מכון כרם בין תורה לחכמה

מי אני

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
אפר. 16, 2024
מעסעדזשעס
160
רעאקציע ראטע
829
הרה״ג ר׳ צבי יונתן מארטאן און הנגיד ר׳ יואל ווערצבערגער האבן מייסד געווען א מכון מיט׳ן נאמען כרם בין תורה לחכמה. די ציהל דערפון איז מתווך צו זיין די וועלכע ליגן אין לימוד התורה והלכה, צוזאמען מיט חכמה פון אַן אקאדעמישן מבט ומחקר. בתוך מפעלי האירגון געבן דארט אקאדעמיקער ואנשי רוח לעקציעס בעניני יהדות - כגון דר. משה הלברטל, דר. יאיר לורברבום, דר. זאב האַרווי, דר. שי ווזנר, דר. מנחם כ״ץ, דר. בנימין פורת, דר. אלחנן ריינר ועוד. לדוגמא, דא האט דר. האַרווי געשריבן דערוועגן (אין די קאנטעקסט פון פולמוס דר. שלום צדיק):
Last February I was invited to give a series of seven shiʿurim on the philosophy of Rabbi Hasdai Crescas at the “Kerem” center in Brooklyn. Founded by Reb Joel Wertzberger and directed by Harav ha-Gaon Yonoson Marton, “Kerem” is a group of Satmar rabbis and scholars who are wholly committed to the Satmar derekh, but interested in learning about different approaches. Among other Israeli academics who have spoken there are Moshe Halbertal, Yair Lorberbaum, Benjamin Porat, Elhanan Reiner, and Shai Wozner. James Diamond of Canada has also spoken there. I was not surprised to find that the Satmar ḥasidim were well versed in Sefer Or Ha-Shem and other medieval philosophic books. However, I was surprised when they asked me pertinent questions about the most recent writings of young Israeli scholars – not only Shalom Sadik but also more controversial authors, like Micah Goodman and Israel Netanel Rubin​
איך, וחברים כמוני, זענען זיך משתתף כרגיל. ביי די לעקציעס זענען זיך משתתף אַן עוורידזש פון 30 מענטשן, און עס איז בעצם אנאנים; מ׳פרעגט נישט קיין אַנליין אידענטיטעט וכדומה.

און אויף א טעגליכע אופן טוהט די מכון כרם רעקארדירן די שיעורי דף יומי בעיון פון הרה״ג ר׳ צבי יונתן מארטאן, וועלכער איז די מאַדערעיטאר ביי די לעקציעס פון די פּראפעסארן. די שיעורים, וועלכע ווערן בדרך כלל געגעבן בביהמ״ד סטאווניץ אין בארא פארק ביי 1847 אויף 60, זענען מתובל מיט סיי לומדות און סיי פילאזאפישע און לעגאלע טעאריע געדאנקן וואס אנבאלאנגט דעם דף. (ווי אויך איז די מכון די עמוד התווך פון הרה״ג ר׳ יצחק לאווי׳ס שיעורים, וועלכעס זענען אויך על דרך זה בעניני מחקר ביהדות.)

ועל של עתה באתי. נעקסטע דינסטאג איז הרב דוד לייבל, וועלכער איז באקאנט אז ער בייגט זיך נישט צו אלגעמיינע חרדי׳שע לחץ, מעותד צו געבן א שיעור דארט בענין ״אלו ואלו דברי אלקים חיים״.
0b2e353b-fbf1-4ea8-bdf9-13e5c296d872.jpeg

שמעו ותחי נפשכם.
 
לעצט רעדאגירט:
דאס איז די אינווייט לינק צו ר׳ מארטאנ׳ס שיעורי עיון וואַטסעפּ גרופע. דערויף איז יעדן טאג דא די זום לינק מיטצוהאלטן, ווי אויך איז עס וואו די רעקארדירינגען ווערן געפּוֺיסט.
 
וואס איז דער בעקגראונד פון דער גאון הרב מארטאן?
 
יישר כח!
אפי' נאר פאר די לינק צו זעהן מיין באליבטער פרופ. משה הלברטל זיצן ארומגענומען און גיבן א לעקציע פאר היימישע אינגעלייט
 
וואס איז דער בעקגראונד פון דער גאון הרב מארטאן?
ער איז א בריסקער תלמיד, אבער ליגט אין אקאדעמיע אויך. ער האט נאנטע באציאונגען מיט מערערע איזרעילי פראפעסארן וועלכע זענען עוסק במחקר משפט העברי ומשפט בעידן העתיקה.
 
לעצט רעדאגירט:
דאכט זיך אז ער איז אויך א שרייבער ביי מכון ירושלים. אין זייער 'אוצר מפרשי התורה' איז ער געווען די ממונה אויף פירושי הרמב"ן.
 
כ'האף @מי אני אז דא שרייבן זייערע נעמען איז ברשותם...
כ'מיין אז הרב מארטין איז געהעריג א היימישע חרדי תוך הקדירה, (א ווידער אייניקל דאכט זיך) און ווערצבערגער פארקויפט אויך אז ער האט נישט קיין טייל אין די סארט זאכן ואכמ"ל.
כ'קען נישט מאריך זיין, ווער ס'פארשטייט פארשטייט.
 
די מכון כרם מיט אירע אקטיוויטעטן איז א פּאָבּליק זאך און עס איז נישט ״אונטערערדיש״‎. די שיעור זיינער איז מפורסם אויף יוּטוּבּ טאג-טעגליך מיט זיין פנים. עס איז א צוויי-אהאלב שעה א טאג שיעור פון תורה בעיון. ואפילו די זאכן וואס ווערן געזאגט דערין וועלכע זענען ״קאנטראווערסיאנאל״, ווערן געזאגט אויף אזא אופן אז עס איז פּעלעיטעבּל אפילו צו אַן אלגעמיינער חרדי׳שער איד שהוא ״בהקדירה״. דער וואס האלט אז די שיעורים קענען נישט גיין צוזאמען מיט חרדיזם איז מכובד צו זאגן פארוואס. עס איז נישטא קיין ״כפירה״ או ״ניבול פה״ דערין. חכמה ואקדמיה מוז שוין גיין צוזאמען מיט ״כפירה״, און קען נישט גיין צוזאמען מיט תורה?! אתמהה.

ועוד, דא אויף קרעמל איז דאך וואו ס׳איז אנטערערדיש. און דא קען מען שוין דאס אויך נישט דערמאנען?!

ואגב, איך קען ווערצבערגער פערזענליך און ער איז גאר גאר שטאלץ דערמיט. ואדרבה ער וויל דוקא מ׳זאל זיינע אפענע פעולות במפעל הכרם בעד הפצת חכמה, וואס איז אפען און נישט אונטערערדיש, אויספויקן בראש כל חוצות.

ווער ס׳פארשטייט פארשטייט. אדרבה, ביטע זיי יא ״מאריך״.

לדון בזכותך איז אולי כוונתך פשוט ווייל די געזעלשאפט איז קעגן חכמה, פול סטאַפּ. איז אבער אט דאס א מבוא וויאזוי דאס צו טוישן וע״י לימוד התורה גופא.
 
לעצט רעדאגירט:
קלארצומאכן, איך האב נישט געשריבן אז ס'קען נישט גיין צוזאמען אז איך זאל אננעמען די כיבוד פון זאגן פארוואס. ווי אויך האב איך נישט גענומען קיין שום שטעלונג לטב או למוטב.
פאקט איז, א 'עכטע' חרדי וואס זעהט ווערטער ווי 'חכמת התרה עם אקדעמיע' און 'תורה עם דרך ארץ' הערט זיך עס אים אין בעסטן פאל אויפגעקלערט, און אפשר משכילי'ש.
ועוד, דו שרייבסט דאך אליין אז קרעמל איז יא 'אונטערערדיש' ממילא אז מ'פראמאויט עס דא באקומט עס נאך מער משמעות ווי א זאך וואס איז געמאכט דירעקט פאר קרעמל געשטימטע מענטשן, (מעדווערטייזד דאך נישט דא סתם דף היומי שיעורים...) ממילא איז מיר געווען אינטערעסאנט אז זיי זענען מסכים אויף דעם.זהו.
כ'קען פארשטענדליך נישט מאריך זיין, אזויפיל יא, ווען געוויסע חרדים האבן באשולדיגט ווערצבערגער אז ער שטייט בראש פון עפעס א מפעל אריינצוברענגן "חכמה" ביי כלל ישראל האט ער זיך אפגעשאקלט פון יעדן זיק אז ער זאל האבן געהאט שייכות דערמיט.
עניוועי...
 
איך זעה די שיעורים אויף יו טיוב, זעהט אויס גאנץ שיין און באלערנד, הגם דער עולם וואס האלט מיט קוקט נישט אויס צו שטארק 'בענינים' און ער דארף זיך בעטן און שרייען זיך צו האלטן צום טאפיק

דער צאל צוהערער פון די שיעורים שטייט אין די נידריגע צענדליגער, עס זעהט נישט אויס ווי עס איז דא א גרויסע קליענטעל פאר 'תורה וחכמה' אויף אידיש. אבער אויב הרב לייבל איז דער מנהיג פון רבבות, קען זיין הרב מארטאן'ס שיעורים זענען אויך אזוי
 
קלארצומאכן, איך האב נישט געשריבן אז ס'קען נישט גיין צוזאמען אז איך זאל אננעמען די כיבוד פון זאגן פארוואס. ווי אויך האב איך נישט גענומען קיין שום שטעלונג לטב או למוטב.
פאקט איז, א 'עכטע' חרדי וואס זעהט ווערטער ווי 'חכמת התרה עם אקדעמיע' און 'תורה עם דרך ארץ' הערט זיך עס אים אין בעסטן פאל אויפגעקלערט, און אפשר משכילי'ש.
ועוד, דו שרייבסט דאך אליין אז קרעמל איז יא 'אונטערערדיש' ממילא אז מ'פראמאויט עס דא באקומט עס נאך מער משמעות ווי א זאך וואס איז געמאכט דירעקט פאר קרעמל געשטימטע מענטשן, (מעדווערטייזד דאך נישט דא סתם דף היומי שיעורים...) ממילא איז מיר געווען אינטערעסאנט אז זיי זענען מסכים אויף דעם.זהו.
כ'קען פארשטענדליך נישט מאריך זיין, אזויפיל יא, ווען געוויסע חרדים האבן באשולדיגט ווערצבערגער אז ער שטייט בראש פון עפעס א מפעל אריינצוברענגן "חכמה" ביי כלל ישראל האט ער זיך אפגעשאקלט פון יעדן זיק אז ער זאל האבן געהאט שייכות דערמיט.
עניוועי...
מיט׳ן זאגן אז מ׳זאל עס נישט פּראמוֺיטן דא מיט זיין נאמען וויבאלד ער איז ״א חרדי בהקדירה״, האסטו יא גענומען א שטעלונג אז זיינע שיעורי תורה, וואס זענען מתובל מיט די רקע היסטורי שתחתיו און אקאדעמישע געפינסען, קענען נישט גיין צוזאמען ממבט חרדי. אט וועגן דעם האסטו גע׳טענה׳ט אז איך האב נישט קיין רעכט דאס דא צו פּראָמוֺיטן עם שמו. און דו געבסט טאקע יעצט אָן די סיבה פארוואס, וויבאלד עס הערט זיך משכיל׳יש. און אויף דעם איז די תשובה, אויב הערסטו אויס א שיעור זיינע, אז דאס איז בדרך פּעלעיטעבּל פאר עני חרדי ״בהקדירה״. ווי ער אליינס איז אסאך מאריך אין זיינע שיעורים, איז די שפראך און די טערמינען מ׳נוצט א גרויסע נפק״מ, אפילו ווען ס׳איז די זעלבע מושג אזוי צי אזוי.

און דאס פארענטפערט דאס אז איך פּראמוֺיט עס דא וואו ס׳איז ״אונטערערדיש״. ווייל א חלק פארוואס דא איז ״אונטערערדיש״ און אלעס אנאנים, איז ווייל מ׳קען אָנגעבליך נישט האבן אַן אינטעלעקטואלע שמועס אין אונזער געזעלשאפט בלא זה. איז אויב דאס איז א האָבּ פאר אידישע/חרדי׳שע אינטעלעקטואלן, איז ממבט החכמה דארפן די שיעורים זיי צו פאראינטרעסירן. די שיעורים זענען א דבר השוה סיי פאר׳ן ״חרדי בהקדירה״ וואס איז אינטרעסירט בתורה ולומדות (כמובן טאמער האט ער די כשרונות מיטצוהאלטן) - די מעמבּערס אינעם אלגעמיינעם געזעלשאפט - און סיי פאר׳ן אידישן/חרדי׳שן אינטעלעקטועל וואס וואלט געוואלט הערן אזא סארט שמועס בגלי - די מעמבּערס דא.

נ.ב. אויב מיינסטו דאס אז ווערצבערגער האט זיך משתתף געווען מיט די הוצאות פון קאווע שטיבל, איז דאס נישט קיין סוד. און ער האט זיך טאקע אויסגענומען אז עס קען נישט האבן קיין ניבול אדער כפירה.
 
Back
Top