חס ושלום גרינג צומאכען די תועלת השיעור ער רעדט דארט פון דזשעאמעטרי און מאטעמאטישע טהעארעמס , עס ווערן דערמאנט אוקלידס און פיתגרוס ,פון גר״א איז דאך דא דער חיבור איל משולש, וואס האט עולה גיוועהן בדפוס כמה פעמים
א וודאי איז עס א דבר חשוב , און ווי די משנה אין אבות לערנט אונז תקופות וגמטריאות פרפראות לחכמה , מיין הערה איז נאר, אז ציפארשטיין די
גמרא אין זבחים סג אויף וואס די שיעור האט זיך
באצויגען כביכול,מבאר צוזיין את הקשה , איז עס
נישט קיין וויכטיג צושטעל,ווייל די גמרא ווערט אפ גיטייטשט כפשוטו מיט רש״י - איך זעה נישט קיין
ברייטקייט אז מען געט רש״י די קרעדיט פון א לייכטער און קאנסייס ביאור— דער שיעור זאגט זיך וועהן בעסער אויף די פרשה פון די וואך -סולם מצב ארצה, און די גמרא אין חולין זאגט אונז כמה רחבו של סולם שמונת אלפים פרסאות און עס איז ראשו מגיע השמימה און מען דארף אויס רעכענען אז די אמצע שיפוע - לויט רש״י - איז קעגן ירושלים , ווייטער דער רמב״ן האט א שיטה אז די סוף פון די סולם איז גיוועהן ביי ירושלים ,איז דאך די ענגיל פון די שיפוע גיוועהן אנדערש,דארף מען חשבונ׳ען לויט
פיתגורס די ענגעלס , אבער דארט אין זבחים מהיכי תיתי , דער חת״ם סופר זאגט און די שו״ת אז איינער מישט אריין קבלה ( חכמת נסתר ) אין הלכה
איז ער עובר אויף לא תחרוש שור וחמור , מען דארף זיי האלטען סעפערעיט , די פרפראות לחכמה
איז חשוב מען דארף עס עפלייען ווי נויטיג , אבער
אתכם הסליחה .