס איז געווען א ספעציעלע עקספיריענס פון שלווה און שטילקייט. טייל פון די מער פארשטופטע דערפער זענען אפגעהאקט פון לעקטער, אפגערעדט פון אינטערנעט אבער די קינדער טאנצן ארום לעבהאפטיג. בכלל די קינדער אין לאאס זענען צוקער זיס, כיטרע און פריינדליך. זענען לאאטישע מער פרייליך פון אונז וועסטערנערס? האב איך שפעטער דן געווען מיט א פיניש יונגערמאן. די קינדער זענען טאקע פרייליך און זארגלאז אבער דאס איז ווייל זיי האבן נאכנישט קיין שכל צו כאפן ווי זיי זענען האט ער געטענה׳עט. וואס פאר אן עתיד האבן זיי חוץ פון אן ארים לעבן אן קייין אמת'ע יכולת זיך ארויסצוזען פון זייער דערפל, אפגעזען פון לאנד?.
פון מיין רושם קוקן די ערוואקסענע אויס ע"פ רוב געלאסן און געמיטליך אבער עס איז שווער זיי צו ארויסהאבן זינט זיי זענען מער איינגעצוימט, באשיידן און רעדן נישט קיין ענגליש. בכלל די גאנצע וייב אין לאאס איז געלאסן אויפן גרעניץ פון פוילקייט און די לעבן גייט דא אויף א Slow pace. די וויאטאנמער שכנים זענען היבש מער אקטיוו און רוישיג און קומענדיג פון וייטנאם איז בולט די קאנטראסט פון די צוויי לענדער. אפשר דערפאר איז וויעטנאם מער פארגעשריטן און קאפיטאליסטיש און ווערט מער און מער ׳׳וועסטערנזייד׳׳ און די צייט וואס לאאס וועקט זיך קוים אויף פון שלאף און לויפט נישט אין ערגעץ.

אייראניש איז אז קורץ דערנאך האב איך אפגעהאקט מיין באזוך אין די געגנט נאך וואס מיין טעלעפאן האט זיך פלוצים געלייגט שלאפן און איך האב זיך אומגעקערט צו לואנג פראבאנג עס צו פארעכטן. דא האסטו מענטשן וואס לעבן אן קיין נארמאלע לעקטער און איך קען נישט אויסהאלטן צוויי טעג אן א טעלעפאן, שוין.

המשך יבוא
 
לעצט רעדאגירט:
חלק ב'

נאכן וויילן נאך א שבת אין לואנג פראבאנג און נאך עטליכע טעג אין די שטאט 'וואנג וויאנג'- א הערליכע ספאט מיט עקסטרים אדווענטורעס און נאכט לעבן- האב איך באשלאסן צו אריבערפארן צו די דרום זייט פון לאנד. כדאי דאס צו טון דארף איך קודם נעמען די נייע כינעזער באן.
די כינעזער באן איז מסתמא די מערסטע פארגעשריטענע זאך אין לאאס אבער ס'געהערט נישט בכלל צו די לאאטישער. די כינעזער האבן דאס געבויעט כדי צו פארבינדן לאאס מיט כינע און זיי פירן דאס אן און שארן די רווחים צו זייער טאש. ווי איך האב פארשטאנען ווערט לאאס אין די לעצטע יארן מער און מער א כינעזער פראקסי און כינע הערשט איבער אסאך לאקאלע פראיעקטן.
די באן איז זייער פאפולער און מען דארף באשטעלן טיקעטס עטליכע טעג פארדעם. עס איז אביסל א קאמפליצירטע פראצעס וואס דער שליח חב״ד האט מיר ארויסגעהאלפן דערמיט. פאר די לאקאלע איז דאס ממש אן אטראקציע.

אראפגעשטיגן פון באן האב איך אין די הויפשטאט 'וויאנטיאן' און געשפענדעט דארט עטליכע טעג ווארטענדיג אויף א פליגער מיר צו נעמען צו די דרום זייט לאנד. אין וויאנטיאן וואוינען די ביאקראטן און די עליטעס פון לאנד און מען זעט טאקע שיינע קארס דא דארט און אויך אונטערנאציאנאלע האטעל נעצן ווי הילטאן און איביס וואס האבן לעצטנס געעפנט דארט ברענטשעס. פארט איז עס א היבש לאנגווייליג שטאט אנע איבעריגע חן און ווייניגער צוזאמענגענומען ווי לואנג פראבאנג. די צאל טוריסטן אין שטאט איז נישטיג. ס'איז דא א שיינע אלטע מויער און עטליכע שיינע טעמפלען, אבער בדר"כ נאכן באזוכן עטליכע טעמפלען ווערט עס נמאס ווייל אלא קוקן אויס בערך די זעלבע. מה גם וואס איך פרעפער ביי עני דעי די אייראפעאישע קירכעס ארכיטעקטור. It's a matter of taste I guess. אבער די אלטערנאטיווע צו ווארטן אויף א פליגער איז געווען א פופצן שעה'דיגע נאכט רייזע אויף א סליפער (נאכט באסעס מיט בעטן) און אין לאאס רעדט מען פון אלטמאדישע סליפערס. די בעטן זענען ארום א מעטער ברייט און געמאכט פאר צוויי מענטשן, אלזא אויב ווילסטו נישט פארוויילן די רייזע צוזאמען מיט א פרעמדע אין איין בעט מוזטו קויפן צוויי טיקעטס. אויך האט דער איינגעשטעלטער ביי די האסטל דעסק נישט געהאט קיין בילדער פון די סליפער מיר צו ווייזן און פארדעכטיגט געשמייכעלט ווען איך האב געפרעגט אויב די סליפער איז מענטשלעך ווי צו זאגן ''ווייסטעך וויאזוי ס'גייט דא''. כ'האב שפעטער פארשטאנען פון איינער וואס האט דאס געמאכט אז איך האב אויסגעמיטן אן אפקומעניש.

20251118_174533.webp

א טעמפל אין ויאנטיאן
די לופטפעלד אין הויפשטאט איז געווען פוסט ליידיג און האלב טונקל ווען כ'בין אנגעקומען דארט זיבענער צופרי. די טערמינאל פארמאגט עטליכע רייען פון שטויביגע פלעסטיק בענקלעך צו ווארטן. די פליגער פון די נאציאנאלע lao airlines קעריער האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין א קליין פראפעלאר פליגער. ס'איז די ערשטע מאל איך פאר מיט אזא פראפעלאר פליגער און נאך אין לאאס. כ'האב שנעל אריין געטשעקט מיט טשעט זשיפיטי און ער האט מיר אינפארמאטירט אז טראץ עטליכע קראכן אין די פארגאנגענהייט האט די איירליינס זיך שטארק פארבעסערט אין די לעצטע פאר יארן. כ'האב ממש אפגעאטעמט און נישט אראפגענומען קיין אויג פון די פענסטער ווען די פליגער האט זיך געווארפן ווי א פליג.

דרום לאאס

נאך א שעה האב איך געלאנדעט אין פאקסע, די גרעסטע שטאט אין סאוט פון לאאס. סאוט לאאס איז אסאך ווייניגער טוריסטיש פון די נארט און איז מער צוריקגעשטאנען. ס'איז פיל מיט אן א שיעור מאסקיטאס און געוויסע חלקים פון די געגנט פארמאגן נאך די מאלעריע ריסק און מען איז עדווייזט צו נעמען אנטי מאלעריע פילן אדער זיך שטאפירן מיט אנטי מאסיקטאס שפריצן. אין פאקסע בין איך געשלאפן נאר איין נאכט. ס'מיר געווען אינטערסאנט צו זען אז דער בעלעבאס פון די האסטל ווי כ'בין געשלאפן האט פונקט געהאלטן אינמיטן ליינען א בוך איבער די היסטאריע פון מדינת ישראל און די זעלבע צייט האב איך אויך געליינט א ביכל איבער די מלחמת העצמאות. זיין טאטע איז אן אמעריקאנער און ער רעדט א פערפעקטע ענגליש. ער איז געווען נייגעריג צו הערן איבער א"י און איבער די איזראעלי-פאלעסטינער קאנפליקט.

פאקסע אליין איז נישט אינטערסאנט, עס דינט בעיקר אלץ אן ארויסגאנג צו א ׳לאפ׳, די ׳פאקסע לאפ׳ אין די דערנעבנדיגע Bolaven Plateau געגנט. ס'איז א רונדיגע טריפ וואס מען מאכט מיט א קאר אדער מאטארבייק צווישן פארשטופטע דערפער, עטנישע שבטים, קאווע פעלדער און הערליכע וואסערפאלן.
*

פארענדיג מיט די מאטארבייק אויף די וועגן פון די לאפ בין איך געווען כמעט די אייציגסטע נישט-לאקאלע. די וועגן זענען סתם אזוי געווען היבש ליידיג חוץ פון קיען און אנדערע בהמות וואס דרייען זיך דא דארט אויפן ראוד. די וועגן זענען פיל מיט לעכער און מען דארף האלטן קאפ, זיכער ווען דו ביסט נישט קאווערעד מיט אינשורענס ווייל דו האסט נישט קיין לייסענס.
פון דערווייטענס האבן קליינע קינדער געטייטעלט מיט די פינגער אויף מיר, געפאכעט מיט די הענט און געלאכט און די עלטערע האבן מיר נאכגעקוקט מיט נייגער. ווי עס שיינט בין איך געווען א שטיקל סענזאציע פאר די ארטיגע חברה און מיט רעכט. עס פארן אריבער זייער ווייניג טוריסטן און א טייל פון זיי מאכן בכלל די וועגן אין א קאר. ווען איך האב אבער איינמאל פראבירט זיך דערנענטערן צו א סקול זענען זיי אנטלאפן מיט פארדאכט. פון צייט צו צייט בין איך אריבערגעפלויגן האלצערנע טראנספארטאציע מיטעלן און מענטשן שטייען דערויף צוקוועטשט ווי סארדינען.

820e516d-ba58-48ae-bb78-ffc62a06b04a-1_all_568.webp

אויף די וועגן פון באלאווען
820e516d-ba58-48ae-bb78-ffc62a06b04a-1_all_633.webp

א דארף אין באלאווען
אין די דערפער במשכ׳ן לאפ האב איך יא געטראפן אביסל טוריסטן און געס וואט צווישן זיי נישט איין נאר צוויי אנדערע איזראעלי פאמיליעס מיט קליינע קינדער…

איין נאכט בין איך געשלאפן אינמיטן א פארם In the middle of nowhere. פארנאכט עסט מען א נארהאפטיגע וועזשעטעריאן סעודה, אלעס פריש פון די פארם, צוזאמען מיט נאך טוריסטן און מיט די משפחה וואס פירט עס אן.
*
די געגנט פון באלאווען איז א היים פאר עטליכע אור אלטע עטנישע שבטים וואס זענען פיל מיט אמונות טפלות (?) און איבערגלויבענס. זיי גלייבן אין רוחות און גלייבן אז יעדער זאך אין די וועלט פארמאגט אין זיך ספיריטס (מען רופט דאס אנימיזם דאכט זיך). זיי זענען איזאלירט פון די ארומיגע וועלט, טייל פון זיי רעדן אפילו נישט די לאאטישע שפראך און רוב פון זיי פארלאזן נישט זייער דארף במשך זייער לעבן ווייל זיי גלייבן אז די גרעניצן פון די דארף היט זיי אפ פון בייזוויליגע רוחות. די דערפער פארמאגן אויך א שאמאן.

דורכאויס די לאפ זענען דא צוויי דריי לאקאלע מענטשן וואס פירן דורך טורס פאר טוריסטן ווי מען קען לערנען איבער די ארטיגע קולטור און לעבן. צווישן אנדערע האט די גייד פארציילט אז ביי זיי אין דארף איז די מנהג כל זמן די עלטערן לעבן וואוינען אלע קינדער ביי זיי אינדערהיים. ער למשל וואוינט מיט זיינע ברידערס מיט זייערע אלע קינדער צוזאמען אינדערהיים ביי זיין אלטע מאמע. ער האט אויך פארציילט אז די קינדער אין דארף רייכערן טאבאק פון א יונגע עלטער ווייל זיי גלייבן אז די רויעך פארטרייבט די ספיריטס און די מאסקיטאס. ביי די טור קען מען אויך מיטהאלטן און לערנען איבער די פראצעדור פון פראדוצירן קאווע.
די גאנצע געגנט איז פיל מיט קאווע פעלדער. דאס זענען די ווייטער די פראנצויזשע קאלאניאליסטן וואס קומט זיך די קרעדיט פארן אימפאטירן און איינפלאנצן קאווע אינעם געגנט. עס איז אויך דא א שיינע פאר וואסערפאלן אינעם געגנט.

820e516d-ba58-48ae-bb78-ffc62a06b04a-1_all_492.webp

820e516d-ba58-48ae-bb78-ffc62a06b04a-1_all_612.webp

צוויי גרויסע וואסערפאלן אויפן וועג

פינף טעג בין איך ארומגעפארן אין די געגנט מיטן מאטארבייק און שפעטער זיך אומגעקערט צו פאקסע כדי צו פארן די קומענדיגע און לעצטע דעסטינאציע אין לאאס- די פיר טויזענט אינזלען געגנט.

המשך יבוא
 
לעצט רעדאגירט:
גראדע איז לאַאָס יא אויף מיין באקעט ליסט. ס'געפעלט מיר שטארק די קאלירטע קליידער און די פאראדן וואס זיי האבן. One day..
 
@מארלי, זײער אינטרעסאנט און נאװעל. א גרױסן ײשר כח פאר מיטטײלן. איך שטעל מיך פאר ביסט געגאנגען מיט א טורגײד און נאך אײנס רילײטעד צו אידן סאמהאַוּ, אַנישט װאלסטו נישט "פונקט" אנגעטראפן איזראעליס און מענטשן װאס זענען אינטרעסירט צוהערן װעגן ישראל?
 
@מארלי, זײער אינטרעסאנט און נאװעל. א גרױסן ײשר כח פאר מיטטײלן. איך שטעל מיך פאר ביסט געגאנגען מיט א טורגײד און נאך אײנס רילײטעד צו אידן סאמהאַוּ, אַנישט װאלסטו נישט "פונקט" אנגעטראפן איזראעליס און מענטשן װאס זענען אינטרעסירט צוהערן װעגן ישראל?
כ'בין געפארן אן א טורגייד (חוץ פון די פאר שעה גייד אויף די לאפ און די טרעק אין נונג קיאו)

דער האסטעל מענדעזשער און די איזראעליס אויפן לאפ האב איך אנגעטראפן פערצופאל
 
פיר טויזענט אינדזלען

די געגנט פון 'פיר טויזענט אינדזלען' איז ממש ביים עק לאאס נאנט צו די גרעניץ מיט קאמבאדיע. עס איז א געגנט פון א צאל אינדזלען (נישט ממש פיר טויזענט, ווייט דערפון) א גרויס חלק פון זיי ממש פיצי. די צוויי גרויסע אינזלען ׳דאן דעט׳ און ׳דאן קון׳ זענען די הויפט פלעצער ווי די טוריסטן קאנצענטרירן זיך.

גלייך ווען מען שפאנט ארויף אויפן אינזל שפירט מען די יוניק ׳וייב׳ פונעם ארט. דאן דעט איז א קליינע אינזעל מיט איין אויסגעפלאסטערטע שמאלע ראוד און איינפאכע באנגאלאוס וואס ווענדן זיך צום וואסער ארום. אלע באנגאלאוס בלי יוצא מן הכלל האבן Hammocks און די רעסטאראנטן און בארס האבן בעטן אנשטאט בענקלעך ווי מען זיצט בארפעס. די טוריסטן ליגן אויסגעשפרייט אויף די Hammocks אדער די בעטן און מען פלאפעלט אדער ליינט, טייל פעדלען ארום די אינדזעל מיט בייקס. עס איז זייער א לעיד בעק זארגלאזע אטמאספערע. די שקיעות זענען הערליך.

820e516d-ba58-48ae-bb78-ffc62a06b04a-1_all_482.webp

820e516d-ba58-48ae-bb78-ffc62a06b04a-1_all_468.webp

820e516d-ba58-48ae-bb78-ffc62a06b04a-1_all_393.webp


איך בין אנגעקומען אין די תקופה ווען ס׳האט אנגעהויבן צו ווערן הייס און די פלאץ ווירבעלט מיט אלערליי פליענדיגע באשעפענישן, גרויסע און נאך גרעסערע, בעיקר ביינאכט. העכער די בעטן הענגן נעצן וואס מען וויקעלט ארום די בעט און דו ביסט באשיצט פון אלעם בייזן. נישט אלע באנגאלאוס האבן הייסע וואסער און דו שאוערסט זיך בדרך כלל מיט די געזעלשאפט פון קליינע בחנ׳טע ליזערדס אויף די ווענט.

אויפן אינזל זענען דא א צאל אייראפעאישער וואס האבן זיך באזעצט דא און פירן אן לאקאלע ביזנעסער. א שיינע צאל טוריסטן בלייבן דא סתם שטעקן פאר א תקופה. איינער פון די הויפט פלעצער ווי די קהילה טרעפן זיך איז די ׳רעגאיי באר׳, דארט קומט אויך פאר לייוו פערפארמענס עטליכע מאל א וואך פון א רעגאי בענד. אויף די מעניו איז דא ׳פרייליכע׳ אפציעס און די עולם איז פרייליך און היי. די בארמאן למשל , אן ענגלישע יונגערמאן וואס וואוינט אויפן אינזל עטליכע יארן האב איך נישט געזען אפילו איינמאל אויסגעטשוכעט. אזוי אויך דיר באסיסט פונעם בענד וואס האט קוים געקענט האלטן אויף די פיס.

די אינזל איז פיל מיט קאלירפולע פערזענליכקייטן. איינער פון זיי איז עדריאן, א זיבעציג יעריגער בריטישע שירט-לאזע מאן וואס וואוינט דא שוין איבער צוואנציג יאר. ווען עדריאן איז צום ערשט אנגעקומען צו ׳דאן דעט׳ האט ער באלד אנגעפרעגט א לאקאלע ווי מען קען זיך איינהאדלען וויד, ווען יענער האט אים גענטפערט ׳'ווי נישט׳׳ האט ער געוויסט אז ער איז אנגעקומען צום ריכטיגן פלאץ.
עדריאן האט מיר איינגעלאנדענט צו זיין באנגעלאו צו הערן זיין אינטערסאנטע לעבנס-געשיכטע און צו קויפן זיין בוך וואס ער האט אפגעשריבן איבער זיינע טרעוול איבערלעבענישן. ער פאררייכערט צוואנציג דזשוינטס א טאג אבער טרינקט נישט קיין אלקאהאל. ער איז אנטי טעכנאלאגיע און ביז נישט לאנג צוריק האט ער נישט פארמאגט קיין טעלעפאן. די לאקאלע היפי׳ס גלייכט ער נישט, ער געדענקט נאך די ׳ארגינעלע׳ היפיס פון אמאל און ער גלייבט נישט די היינטיגע.
׳׳זיי קומען דא, שפילן היפי און נאך א חודש פארן זיי צוריק טוען זיך אן די סוט און שניפסל און גייען צום ארבעט אין אפיס׳׳. ׳׳יעצט האבן זיי זיך אנגעפאנגען זיך צו האגן איינער די אנדערע! ווייל זיי קענען זיך נישט קוקן אין די אויגן!׳׳ זיין שפראך איז ארגינעל און דירעקט און די F ווארט שפילט דארט א שטארקע ראלע.
רוב לעבן האט ער ארומגעטרעוולט, בעיקר אין אזיע. אין 2003 האט ער זיך געפינען אין אינדאנעזיע ווען א א טויטליכע פארפלייצונג האט באטראפן די געגנט פון סאמאטרע ווי ער איז געווען. בנס איז ער געראטעוועט געווארן און האט דערנאך באשלאסן צו שרייבן א בוך איבער זיינע עקספירענסן. ער האט מיר איינגערעדט צו קויפן די בוך און מיר צוגעזאגט אז נאך זיין טויט וועט עס זיין ווערט אסאך געלט. די בוך איז געשריבן אויף עדריאנ׳ס ארגינעלע און פאליטיקלי-קארעקטלאזע שפראך און געבט א שטיקל מושג איבער די טרעוול עקספיריענס אין די סוף 90׳ און אנפאנג 2000׳.
*
סיי פון אים און סיי פון אנדערע עלטערע אויפן אינזל האב איך געלערנט איבער די חילוקים פון היינטיגע בעקפעקינג טרעוול און די אמאליגע פרע-טעכנאלאגישע טרעוול סטייל. אמאל האט מען געדארפט גיין צו לייברעריס צו טרעפן מאפעס און טוריסטישע ביכער. רייזעס פון איין שטאט צום אנדערן האט געקענט נעמען א טאג צייט. די אומזיכערקייט איז געווען גרויס אבער דווקא דאס האט צוגעגעבן א עלעמענט וואס די היינטיגע בעקפעקערס האבן נישט- די אפענקייט פאר סופרייזעס און ספעיס פאר אומערווארטעטע עקספיריענס. היינטיגע בעקפעקערס שפאנען אריינגעטון אינעם סקרין אויף וועגן וואס אנדערע האבן אויסגעטראטן פאר זיי, ,זיי ווייסן פונקטליך וואס זיי גייען עסן היינט ביינאכט פאר סאפער און וויאזוי די בעט ווי זיי גייען שלאפן מארגן קוקט אויס. (ספעציעל בולט ביי די ישראלים מיט די "שביל החומוס"). עס נעמט אוועק די עלעמענט פון איבעראשונג און פארשמעלערט די עקספיריענס.
*
נישט ווייט פון דאן דען געפונט זיך אויך די ברייטסטע וואסערפאל אין די וועלט און די גרעסטע אין קוואנטום וואסער אין גאנץ אזיע. אמאל פלעגט מען קענען זען ספעציעלע סארט דולפינס Irrawaddy אין די וואסערן נעבן דאן דעט אבער היינט זעט מען זיין זעלטן. עס געפינט זיך אין א סכנה פון ווערן פארטיליגט.

*
א מאיעסטעטישע בריק געבויעט דורך די פראנצויזן פארבינדט צווישן ׳דאן דעט׳ און די אנדערע גרויסע אינדזל. אויף די בריק בשעת׳ן שקיעה האב איך אנגעטראפן לענס און זיין ווייב. לענס האב איך דערקענט פון די רעגאיי באר ווי ער האט געזונגען דארט מיטן בענד. ער איז אין די שפעטע זעכציגערס און מיט א לאנגע שניי ווייסע בארד מאכט ער א רושם פון א חשוב׳ער איד אבער איז יונג און פריי אין זיין ספיריט. כ'בין געווען ממש שאקירט צו הערן אז זיין רעבעצין איז איבער אכציג יאר ווייל עס דערקענט זיך נישט אויף איר. זי פונקט ווי לענס איז דזשויפיל און ענערגיש. זי איז אויך א מוזיקאנט.
זיי וואוינען דא אין די לעצטע יארן אבער קומען ארגינעל פון טענעסי. זיי זענען א חלק פון די 'רעינבוי' פאמיליע, אן אונטערנאציאנאלע קאמיונעל באוועגונג וואס גייט צוריק ביז די זעכציגער קאונטער קולטור עפאכע, און זענען יארן לאנג ארומגעפארן איבערן וועלט, געוואוינט אין קארעוואנען און אין געצעלטן און געלעבט אן אלטערנאטיווע לייפסטייל. זיי האבן אויך באזוכט אין א״י אין די אכציגער יארן. ׳'גיוו פיס א טשענס׳׳ צוזינגען זיי זיך ספאנטאניש די ניגון וואס זיי זיי האבן געזינגען דעמאלט ביי שער יפו. די פאליציי האט זיי פארטריבן פון דארט.

׳׳קענסט אונז אנרופן אזוי׳׳ האבן זיי גענטפערט ווען איך האב געפרעגט אויב זיי זענען היפי׳ס. איך מיין עדריאן וועט מסכים זיין אין די פאל
 
לעצט רעדאגירט:
Back
Top