עס זעהט מיר אויס אז פרויען האבן געהאט מער כח אויפצוציען קינדער אין די עבר.
איז דאס אמת בכלל?
יא סיי פיזיש און סיי גייסטיש
סיי שוואכער און פארנומענער און סיי שוין נישט דא די תמימות פון אמאל
איז עס גוט אז עס האט זיך געטוישט?
זיכער נישט גוט אז מיר זענען אין א דור ווי אזויפיל זענען on edge און דאס אז פרויען "מוזען" ארבעטען איז אויך נישט גוט
כל זמן מ'האט נאך קינדער ווי אמאל און כח ווי היינט איז עס געפערליך
איז עס וויכטיג צו ברענגן אידשע קינדער אויף די וועלט?
ווענדט זיך אין וואס איר גלייבט
דארף א מאן מער ארויס העלפן אין שטוב?
אוודאי, בפרט ווען זי העלפט מיט וואס ער דארף טון דהיינו פרנסה אבער אפילו ווען נישט אויך כפי היכולת והזמן
איז עס א רשעות ווען א ווייב בעט א מאן צו טוישן א פעמפער ווען זי קען דאס טוהן אליינס?
אנלעס זי איז א רשענטע וואס פון דעם רעד איך נישט, זיכער נישט! אז זי בעהט האט זי א סיבה דערפאר
ווי אזוי דרייט מען זיך ארויס מיט אן איידלקייט פון א בקשה ארויס צו העלפן?
ממ"נ אז די קענסט [פיזיש&גייסטיש] און אז נישט זאג אזוי
א מאן דארף זיין אינדערהיים ווי א שטאלנע שטאנג וואס האלט אינטער די שטוב.
ריכטיג
אין קיין פאל זאל א מאן נישט טוהן שטוב ארבעט.
אויב עס מאכט איהם פילען און/אדער אויסזעהן ווי א שמאטע ביזטו גערעכט אבער אויב איז די די ריכטיגע רעספעקט דעמאלטס אדרבא טו עס מפעם לפעם פונקט ווי דו וואלסט געהאלפען דיין חבר, דא איז 1000 מאל קל וחומר
אודאי געוויס צו העלפן דאס איז די וויסטיסטע זאך אבער נאר ווילאנג עס איז בתור העלפן.
ריכטיג אבער מיט ריספעקט נישט מיט די עטידוד ווי מיר זעהט דאס אויס געשריבען
קיינמאל זאל מען זיך נישט "ארויסדרייען" מיט אן איידלקייט... נאר "זאגן" מיט אן איידלקייט אז איך בין נישט דא צו טהן שטוב ארבעט.
ריכטיג, נאך בעסער איז צו רעדן דערפון אפען פון פריער נישט ווארטען ביז עס איז שוין נוגע...
גארנישט איז נישט קיין רשעות נאר אסאך מאל כאפט זי נישט וואס א מאן באדייט.
כאמור לעיל אלעס איז קאמיוניקעשען און אהבה
איז איין זאך זיכער אז די באשעפער האט באשאפן בטבע מען זאל ווארטן צווי יאהר צעווישען א קינד
די טבע ארבעט שוין לאנג נישט פאר זייער אסאך
nursing clean איז ווייט נישט ביי יעדעם, און ביי רוב, אויב שוין יא איז עס נישט מער ווי א יאר
היינט איז מען שוואכער דארף מען נעמען סענטעטישע מעטאדן.
כצ"ל
ווען ס'איז געוועהן אין אין שורה האט עס אביסעל אויסגעזעהן ווי א סתירה