מעיק אמעריקע סדום ועמורה עגעין!!!

שבת אחים

היימישער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
יולי 3, 2024
מעסעדזשעס
33
רעאקציע ראטע
208
לאמיר אַנאליזירן ווי ״גרעיט אמעריקע״ איז טאקע אינטער דער פירהער די גרויסער ״ביזנעסמאן״ און דער בעסטער ״דיעל מעיקער״ אויף די גאנצע פּלאנעט דאנאלד דזשעי טראמפ ירום הודו

כינע קאַקט זיך אויס אויף אמעריקע!!!! זיי זאגן יעצט אז זיי זענען נאר אינטערסירט צומאכן ביזנעס מיט אמעריקע אָן קיין סטראַשרייען!!!

פוטין און רוסלאנד קאקן זיך אויס אויף אמעריקע, און לאכן טראמפ אין פנים אריין און הערן נישט אויף צו אטאקירן ציווילע אין אוקריינא.

די פאליסטינער קאקן זיך אויס אויף אמעריקע און האלטן ווייטער 59 האַסטיטשעס. אפילו נאך די דירעקט סטראשערייען פון טראמפ אז ס׳גייט זיין העלל!

קאנאדא בויקאוט אמעריקע, און זאגן קלאר אז זיי וועלן קיינמאל נישט זיין קיין חלק פון אמעריקע, און אז זייער פריינטליכע באציאונגען זענען א פארגאנגענהייט!

מעקסיקא און קאנאדא ביידע לאכן פון טראמפ ווי שנעל ער האט געפאולדעט די נערישע ״טעריף וואָר״, און ווי די גאנצע וועלט האט זיך אויסגעלאכט פון די טראמפ׳ס טוישן די נאמען פון די ״גאלף אף מעקסיקא״…!

פּאנאמא לאכט זיך אויס פון אמעריקע׳ס סטראשערייען, און זאגן קלאר אז אויב אמעריקע קומט אין א מלחמה מיט זיי איבערצונעמען די קאנאל וועט זיין גרויסע קרבנות אויף ״ביידע זייטן״…

על סאלוואדאר פרעזידענט לאכט טראמפ אין פנים אריין און זאגט אז ער וועט נישט ארויסלאזן די ראונג דעפארטירטע פון טראמפ׳ס נייע עס עס (ICE בלעז) קיין על סאלוואדאר אפילו טראמפ וועט דאס קלאר פארלאנגען, אויסער אז אמעריקע וועט מסכים זיין צו טוישן מיט זיי
פּריזענאָרס.

גרינלאנד און דענמארק זאגן קלאר אז זיי ווילן נישט האבן קיין שייכות מיט אמעריקע, און זייער לאנד איז נישט פאר סעיל, און וועט קיינמאל נישט ווערן א חלק פון די יו עס.
די וויצע פרעזידענט באזוך דארט איז געוועהן א חוזק ווי קיין איין אפישעל פון גרינלאנד האט זיך באוויזן און אז דזשעי די ווענס האט געמוזט מאכן די גאנצע צערעמאניע אין אמעריקאנע מיליטערישע באזע.

אייראפע קוקט אָן אמעריקע׳ס נייע אדמינסטראציע אלץ א סכנה פאר ״וועלטס שלום״, פאר ״פרייהייט און דעמאקראטיע״, פאר ״פרי טרעיד״, פאר די אדווענסמענט פון ״סייענטיפשע ריסורעדש״ און פאר די די וועלטס ״ריינע ענווייערמענט״…
אייראפע זאגט קלאר אז זיי האבן פארלוירן די טראסט פון אמעריקע, און זיי וועלן יעצט אויפשטעלן א אייגענע ארמיי וואס וועט דיפענדן נאטא און זייערע אינטערעסן.

די טראמפ גאווערמענט האט געשניטן די פעדעראלע גאווערמענט אין האלב, צוגעמאכט וויכטיגע דעפארטמענטס אין די גאווערמענט וויפל זיי האבן געקענט, און נאך די אלע גרויסע ״מאגא פּראפּאגאנדע״ אז מ׳גייט דא אנטדעקן ״גרויסע שווינדלערייען אין די גאווערמענט״ האט זיך אויסגעשטעלט צוזיין א געלעכטער און פון די אלע גרויסע גערעדאכץ האט זיך עס פארוואַנדעלט אין א פשוטע ״עם הארצ'ישע טעות״ אז די דעמקראטן האבן אויסגעגעבן שווערע מיליאנען צומאכן ״טראנסגענדער מייז״..
ווען למעשה איז די רעדע פון transgenic מייז…! אבער דער גרויסער חכם בלילה, דער רייכסטער מענטש אויף די וועלט אילאן מאָסק וואס האלט אָט אָט ביים פליען קיין מאַרס און וועט זיכער ראטעווען הומענטי פון ממש א יעדע קריזיס אויף די וועלט האט נישט פארשטאנען די פשוטע אפטייטש וואס יעדער חדר יונגעל ווייסט שוין אין כתה ז׳…

די גאנצע DOGE ביזנעס האט זיך ארויסגעשטעלט צוזיין זייער נישט פּאפּיולער סיי ביי די דעמאקראטן און סיי ביי די רעפובליקאנער, אסאך אומשולדיגע מענטשען האבן פארלוירן געלטער און פּראגראמען על לא דבר
טראמפ און די רעפובליקאנער זאגן אפען און קלאר אז זיי ווילן אלעס שניידען אריינגערעכנט ״סאושעל סעקיורטי״ און ״מעדיקעיט״ פאר ארימע מענטשען בשעת זיי גייען געבן טריליאנען אין ״טעקס קאָטס״ פאר ביליאנערן וואס האבן נישט וואס צוטוהן מיט זייער געלט…!

די אמעריקאנע עקאנאמיע האט געכאפט א מעידזשער סלייד אויף אראפ, די דאללער איז שטארק געפאלן, אמעריקאנע אינפלאָענס אין די וועלט האט שטארק געטראסקעט, רוב פרייע לענדער אין די וועלט וואָרענען זייערע בירגער נישט צוקומען באזוכן אמעריקע, אמעריקאנע טוריזים האט געטראסקעט, און פאלט ווייטער און ווייטער אויף אראפ, אמעריקע איז איזיאלירט פון די וועלט, און איז געווארן א חוזק אין יעדעמס אויגן!

טראמפ האט געמאכט אמעריקע פאר א ״פאליס סטעיט״, אומשולדיגע מענטשען ווערן אפגעשטעלט על לא דבר, און ווערן אפגעהאלטן ביי די באורדער פאר שעות ארוכות, אומשולדיגע מענטשען ווערן פארשיקט צו די ערגסטע תפיסות, און אפילו נאכדעם וואס די סופרים קאורט האט געפאסקענט אז די טראמפ אדמינסטראציע דארף אהיימבערענגען די אומבאשלדיגטע, קעירן זיי נישט פאר די אמעריקאנע געזעצן בכלל, און קעירן נישט פאר א אומשולדיגע טאטע פון קינדער וואס זיי זענען אליינס מודה אז זיי האבן געמאכט א טעות מיט אים דעפאטירן.

טראמפ ניצט זיין פאוער צוגיין נאך אלע זיינע פיינט פונקט ווי א דיקטעטאר, ער שרייבט ״עקזעקעטיוו אָרדערס״ קעגן לאו פירמעס וואס האבן רעפּרעזענטירט קלאגעס קעגן אים אדער קעגן זיינע אגענדעדס. ער האט אבער ארויסגעלאזט פון תפיסה טויזענטער חיות וואס האבן באפאלן אונזער קאפיטאל און געוואלט פארכאפען די וואלן מיט געוואלדטאטן, און געהארגעט אומשולדיגע פאליס אפיצירן און פארוואונדעט איבער צוויי הונדערט מענטשען!

טראמפ זאגט קלאר ער וויל בלייבן אויפן בענקל זיין גאנץ לעבן פונקט ווי דער דיקטעטאר פון כינע, ער זאגט קלאר ער
האט וועגן וויאזוי צו לויפן פאר א ״דריטע טערמין״…

ער לאזט אריין די רוסישע סטעיט מידעא (פריוואטע שפיאנען פאר פוטין) אין וואשינגטאן ביי די ווייסע הויז פּרעיס בריעפינגס אבער פיל מיט פרייע אמעריקאנע מידעא קאמפאניס האבן נישט קיין דריסות הרגל דארט.
אין פאקט טראמפ קלאגט זיי אין געריכט פאר ביליאנען און זיי אפילו געסטראשעט מיט אויספארשונגען און אודיטס. די גרויסע עבירה פון די Associated press אויף וועם טראמפ שימפט אין גרויסען, איז פשוט ווייל זיי האלטן נישט ביים טוישן די נאמען פון ״גאלף אף מעקיסקא״ צו די ״גאלף אף אמעריקע״….!!!

אין אנדערע ווערטער:
״מעיק אמעריקע סדום ועמורה עגעין!!!״
 
לעצט רעדאגירט:
ממש צוגרינד געלייגט אמעריקע אזוי שנעל?
 
איז נישט די פראבלעם מיט סדום ועמורה געווען לגבּטקיו? אזוי האט מיין מלמד געטייטשט.....
יא יא, די ווארט Sodomy שטאמט דאך פון די ווארט סדום.
Sodomy - Wikipedia

אבער אין אונזערע אויגן און וואו איך האב געלערענט אין חדר האט מען געטייטש אז סדום איז געוועהן א זינדיגע שטאט, מיט הארצלאזע מענטשען וואס האבן איינגעפירט רשעות׳דיגע געזעצן און זיך אויפגעפירט אוממענטשליך צו פרעמדע און אימיגראנטען.

בד״וו (נישט צו פארדרייען די אשכול)
וואו האסטו געלערענט אין חדר? ס׳געפעלט מיר די קלארקייט פון זייערע טייטשן
וואס האבן זיי געטיישט אויף כרות, אז די מענטש שטארבט פאר די באשטימטע צייט, אדער אז מ׳שניידט יענעם ארויס פון די געמיינדע. ווייל וואו איך האב געלערענט האבן זיי געזאגט אז כרות מיינט אז יענער ווערט פארשניטן פון די וועלט נישט פון די געמיינדע, לכאורה האבן זיי עס אזוי געטייטש ווייל זיי האבן נישט געוואלט טייטשן אז ס׳מיינט אז א איד ווערט אויסגעשניטן פון זיין אייגענע פאלק, און ווערט ״אויס איד״ האבן זיי געזאגט אז ס׳מיינט שטארבן ווען למעשה די תורה זאגט קלאר ״ונכרתה הנפש ההיא מעמיה״ אז די מענטש ווערט אויסגעשניטן פון די ״פאלק״…

עניוועי בעיק טו די סובדזשעקט פון די נייע ״סדום אדמינסטראציע״
 
איך ליין און ליין, און ווארט שוין צו הערן וואס איז אזוי שלעכט, אבער כ'זע בלויז איינמאל און נאכאמאל אז דער האט געלאכט און יענער קוקט אראפ... איז דאס די פראבלעם? וועמען גייט אן וואס קאנאדע און אייראפע האלטן יא אדער נישט? איז די ראלע פון א פרעזידענט צו זיין בלויז פראפאגאנדע מיניסטער?
 
כינע קאַקט זיך אויס אויף אמעריקע!!!! זיי זאגן יעצט אז זיי זענען נאר אינטערסירט צומאכן ביזנעס מיט אמעריקע אָן קיין סטראַשרייען!!!
זיי לאכן גארנישט זיי ציטערן פאר שרעק

פוטין און רוסלאנד
פוטין איז רוסלאנד, עס איז נישט און רוסלאנד… א לאנד וואס מ׳האט זיך אלעמאל געמיטשעט מיט דארפסט עס געבן אביסל מער צייט
די פאליסטינער קאקן זיך אויס אויף אמעריקע און האלטן ווייטער 59 האַסטיטשעס.
דער דיעל האבן זיי געמאכט גלייך נאך ער איז אריין אין אפיס וועגן אים! א חוץ וואס זיי כאפן יעצט טויטע מכות און חברה און גאנץ עזה שרייען פאר חאמאס גענוג געווען מיר האבן שוין נישט קיין כח
פּאנאמא לאכט זיך אויס פון אמעריקע׳ס סטראשערייען, און זאגן קלאר אז אויב אמעריקע קומט אין א מלחמה מיט זיי איבערצונעמען די קאנאל וועט זיין גרויסע קרבנות אויף ״ביידע זייטן״…
גרינלאנד און דענמארק זאגן קלאר אז זיי ווילן נישט האבן קיין שייכות מיט אמעריקע, און זייער לאנד איז נישט פאר סעיל, און וועט קיינמאל נישט ווערן א חלק פון די יו עס.
טראמפ טריפט מיט זיי און דו פאלסט נעבעך פאר דעם
און זיי וועלן יעצט אויפשטעלן א אייגענע ארמיי וואס וועט דיפענדן נאטא און זייערע אינטערעסן.
זיי קענען גארנישט אן אמעריקע! זיי האבן נישט קיין פאנדינג דער איינציגע זאך וואס זיי קענען איז רעדן….
אז מ׳גייט דא אנטדעקן ״גרויסע שווינדלערייען אין די גאווערמענט״ האט זיך אויסגעשטעלט צוזיין א געלעכטער און פון די אלע גרויסע גערעדאכץ
מען האט שוין איימאל אנדעקט שווינדלערייען, דו כאפסט אן איין מעשה און די ווישסט אראפ אלעס וואס זיי האבן אויפגעטוען
רוב פרייע לענדער אין די וועלט וואָרענען זייערע בירגער נישט צוקומען באזוכן אמעריקע
פלאכע ליגענט געב מיר איין לאנד וואס האט דעס געזאגט!
אומשולדיגע מענטשען ווערן פארשיקט צו די ערגסטע תפיסות
אומשולדיג? א טערעריסט איז נישט אומשילדיג
טראמפ זאגט קלאר ער וויל בלייבן אויפן בענקל זיין גאנץ לעבן פונקט ווי דער דיקטעטאר פון כינע, ער זאגט קלאר ער
האט וועגן וויאזוי צו לויפן פאר א ״דריטע טערמין״…
נאכאמאל וואס דו פאלסט פאר זיין סקעם (איך געדענק נאך ווען מ׳איז געווען ביזי אז ער גייט נישט ארויס פון ווייסע הויז נאך וואס ביידען האט געוואונען)
אבער פיל מיט פרייע אמעריקאנע מידעא קאמפאניס האבן נישט קיין דריסות הרגל דארט.
נעמען ביטע? דער עמי און משפחה האבן אפ׳ בענקלעך דארט
 
טאקער קארלסאן, דעיוו סמיט, און דעריל קופער, האבן שוין זיכער א ריוויזשעניסט נאראטיוו וויאזוי סדום מיט עמורה זענען בכלל נישט געווען אזוי שלעכט, און אויב יא איז עס געווען אמעריקעס שולד, ובכלל שטייט די מוסד און די אידן אונטער די איבערדרייאונג פון די שטעט (קוק נאר וויאזוי פונקט אברהם'ס נעפיו איז געראטעוועט געווארן פון אלע..).
קענדעס אוענס וועט שוין טרעפן א סיבה פארוואס קריסטן טארן נישט אננעמען די 'אידישע ווערסיע' פון די מעשה, און דזשאו ראגען וועט 'נאר פרעגן קשיות' אויף די אנגענומענע נאראטיוו בשעתן האוסטן טים פאאל מיט איאן קאראל צו געבן זייערע 'תירוצים' אויף אלע קשיות...
 
עני קאמענטס איבער די נקודות אין די ארטיקל זעלבסט? אדער נאר איבערן קעפל?
נאר איבערן קעפל. טראמפ האט אויפגעשאקעלט די גאנצע וועלט ס'איז נישט אין פלאץ שוין אין אפאר טאג דן צו זיין אויב ס'איז גוט אדער שלעכט. מ'דארף עס גיבן צייט.
 
איך ליין און ליין, און ווארט שוין צו הערן וואס איז אזוי שלעכט, אבער כ'זע בלויז איינמאל און נאכאמאל אז דער האט געלאכט און יענער קוקט אראפ... איז דאס די פראבלעם? וועמען גייט אן וואס קאנאדע און אייראפע האלטן יא אדער נישט? איז די ראלע פון א פרעזידענט צו זיין בלויז פראפאגאנדע מיניסטער?
א געקראכטע סטאק מארקעט (און פאלנדיגע האוזינג מארקעט) איז גענוג שלעכט?
איבערלאזן אוקריינע פאלן אן קענען ארויסזאגן א שלעכט ווארט אנקעגן פוטין איז גענונג שלעכט?
זיך אנגרייטן פאר א דריטע טערמין איז גענוג שלעכט?
לענדער זאלן טון שריט זיך אפצושאקלען פונעם דאלאר, טשיינע זאל טון שריט איינצונעמען מער ווייעכע מאכט ארום די וועלט איז גענוג שלעכט?
פארשיקן מענטשן אן קיין יושר'דיגע פראצעדור איז גענוג שלעכט?
איגנארירן געריכט אורטיילן איז גענוג שלעכט?

דארפסט נאך? הער נאר צו די נייעס!
 
מ'דארף עס גיבן צייט.
מיינסט צו זאגן 'צייט צו פארגעסן' וואס ער האט אלס צוגעזאגט, אפגעטון, און וועלכע תוצאות שטאמען טאקע פון זיינע פאליסיס?!


אויב קומט מען אן צו א וועלט מלחמה בעתיד (נאר 'אויב' זאג איך..) מיט טשיינע,
אדער אויב די דאלאר מיט די אמעריקאנער אינפלוענס קראכט,
אדער אויב ער לויפט טאקע א דריטע טערמין,
אדער אויב געשעט עפעס ענליך צו JAN 6 נאכאמאל,
אדער אויב רוסלאנד אינוואדריט נאכאמאל נאך זיין 'געלונגענע דיעל',
אדער אויב ער ברענגט נאר ארויף דעם דעפיציט,
אדער אויב איראן פארשאפט נוקלעארע וואפן,
אדער אויב ער מאכט מער קאליע די עקאנאמיע ווי ער וויל אויפטון,
אדער אויב סיי וואס אנדערש שטעלט זיך ארויס שלעכט אין היינדסייט,
- האב איך נישט קיין ספק אז ביי די טראמפיסטן וועט דאס פלוצלינג גארנישט האבן צוטון מיט טראמפ, נאר מיט עפעס א נייע קאנספיראציע וכדו' (כ'האף נישט קיין תחיית המתים פון די 'דיעפ סטעיט' אדער די טויטע 'לינקע מידיע'..), און מ'גייט שוין לאנג האבן פארגעסן פון זיינע הייסע צוזאגעכטצער און 'ארט אוו די דיעל' וואס האט צוגעפירט אהין - מ'שטיינץ, ווער זענען בכלל די עקספערטן איינצוטיילן וואס איז א תוצאה פון וואס?!


פערזענליך האב איך נישט קיין פראבלעם צו אויסווארטן (אזויווי איך זאג אינעם אנדערן שנירל), און איך קען אים אפי' שענקען די בענעפיט אוו די דאוט אז עס קען מצליח זיין. איך בין נאר מיד פון ווערן געס-ליטען דערנאך אז ווען ס'שטעלט זיך יא ארויס שווארץ בין איך דער וואס מאכט דעם טעות אין מיין אפשאצונג...
 
לעצט רעדאגירט:
נאר אזאלכע סדום ועמורה׳ס געווינטשען
אויב דו האלטס אז די טראמפ אדמינסטראציע איז יא גוט, ביטע זאג מיט וואס זיי זענען גוט און וואס זיי האבן אויפגעטוהן, קיין איינע פון די זאכן וואס ער האט צוגעזאגט אז ער גייט טוהן האט ער נישט געטוהן, זערא! נאר די גרינגע זאכן ווי פייניקן אימגראנטן און זיך צוקריגן מיט די גאנצע וועלט, און הארגענען די עקאנאמיע.

די מאגא פראפאגאנדיסטן האבן נישט אויפגעהערט צו שימפען אויף ביידען אז ער האט אריינגעלייגט די וועלט אין מלחמות, און אז אינטער טראמפ וואלט קיינמאל נישט געשעהן קיין שום מלחמות אין אוקריינא און אין די מיטעל-איסט, און זיי האבן געבלעימט ביידען פאר אינפלאציע וואס האט באפאלן אמעריקע (און די גאנצע וועלט)

טראמפ האט ביי יעדע ראלי איבערגעאזאט אז ער גייט ״די ערשטע טאג״ אפּשטעלן אלע מלחמות און ער גייט פיקסן די אינפאלאציע און די פרייזן פון אייער גייען אראפשפרינגען אין די ערשטע טאג…

איך האב ענק אזאנס אויסגעלאכט! אוואדי, טראמפ גייט זיין די שלום מאכער אין די וועלט…? א מענטש וואס האט זיך צוקריגט מיט יעדעם איינעם וואס ער האט נאר געטוהן ביזנעס אין זיין גאנץ לעבן, א מענטש וואס האט זיך צוקריגט מיט כמעט יעדע לאויער וואס ער האט געהייערט אין זיין לעבן, א מענטש וואס האט זיך צוקריגט מיט כמעט יעדע מענטש וואס האט געארבעט פאר אים, טויזענטער פון זיין אייגענע פריערדיגע אדמינסטראציע וואס האבן געארבעט פאר אים האבן געזאגט אז מ׳טאר נישט וואוטן פאר אים, א מענטש וואס האט באנקראטירט ממש יעדע ביזנעס אין זיין לעבן. ער גייט זיין די גרויסע ״שלום מאכער״ אויף די וועלט, און ער גייט ראטעווען די וועלטס אינפאלאציע? אוואדי!!!

קענסט גארנישט ענטפערן, זעראו!
קענסט נישט ענטפערן פשט אין די זינלאזע טערריפס, די נערישע, קינדערישע מחלוקות מיט קאנאדא, מעקסיקא, גרינלאנד, פאנאמא, עזה וכו׳
קענסט נישט ענטפערן פשט אז ער פייניגט און דעפאטירט אומשולדיגע מענטשען ביי די באורדער על לא דבר, קענסט נישט ענטפערן פארוואס ער שניידט אלע וויכטיגע פראגראמען פאר די ארימע און געט פאר די איין פראצענט רייכעסטע אמעריקאנע טריליאנען אין טעקס קאטס.

ער האט געשריגן די ערשטע מאל ער איז געלויפן
ער גייט בויען א וואנט און מעקסיקא גייט באצאלן דערפאר!!!
א ליגענט!

ער האט געשריגן ביי יעדע ראלי אז ער גייט אין די ערשטע טאג וואס ער איז פרעזידענט אָפּשאַפן אבאמאקעיר און אמעריקע גייט האבן די ביליגסטע פרייזן פאר העלט קעיר און יעדער גייט זיין גע׳קאווערט.
און למעשה האבן די רעפובליקאנער געהאט די מערהייט אין ביידע הייזער ביז די מיטורם עלעקשאונס און אבאמאקעיר איז געבליבן, און אמעריקאנע פרייזן פאר מעדיצענען זענען געוועהן די העכסטע פון אלע לענדער אין די וועלט! און אין אמעריקע איז געוועהן די מערסטע מענטשען נישט געקאווערט פון עני פרייע לאנד!

ער האט צוגעזאגט ביי יעדע ראלי אז ער גייט אריינלייגן א טריליאן דאללער אין אמעריקע׳ס infrastructure או מ׳גייט דא בויען נייע בריקן, טאונלס, ראודס, נייע באנען…

וואו איז די טרילאן דאללער? וואו זענען די נייע ראודס?

דאס וואס דו ענטפערסט איז א טיפּקעל חסידישע וויליאמסבורגער ענטפער:

״אויך מיר א מאן דאמר!!!״

״נאר אזעלכע סדום ועמורה׳ס״

אין אנדערע ווערטער, א ענטפער וואס ענטפערט גארנישט, א ענטפער אָן קיין שום לאגיק און ריזען, א ענטפער אָן קיין שום דיטעילס, אין אנדערע ווערטער, א ענטפער אָן קיין קאמאן סענס!

אויב איינער האט יא א נארמאלע ענטפער, בין איך גרייט צוהערן. אדרבה!

אבער דערוווייל איז נישטא קיין ענטפער.
ֶטראמפ איז אייביג געוועהן א destroyer און קיינמאל נישט געטוהן קיין איין זאך אין זיין לעבן גראדערהייט און נארמאלערהייט, איך האב שטודירט זיין גאנץ לעבן מיט אלע קליינע דיטעילס.

ער גייט קיינמאל נישט מאכן גארנישט גרעיט!!! פארדעם וועט ער מוזן נאכמאל געבוירן ווערן מיט אנדערע דזשענעטיקס, א אנדערע הארץ און א אנדערע מוח. ער איז נישט קיין נארמאלע מענטש בכלל לויט זיין היסטאריע… ער איז א הארצלאזע משוגענער אָן קיין שום מענטשליכקייטן, אָן קיין מאראלן און ווירדען, און האט נישט קיין שום קוואליפאקאציעס צוזיין פרעזידענט אדער אפילו צוזיין א פשוטע פאליסמאן וואלט איך אים נישט געטראסט, ער איז א קרימינאל וואס באלאנגט אין תפיסה נישט אין ווייסען הויז, א בושה פאר אמעריקע און פאר די מענשטליכע ספּישעס אז ער האט די דזשאב ספעציעל נאכדעם וואס מיר האבן געזעהן פונקטליך ווער ער איז די ערשטע מאל ער איז געוועהן אויפן בענקל.

 
לעצט רעדאגירט:
ביטע זאג מיט וואס זיי זענען גוט און וואס זיי האבן אויפגעטוהן,
אומלעגאלע שמוגלערייען ביים גרעניץ האט ער היבש עפעקטיוולי אפגעשטעלט מיין איך, און פאר אסאך איז דאס א שטארקע פלאס.
אויך די ווילדע DEI מאנואווערס און זיינע אלע עקזעקיוטיוו ארדערס איבער טרענס והמסתעף, איז עפעס וואס שטעלט צופרידן אסאך.
די DOGE אילוזיע איז גוט פאר ווער ס'וויל עס גלייבן,
און זיין שטערקערע פרא-מדנ"י שטאנד (אויך מיר..) איז פאר אסאך אן אויפטו.

ס'נעמט נישט אוועק פון די אלע פראבלעמען אויסער דעם, ניטאמאל אדרעסירט עס די פראבלעמען אין די אלע פראצעדורן זעלבסט. אבער מ'דארף קענען שטאל-מאנען די אנדערע זייט אויך...
 
אומלעגאלע שמוגלערייען ביים גרעניץ האט ער היבש עפעקטיוולי אפגעשטעלט מיין איך, און פאר אסאך איז דאס א שטארקע פלאס.
אויך די ווילדע DEI מאנואווערס און זיינע אלע עקזעקיוטיוו ארדערס איבער טרענס והמסתעף, איז עפעס וואס שטעלט צופרידן אסאך.
די DOGE אילוזיע איז גוט פאר ווער ס'וויל עס גלייבן,
און זיין שטערקערע פרא-מדנ"י שטאנד (אויך מיר..) איז פאר אסאך אן אויפטו.

ס'נעמט נישט אוועק פון די אלע פראבלעמען אויסער דעם, ניטאמאל אדרעסירט עס די פראבלעמען אין די אלע פראצעדורן זעלבסט. אבער מ'דארף קענען שטאל-מאנען די אנדערע זייט אויך...
איינער ווטס האלט אז ער האט גארנישט אויפגעטוען, אדער איינע וואס האלט אז ער איז בלויז גוט און ער האט נישט געמאכט קיין איין ראנג מאוו איז אויך נישט אינטרעסאנט אויסצוהערן, וואס איך האס ליב פון @אלפא אז ער קען זאגן וואס ער האט יא אויפגעטון
 
אומלעגאלע שמוגלערייען ביים גרעניץ האט ער היבש עפעקטיוולי אפגעשטעלט מיין איך, און פאר אסאך איז דאס א שטארקע פלאס.
אויך די ווילדע DEI מאנואווערס און זיינע אלע עקזעקיוטיוו ארדערס איבער טרענס והמסתעף, איז עפעס וואס שטעלט צופרידן אסאך.
די DOGE אילוזיע איז גוט פאר ווער ס'וויל עס גלייבן,
און זיין שטערקערע פרא-מדנ"י שטאנד (אויך מיר..) איז פאר אסאך אן אויפטו.

ס'נעמט נישט אוועק פון די אלע פראבלעמען אויסער דעם, ניטאמאל אדרעסירט עס די פראבלעמען אין די אלע פראצעדורן זעלבסט. אבער מ'דארף קענען שטאל-מאנען די אנדערע זייט אויך...
אומלאגעלע שמאגלערייען ביי די באורדער איז א קליינע פראבלעם אפשר.
און א גרויסע דיסטרעקשאן פאר אלע אמתע פראבלעמען אין אמעריקע!

און אימגראציע שמוגלערייען איז בכלל נישט ארויפגעגעאנגען לעצטענס נאר שטארק געפאלן אין די לעצטע צוואנציג יאהר!

אסאך מעהר מענטשען ווערן אפעקטירט פון גאנס אין אמעריקע ווי פון אימגראנטן. אסאך אסאך מעהר מענטשען אין אמעריקע ווערן אפעקטירט פון די רעפובליקאנער פאליסיס אז א יעדער שמאק קען אריינגיין אין וואולמארט און זיך איינהאנדלען א גאן!

אין פאקט סאיז קיינמאל נישט ממש געוועהן א קאטאסטראפע ביי די באורדער. סאיז אויפגעבלאזן און שטארק איבערגעטריבן, פונקט ווי טראמפ׳ס קלעימס אז זיי עסען קעץ און דאגס, און זיי זענען רעפיסט, פונקט ווי מ׳האט באשמוצט די אידן אין די 1930-1940 יאהרן מיט אלע פראבלעמען אין די וועלט וואס האט נישט קיין געהאט קיין שום שייכות מיט זיי

דו ווערסט נישט הערן קיין רעפובליקאנער פאליטישאן זאגן
אז אמעריקע האט די מערסטע שיסערייען און גאן וויילענס פון אלע נארמאלע פרייע לענדער!

דו וועסט נישט הערן קיין איין רעפובליקאנער פאליטישאן זאגן אז אין די רייכעסטע לאנד אויף די וועלט הונגערן אייביג איבער ״צעהן מיליאן מענטשען״, קיינמאל נישט!!!

דו וועסט נישט הערן קיינמאל א רעפובליקאנער פאליטשאן זאגן אז אין די רייכעסטע לאנד אויף די וועלט, דארט ווי מ׳פאבראצירט כמעט אלע מעידקשאונס שטארבן בערך הונדערט טויזענט מענטשען א יאהר פשוט ווייל זיי האבן נישט געהאט עקסעס צו קיין דאקטער!

דו וועסט קיינמאל נישט הערן פון א רעפובליקאנער פאליטישאן אז אין אמעריקע וואס איז די רייכעסטע לאנד אויף די וועלט, האט די מערסטע מענטשען פון אלע פרייע לענדער וואס האבן נישט קיין העלטקעיר!

דו וועסט נישט הערן פון קיין איין רעפובליקאנער פאליטישאן אז אין אמעריקע וואו מ׳פאבריצירט אלע דראגס קאסט עס אפאר הונדערט פראצענט מעהר ווי אין אלע אנדערע לענדער, על לא דבר!

וועסט נישט הערן פון קיין איין פאליטשאן די אמתע פראבלעם אין אמעריקע אז זינט רעיגן׳ס טריקל דאון עקאנאמיקס זענען ״די רייכע געווארן רייכער און די ארימע געווארן ארימער״ און רוב נייע געלטער און פארדינסטן אין די לאנד גייט אויטמאטיש פאר געציילטע יחידים וואס געוועלטיגן אויף אלע געזעצן און האבן אינטערגעקויפט אלע פאליטשאן׳ס.

וועסט נישט הערן קיין שום רעפובליקאנער זאגן ברבים אז אמעריקע האט א פראבלעם פון לאביסט און אז אין אמעריקע קען יעדער אינטערקויפן יעדער פאליטישאן און קויפן עלעקשאונס פאר הונדערטער מיליאנען…

וועסט נישט הערן קיין שום רעפובליקאנער פאליטשאן זאגן די אמת אז רוב מענטשען אין די רייכעסטע לאנד אויף די וועלט קענען קוים ענדיגן די חודש און לעבן פון פעי טשעיק צו פעי טשעיק, קיינער פון זיי וועט נישט קאמפיינען צו העכערן די מינימום וועידזש, וואס לויט די יעצטיגע ראטע איז נישט מעגליך בשום אופן פאר א נארמאלע פאמילע צו מאכן א לעבן!

די איינציגסטע זאך וואס די וועסט הערן איז טרענסגענדערס און ספאנישע, וואס האבן קיינמאל נישט באדראהט קיינעם, און איז נישט קיין אמתע קאטאסטראפע פאר די לאנד בכלל.

די צווייטע זאך וואס דו זאגסט וועגן DOGE קענען זיי נישט זאגן וואס די גוטסקייט פון צומאכן סייענטיפשע ריסוערדש, די סיבה פארוואס אונז זענען די מערסטע פאוערפול לאנד אויף די וועלט איז נאר וועגן אמעריקע איז נומבער 1 אין סייענס, ווען נישט סייענס, מעדיצען און טעכנאלגיע איז אונזער עקאנאמיע ענדליך צו אינדיע און רוסלאנד.

זיי קענען ניטאמל אויסרעכענען איין פראגראם וואס האט זיך אויסגעפעלט צו ווערן נייטיג געשניטן, און למעשה האבן זיי גארנישט געטראפן קיין אמתע שווינדלערייען און פאקערט זיי האבן סתם צוגענומען וויכטיגע גאווערמענט גרענטס, און געשטויסן זייערע אייגענע וואוטערס ווי די פאַרמער׳ס, זיי האבן צוגעמאכט פימא פראגראמען פאר באטרעפענדע פון האריקאונס וכדומה, און די רייכעסטע לאנד אויף די וועלט האט נישט קיין געלט קעיר צונעמען פון זייערע מענטשען און קענען ניטאמאל שניידן די גראז און קעיר נעמען פון זייערע הערליכע national parks. די גאנצע DOGE ביזנעס האט זייער א שוואכע עפּראָוועל אפילו ביי זייערע אייגענע מענטשען.

וועגן ישראל האב איך דאך פריער שוין געפרעגט, (ווי דו אליינס זאגסט) וואס האט ער פונקטליך געטוהן פאר ישראל דערווייל? ער האט אהיימגעברענגט די משכונות? ניין!

ביי יעדע ראלי האט ער געבלעימט ביידען און די דעמאקראטען אז זיי זענען שולדיג אין דעם, און אז ער איז די מעסטער נעגאושיעיטאָר און ממש ער איז די איינציגסטער וואס גייט קענען ראטעווען די מצב די ערשטע טאג!!

א פייג!!!!

ער האט גארנישט געמאכט אמעריקע גרעיט, ער האט געמאכט אמעריקע האַריבעל!!!
 
לעצט רעדאגירט:
א געקראכטע סטאק מארקעט (און פאלנדיגע האוזינג מארקעט) איז גענוג שלעכט?
א מארקעט וואס האט קערעקטעד און א באלאנסירטע נישט ווילדע האוזינג מארקעט איז זייער גוט
איבערלאזן אוקריינע פאלן אן קענען ארויסזאגן א שלעכט ווארט אנקעגן פוטין איז גענונג שלעכט?
אוקראינה איז א שוטה ער וואלט געדארפט מיטארבעטן
זיך אנגרייטן פאר א דריטע טערמין איז גענוג שלעכט?
לאל די פאלסט נאך פאר זיינע שטיק😂
לענדער זאלן טון שריט זיך אפצושאקלען פונעם דאלאר, טשיינע זאל טון שריט איינצונעמען מער ווייעכע מאכט ארום די וועלט איז גענוג שלעכט?
סגייט זיי נישט געלונגען זיי האבן שוין פרובירט מיט בריק״ס סאיז דורך געפאלן וויבאלד עס איז נישטא איין גרויסע באסס אזויווי די פעדעראל ריזערוו נאר א יעדע לענדל שרייט אני בראש און סאיז א צושאקלטע מעשה.
פארשיקן מענטשן אן קיין יושר'דיגע פראצעדור איז גענוג שלעכט?
איינער וואס איז נישט קיין אמעריקאנער בירגער און קומט טעראריזירן אמעריקאנער בירגער זאל גיין צי אלע בייזע רוחות
איגנארירן געריכט אורטיילן איז גענוג שלעכט?
למשל?
דארפסט נאך? הער נאר צו די נייעס!
 
Back
Top