- זיך איינגעשריבן
- אקט. 28, 2024
- מעסעדזשעס
- 268
- רעאקציע ראטע
- 799
- פונקטן
- 113
היינט באנאכט (יולי 30 2025) וועלן צוויי מעטעאר שויערס - די Southern Delta Aquariid און די Alpha Capricornids - פיקן צוזאמען און קענען שיסן ביז 25-30 שטערן פער שעה!
וואס איז א מעטעאר שויער?
איינס פון די שענסטע זאכן וואס מען קען זען אויפן הימל איז ווען עס פאלן אראפ "שיסנדיגע שטערן" וואס פליען איבער דעם הימל. אבער דאס זענען נישט קיין עכטע שטערנס, דאס זענען קליינע שטיינער און שטויב פון ספעיס וואס פליען אריין אין אונזער וועלטס אטמאספערע און שיינען אויף מיט אזא שנעלקייט אז זיי מאכן א שיינע ליכט-שטראל אין די פארום פון אזאלעכע לאנגע ליניעס אויף די הימל וואס געט א שיין אויף פאר א סקונדע.
יעדע נאכט פאלן אראפ בערך 5-10 אזעלכע "שיסענדיגע שטערן" יעדע שעה, אבער עטליכע מאל א יאר גייט אוזער פלאנעט דורך א "וואלקן" פון אסאך שטויב און קליינע שטיינער וואס א קאמעט האט איבערגעלאזט. ווען דאס געשעט קען מען זען 20, 50, אדער אפילו הונדערט מעטעארן אויף א שעה! דאס רופט מען א "מעטעאר שויער".
פארוואס זענען דא די שטיינער וואלקענעס? ווען א קאמעט פליעט ארום די זון, און עס קומט אן זייער נאנט צו די זון, ווערן די קאמעט זייער הייס, און די זון צולאזט די אייז און שטיינער פון די קאמעט, און דאס לאזט איבער א לאנגע וויידל פון שטויב און קליינע שטיינער אין בעק פון דעם קאמעט. יעדעס יאר ווען אונזער ערד גייט ארום די זון אויף די ערדס ארביט, פארט עס דורך עטליכע פון די שטיינער וואלקענעס וואס די קאמעטס האבן איבערגעלאזט. ווען דאס געשעט, וועט די גראוועטי גורם זיין אז אלע קליינע שטיינער וועלן צוריק אריין פליען אין אונזער אטמאספערע און מאכן א הערליכע שויער אויף די הימל!
היינט ביינאכט איז די פיק (peak) (ד.ה. די פלאנעט איז די טיפסטע אין די וואלקן ) פון די Southern Delta Aquariids שויער, די שויער קען ברענגען ביז 20 מעטעארן א שעה, און עס איז מער שוואכע אבער לאנגע ליניעס (trails). די מעטעארן זענען נישט אזוי שיינעדיג ווי די פון אנדערע שויערס, אבער זיי זענען גאר שיין צו זען.
אזוי אויך איז היינט די פיק פון די Alpha Capricornids שויער. דאס איז א שוואכערע שויער -נאר ארום 5 מעטעארן א שעה - אבער עס מאכט שטארקע, שטייטע "פייערבאלס" מיט שטארקע קאלירן וואס קענען מאכן ליכטיג די גאנצע הימל פאר א פאר סעקונדעס!
די בעסטע צייט עס צו זעהן איז היינט באנאכט נאך חצות ביז צופרי ספעציעל צווישן 2:00 און 3:00 ווען די ראדיאנט פוינטס זענען די העכסטע אינעם הימל.
פראבירט צו זיין אין ווי מער א טונקעלען פלאן. דער שטערקסטער שונא פון מעטעאר שויערס איז "לייט פעלושען" - צופיל לעכטיקייט פון שטעט און שטעטלעך. מען דארף זיין מינימום 20-30 מייל פון די סיטי כדי צו זען די שוואכערע מעטעארן. די בעסטע פלעצער זענען פּאַרקס, פעלדער, אדער און די קעטסקילס.
לאז דיינע אויגן זיך צוגעוויינען, דיינע אויגן דארפן 20-30 מינוט צו זיך צוגעוויינען צו די טונקלקייט. אין די 30 מינוט איז בעסער נישט צו קוקן אויף קיין טעלעפאון , נישט אויף פלעשלייט, גארנישט! אויב דארפסטו ניצן וויכטיג א לייט ניץ א רויטע לייט(רויט פארבלענדט נישט אזוי שטארק די אויגן).
אזוי מאך זיכער אז דו זוכסט די ריכטיגע ריכטונג
פאר היינטיגע שויערס, בעיקר צו דרום-מזרח הימל. די דעלטא אקוואריידס קומט בעיקר פון די Aquarius קאנסטעלאציע און די אלפא קאפריקארנידס קומען פון די Capricornus קאנסטעלאציע. און בעיקר האב געדולד!
אסאך מאל קען דויערן עטליכע מינוט צווישן מעטעארן. גרייט דיך אן צו זיצן (אדער ליגן) פאר מינימום א האלבע שעה.
אסאך הצלחה, און א געלינגענע אבזערוואציע!

לעצט רעדאגירט: