מענטשן וואס איך פארגין נישט

איך פארגין נישט די אידן וואס איך טרעף גיין חאלעמויד האלטן ביי די זעלבע פלעצער ווי איך גיי.
(אויך גילטיג אויף וועקאציעס.)

איך פארגין נישט די וואס האבן אפענע אינטערנעט אויף א פליפ פאון.

איך פארגין נישט דער פרומער אינגערמאן אין ביהמ״ד, וואס שאקלט אויף די גאנצע באנק, וויבאלד ער שאקלט זיך זיצענדיגערהייט.

איך פארגין נישט דעם אינגערמאן הנ״ל, ווען ער טראגט א שווערע קערפערליכע גערוך און עס באדערט א יעדער חוץ איהם.

איך פארגין נישט דעם אדמיניסטרעיטער מיט׳ן סמארטפאון, וואס נעמט מיך נישט אן אין מוסד וועגן איך האב אויך איינס.
 
איך פארגין נישט די אידן וואס איך טרעף גיין חאלעמויד האלטן ביי די זעלבע פלעצער ווי איך גיי.
(אויך גילטיג אויף וועקאציעס.)

איך פארגין נישט די וואס האבן אפענע אינטערנעט אויף א פליפ פאון.

איך פארגין נישט דער פרומער אינגערמאן אין ביהמ״ד, וואס שאקלט אויף די גאנצע באנק, וויבאלד ער שאקלט זיך זיצענדיגערהייט.

איך פארגין נישט דעם אינגערמאן הנ״ל, ווען ער טראגט א שווערע קערפערליכע גערוך און עס באדערט א יעדער חוץ איהם.

איך פארגין נישט דעם אדמיניסטרעיטער מיט׳ן סמארטפאון, וואס נעמט מיך נישט אן אין מוסד וועגן איך האב אויך איינס.
די וואס האָבן וואטצעפ אויף א פליפ פאון גייען גראָד אריין און גן עדן
 
די ציל פון חתונה האבן איז מקיים זיין זיין די מצוה פון פריה ורביה.

נאר דער אייבעשטער ברוב רחמיו האט עס געמאכט געשמאק.
הייסט אז ווען דיין ווייב איז שוין אין מענאפאוז פלאנסטו זיך צו גט'ן?
 
פונקט אריינגעבלאנזשעט אין די שנירל. כ׳זעה נישט קיינער זאל דאס דערמאנען דא. סאיז דא צוויי אנדערע סארט דזשעלעסי׳ס ביי מענטשען. איינס איז קנאת סופרים, וואס איז פשוט ווען א מענטש זעהט אז א צווייטער האט עפעס וואס ער האט נישט, און לאוו דוקא געלט אדער אנדערע גשמיות, נאר אז א מענטש האט א געוויסע קוואלעטי אדער עפעס א מעלה מיט וואס ער איז געבוירן געווארן, און אנדערע מענטשען זענען אים מקנא און וואלטן אויך געוואלט האבן די זעלבע קוואלעטי, זיי ווילן אבער גארנישט צונעמען פון יענע מענטש וואס זיי זענען מקנא - נאר זיי וואלטן אויך געוואלט האבן די זעלבע מעלה אדער די זעלבע געלט וואס יענער האט. אין אנדערע ווערטער: זיי פארגינען יענעם נאר זיי זאגן ״וואו בין איך? פארוואס קען איך נישט האבן די זעלבע זאך? פארוואס קען איך נישט זיין פונקט ווי יענעם?

פיין!!! דעס פארשטיי איך.

נאכדעם איז דא דשעלעסי וואס האט גארנישט צוטוהן מיט זיך אליינס, נאר פשוט אומפארגינערישקייט. זיי קענען נישט צוקוקן ווי ס׳גייט גוט פאר א צווייטען, און ס׳גייט זיי נישט אָן צי זיי האבן עס יא אדער נישט, קודם זאל יענער אלעס פארלירן, אין אנדערע ווערטער: זיי קענען נישט פארגינען אנדערע מענטשן, פשוט און גראד!!!

איך פלעג אויך מקנא זיין געוויסע מענטשען וואס זענען געבוירן מיט געוויסע מעלות וואס איך האב נישט, און איך האב אויך געוואלט שטארק זיין ווי זיי, כהאב אבער קיינמאל נישט געוואונטשען פאר קיינעם צו פארלירן גארנישט, נאר איך האב געוואלט האבן די זעלבע מעלות און טאלאנטן ווי זיי. ספעציעל אין די יונגערע יאהרן האט מיך עס שטארק געבאדערט. אבער וואס עלטער איך בין געווארן האב איך איינגעזעהן אז דזשעלעסי איז נעריש, ס׳קומט נישט פון קיין גוטע פלאץ און ס׳העלפט נישט די מענטש גארנישט, ס׳האט גארנישט מיט לאגיק, ס׳ברענגט נאר צער און עגמ״נ און ברענגט נישט קיין שום גוטס.

ווען איינער איז מקנא א צווייטען - נישט נאר ער האט נישט וואס יענער האט, נאר ער איז אזוי אויסגעשפילט אז ער מאכט זיך נאך יעצט א גאנצע עקסטערע דאגה און איז יענעם מקנא, ס׳קומט אויס סיי ער האט נישט וואס יענער האט, און סיי ער האט יעצט א גאנצע דאגה וועגן דעם און שלעכטע אינערליכע עקעלדיגע געפיהל.

וואס גייט אים יעצט העלפן אז ער זיצט און באקלאגט זיך און באוויינט זיין גורל? ווילסט זיין ווען יענעם? פרוביר עס צוטוהן אליינס! פרוביר יענעם נאכצומאכן! און אז דו קענסט עס נישט נאכמאכן, וואס גייט שוין זיין אז דו ביסט יענעם מקנא? וואס גייט עס העלפן פאר זיך אליינס? גארנישט!!! סתם א שלעכטע פילינג!!! סתם אומזיסטיגע צער און עגמ״נ און גארנישט מעהר!
יעדער איז געבוירן מיט אנדערע טאלאנטן און יעדער איינער קען ארבעטן און פרובירן צוזיין די בעסטע ווערסיע פון זיך אליינס!

איך למשל אלץ קינד האב שטארק מקנא געוועהן מיינע געשוויסטער וואס האבן געקענט שפילן נאטירליך piano, איך האב עס נישט געקענט טוהן, אפילו איך בין געגאנגען פאר א לאנגע צייט צו א פריוואטע טיטשער, מיט די סטיקערס אויף די פיאנאו און זיך געמוטשעט שעות ארוכות האב איך קוים אין צרות געגקענט שפילן עפעס אפאר ניגונים און מ׳האט נישט געדארפט זיין קיין גרויסע מוזיקאלישע דזשיניעס צוהערן אז איך בין נישט קיין געבוירענע musician אבער מיין קליינע ברודער, אכט יאהר יונגער פון מיר, האט געשפילט ווי א פראפעשענאל אָן קיין שום הילף אן קיין טיטשער אן קיינער זאל אים אויסלערנען, אן זיך מוטשענען שעות ארוכות.

וואס עלטער כבין געווארן האב איך איינגעזעהן אז ער האט טאקע די מעלה און איך נישט, אבער פון די אנדערע זייט האב איך אסאך מעלות וואס ער האט נישט. און אזוי ארבעטן אלע מענטשען. די מענטשן וואס זענען נישט צופרידן אין לעבן וועלן אלעמאל טרעפן א צווייטען מקנא צוזיין. זיי קענען האבן געלט, א שיינע ווייב און אלע מעלות און זיי וועלן נאכאלץ נישט זיין פרייליך, נישט קיין חילוק וויפל זיי האבן, זיי קענען זיין רייך ווי קורח און האבן אלעס אויף דער וועלט און מיט דעם אלעמען וועלן זיי זיך נאכאלץ אפּרעדן און מקנא זיין אנדערע - איך קען אסאך אזעלכע מענטשען.

ממילא איך בין נישט מקנא קיינעם, אפילו די מענטשען וואס ס׳קוקט אויס פון אינדערויסן ווי זיי האבן אלעס און ס׳גייט זיי גוט אין לעבן, איך בין זיי גאר ווייניג מקנא!!! איך בין נאר מקנא מענטשן וואס זענען קיינעם נישט מקנא, ווייל זיי זענען באמת צופרידן!!! זיי לאכן זיך אויס פון אלעס, און זיי לעבן א העפּי לייף נישט קיין חילוק וויפל געלט זיי האבן, אדער ווי שיין זייער ווייב איז. אט די מענטשן איז ווערט מקנא צוזיין!!! די אנדערע מענטשען זעה איך נישט וואס איז דא מקנא צוזיין אפילו פון אינדערויסן קוקט עס אויס ווי זיי לעבן א גוטן טאג…

ווען איך הער אז ס׳גייט איינעם גוט ווער איך פרייליך, ווייל מיר קוקט אויס ווי די גאנצע וועלט איז שיט, און איך קוק אָן די וועלט זייער פּעסימיסטיש, איך האב א ענדליכע בליק אויף די וועלט ווי קהלת און להבדיל די פילאסאף ארטור שאפענהאוער וואס זאגן אז ״אדם לעמל יולד״ און איך הער און איך זעה א גאנצע צייט ווי מענטשען ליידן פון אלע מיני פראבלעמען און מוטשענען זיך אויף די וועלט טאג טעגליך מיט אלע מיני צער און יסורים, און איך ווער שטארק צובראכן ווייל איך טראכט די וועלט אויף וואס מיר וואוינען איז ממש א גיהונים, אבער ווען איך הער אז ס׳גייט איינעם יא גוט ווער איך ממש אויפגעלאכטן! און דעס געט מיר א שטיקעל נחמה אז די וועלט איז דאך נישט אזוי געפערליך און סאיז נאך אלץ דא מענטשען וואס ס׳גייט זיי גוט, דאס באראוהיגט מיך אביסל.

איך זעה נישט פארוואס איינער זאל סתם נישט פארגינען יענעם, ס׳איז סתם א נערישע, קינדערישע, חיה׳ישע אינסטינקט, די הונט פארגינט אויך נישט קיין צווייטע הונט, און מאנקיס נאך ווייניגער, די chimpanzee מאלפע איז באוואוסט צוזיין מורא׳דיג דזשעלוס אויף אנדערע מאנקיס…
 
לעצט רעדאגירט:
הייסט אז ווען דיין ווייב איז שוין אין מענאפאוז פלאנסטו זיך צו גט'ן?
עס איז דא צוויי באזונדערע מצוות , מצות פריה ורביה,איז צו ברענגען א זכר און א נקיבה אויף די וועלט,דאס האט מען גיקענט מקיים זיין מן התורה אהן אישות ,לדוגמא מיט א פילגש - בלי קידושין- נארזי זאל מיוחדת זיין, פאר עהם פאר א צייט , עס איז אהנגינומען אז עס איז אסור מדרבנן , אזא לעבן ווירטשאפט, איז ממילא מקיים צוזיין פריה ורביה דארף זיין במציאות אישות - מען דארף חתונה האבן .
עס איז דא א מצוה חיובית- אן עקסטרע מצוה- אז נאכדעם ווי מען האט חתונה , דארף מען סטריקטלי
מקיים זיין מצות עונה- דאס איז בעצם א גרעסערער חיוב ווי פריה ורביה, ווייל פריה ורביה איז א מצוה בין אדם למקום , די חיוב מצות עונה איז בין אדם לחבירו,און איז נוהג כל ימי חייהם .
די זענען דברים פשוטים , נאר עס איז כדאי צו חזר׳ן ,מען לעבט חיי אישות און מען דינט דעם גאט,מיט האלטן שלום בית מיט די פרוי, נוחל שני עולמות .
גוט יום טוב.
 
Back
Top