מעטעאר שויער'ס

blender

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
אקט. 28, 2024
מעסעדזשעס
268
רעאקציע ראטע
799
פונקטן
113
היינט באנאכט (יולי 30 2025) וועלן צוויי מעטעאר שויערס - די Southern Delta Aquariid און די Alpha Capricornids - פיקן צוזאמען און קענען שיסן ביז 25-30 שטערן פער שעה!

וואס איז א מעטעאר שויער?

איינס פון די שענסטע זאכן וואס מען קען זען אויפן הימל איז ווען עס פאלן אראפ "שיסנדיגע שטערן" וואס פליען איבער דעם הימל. אבער דאס זענען נישט קיין עכטע שטערנס, דאס זענען קליינע שטיינער און שטויב פון ספעיס וואס פליען אריין אין אונזער וועלטס אטמאספערע און שיינען אויף מיט אזא שנעלקייט אז זיי מאכן א שיינע ליכט-שטראל אין די פארום פון אזאלעכע לאנגע ליניעס אויף די הימל וואס געט א שיין אויף פאר א סקונדע.

יעדע נאכט פאלן אראפ בערך 5-10 אזעלכע "שיסענדיגע שטערן" יעדע שעה, אבער עטליכע מאל א יאר גייט אוזער פלאנעט דורך א "וואלקן" פון אסאך שטויב און קליינע שטיינער וואס א קאמעט האט איבערגעלאזט. ווען דאס געשעט קען מען זען 20, 50, אדער אפילו הונדערט מעטעארן אויף א שעה! דאס רופט מען א "מעטעאר שויער".

פארוואס זענען דא די שטיינער וואלקענעס? ווען א קאמעט פליעט ארום די זון, און עס קומט אן זייער נאנט צו די זון, ווערן די קאמעט זייער הייס, און די זון צולאזט די אייז און שטיינער פון די קאמעט, און דאס לאזט איבער א לאנגע וויידל פון שטויב און קליינע שטיינער אין בעק פון דעם קאמעט. יעדעס יאר ווען אונזער ערד גייט ארום די זון אויף די ערדס ארביט, פארט עס דורך עטליכע פון די שטיינער וואלקענעס וואס די קאמעטס האבן איבערגעלאזט. ווען דאס געשעט, וועט די גראוועטי גורם זיין אז אלע קליינע שטיינער וועלן צוריק אריין פליען אין אונזער אטמאספערע און מאכן א הערליכע שויער אויף די הימל!

היינט ביינאכט איז די פיק (peak) (ד.ה. די פלאנעט איז די טיפסטע אין די וואלקן ) פון די Southern Delta Aquariids שויער, די שויער קען ברענגען ביז 20 מעטעארן א שעה, און עס איז מער שוואכע אבער לאנגע ליניעס (trails). די מעטעארן זענען נישט אזוי שיינעדיג ווי די פון אנדערע שויערס, אבער זיי זענען גאר שיין צו זען.

אזוי אויך איז היינט די פיק פון די Alpha Capricornids שויער. דאס איז א שוואכערע שויער -נאר ארום 5 מעטעארן א שעה - אבער עס מאכט שטארקע, שטייטע "פייערבאלס" מיט שטארקע קאלירן וואס קענען מאכן ליכטיג די גאנצע הימל פאר א פאר סעקונדעס!

די בעסטע צייט עס צו זעהן איז היינט באנאכט נאך חצות ביז צופרי ספעציעל צווישן 2:00 און 3:00 ווען די ראדיאנט פוינטס זענען די העכסטע אינעם הימל.
פראבירט צו זיין אין ווי מער א טונקעלען פלאן. דער שטערקסטער שונא פון מעטעאר שויערס איז "לייט פעלושען" - צופיל לעכטיקייט פון שטעט און שטעטלעך. מען דארף זיין מינימום 20-30 מייל פון די סיטי כדי צו זען די שוואכערע מעטעארן. די בעסטע פלעצער זענען פּאַרקס, פעלדער, אדער און די קעטסקילס.
לאז דיינע אויגן זיך צוגעוויינען, דיינע אויגן דארפן 20-30 מינוט צו זיך צוגעוויינען צו די טונקלקייט. אין די 30 מינוט איז בעסער נישט צו קוקן אויף קיין טעלעפאון , נישט אויף פלעשלייט, גארנישט! אויב דארפסטו ניצן וויכטיג א לייט ניץ א רויטע לייט(רויט פארבלענדט נישט אזוי שטארק די אויגן).
אזוי מאך זיכער אז דו זוכסט די ריכטיגע ריכטונג
פאר היינטיגע שויערס, בעיקר צו דרום-מזרח הימל. די דעלטא אקוואריידס קומט בעיקר פון די Aquarius קאנסטעלאציע און די אלפא קאפריקארנידס קומען פון די Capricornus קאנסטעלאציע. און בעיקר האב געדולד!
אסאך מאל קען דויערן עטליכע מינוט צווישן מעטעארן. גרייט דיך אן צו זיצן (אדער ליגן) פאר מינימום א האלבע שעה.

אסאך הצלחה, און א געלינגענע אבזערוואציע!
 
לעצט רעדאגירט:
ווען א קאמעט פליעט ארום די זון, און עס קומט אן זייער נאנט צו די זון, ווערן די קאמעט זייער הייס, און די זון צולאזט די אייז און שטיינער פון די קאמעט, און דאס לאזט איבער א לאנגע וויידל פון שטויב און קליינע שטיינער אין בעק פון דעם קאמעט.
א גרויסן דאנק @blender זייער אינטערעסאנט.

איך פארשטיי אז כאטש וואס מעטעארוידס קענען זיין פארבינדן מיט קאמעטס, זענען זיי לאו דוקא איין זאך. רוב מעטעארוידס קומען פון דעם אסטערויד גארטל צווישן מאדים און צדק און רוב קאמעטן קומען פון פיל ווייטער פון דעם.

איך האב פשוט געזוכט עפעס מיט וואס צו רעאגירן צו דאס שנירל, אויסצודרוקן מיין אינטערעסע אין נאך אזעלכע סארט מאטעריאל...
 
לעצט רעדאגירט:
איך פארשטיי אז כאטש וואס מעטעארוידס קענען זיין פארבינדן מיט קאמעטס, זענען זיי לאו דוקא איין זאך. רוב מעטעארוידס קומען פון דעם אסטערויד גארטל צווישן מאדים און צדק
דאס איז נאר אין די פאל פון איינצעלנע מעטעארוידס, דעמאלטס קענען זיי קומען אדער פון די עסטרויד בעלט אדער פון די איבערבלייבענישן פון א קאמעט. אבער אין אונזער פאל, ווען עס איז דא א שויער, מיינט דאס אז די וועלט דארף דורכפארן א וואלקן פון קליינע שטיינער, און אזא וואלקן קען נאר ווערן פון די איבערבלייבענישן פון א קאמעט.
רוב קאמעטן קומען פון פיל ווייטער פון דעם.
די ארביט פון א קאמעט איז געווענטליך זייער אויסגעצויגן, עס איז נישט קיין פשוטע פערפעקט צירקל ארום די זון, עס איז זייער א אויסגעצויגענע עליפס, און די זון איז סטאנציאנירט מער צו איינע פון די עקן, ממילא וועט די קאמעט רוב צייט זיין זייער ווייט פון די זון אבער איינמאל אין אפאר יאר (פאר געוויסע קאמעטס קען דאס זיין איינמאל אין אפאר הונדערט יאר!) קומט די קאמעט זייער נאנט צו די זון און דעמאלטס איז ווען עס געשענט די וואלקן.
Halley's_Comet_animation.gif

דאס איז די ארביט פון "העליס קאמעט", די קאמעט נעמט 76 יאר צו מאכן איין גאנצע ארביט! די קאמעט איז געווען די ערשטע קאמעט וואס איז פרעדיקטעד געווארן פון פארדעם אז עס גייט געזען ווערן אין א ספעציפישע צייט, אוועקבלאזדיג אלע מיטל-אלטער לעגדעס אז עס איז א שלעכטע סימן פאר די וועלט אא"וו.
 
שיין און קלאר ארויסגעברענגט.

א שמועס איבער קאמעטן איז ווערט א באזונדערע מסכתא פאר זיך.

עס זענען דא וואס ווילן זאגן אז העלי'ס קאמעט איז דער שטערן וואס ווערט דערמאנט אין הוריות י. "כוכב אחד יש שעולה אחת לשבעים שנה ומתעה את הספנין"
 
זייער אינטרעסאנט!

דא↓ אין די ענגליש טײמס רעדן זײ װעגן די פּערסיעדס מיטעאָׂור שאװער פון דער קאָממעט סװֿיפֿט-טאָטטל, אין װעלכע מ'קען זעהן צװישן 50-100 מיטעאורס פער שעה אױב איז מען ממש אונטער דעם (אבער פון די יוּ-קעי קאָנדישענס איז עס בערך נאר 1 מיטעאור יעדע 5 מינוט, אין פּיעק נאַכט). די שאװער פאסירט אין די צפון-העמיספֿער פון ערד.

די שאװער האט זיך שױן אהנגעהױבן און ציהט זיך ביז 24ציגסטן אוגוסט אבער די פּיעק װעט זײן אין די נאכט פון 12טן אוגוסט. און מען זאל קוקן אדער אױף צפון-מערב ריכטונג אדער דרום-מזרח ריכטונג פון די הימל. די קאממעט סװיפט-טאטטל באזוכט די אינערליכע סאָלער סיסטעם (נאנט צו די זוהן?) יעדע 133 יאהר. דאס הײסט, אזױ לאנג איז זײן אָרביט, און זי איז צוערשט אנטדעקט געװארן, װען עס האט ערשײנט אין 1866, בּײ איטאליענער אסטראנאמער און סײענס היסטאריען דזשיאָװאַני שיאַפּאַרעלי. ער האט ערשט געמאכט די קשר צװישן קאממעטס און מיטעאָׂורס. זעהט דעם ארטיקל אין די טײמס די װאך, פון קריס לינטאָט:
1754062630232.jpeg

און באנוס פיקטשער:

1754063110666.jpeg
 
Back
Top