א. יעדער אנדערע רבי פארקויפט זיך אלס צדיק, ערליכע איד, תלמיד חכם, פארשטענדליכע, אדער אלע אינאיינעם. מענדעלע איז די ערשטע אוסצורופן קלאר, "איך בין א שטריק, און עטץ מוזן אלע זיך באהעפטן מיט מיר." דאס מיינט אז ער מוז זיך גארנישט צוריק האלטן צוליעב דעת הקהל. דער בעלזער\סקווערער\סאטמארער\באבובער וכו' מוזן אייביג מעסטן ווי ווייט זיי מעגן ציען די שטריק.
ב. מענדעלע איז די ערשטע וואס פאדערט סגידה דוקא פאר זיין שלעכטע מדות. יעדער אנדערע חסיד פארדעקט זיין רביס חסרונות, דא זענן די חסרונות זייקא די צענטראלע פונקט פון זייער עבודה.
ג. יעדער אנדערע רבי מאכט זיכער צו שטימן מיט אנדערע רביס. ער זארגט זיך צו בלייבן גוט מיט אנדערע. מענדעלע טוט דאס נישט, ממילא אין מעצור לרוחו.
בקיצור, דער זעלבע סיסטעם וואס רודפ'ט אונז, האלט אפ די מנהיגים. מענדעלע איז ארויס פון די סיסטעם, זעט ער אויס ווי א באם וואס אנטלויפט קיין יוטא, נאר מיט די חסידים אינאיינעם.
ווילסט נאך חילוקים?