- זיך איינגעשריבן
- סעפ. 14, 2024
- מעסעדזשעס
- 304
- רעאקציע ראטע
- 2,298
- פונקטן
- 423
מלך העי רוף איך דעם נייעם בייז וואונדער, דעם משבצות אין וואס מען קוועטשט אריין א קשיה אדער א רעיון פון אפאר שורות און ס׳בויט דערפון אויף א גאנצער פיתום ורעמסס.
למשל מ׳לייגט אריין, ויצמח פורקניה ויקרב משיחיה און ס׳קומט ארויס א גאנצער טעקסט - ״פקודא בתר דא רבבת כצימחי חקלא פורקן כנישתוכן מן שמיא וייתי לנא ולכל נפשתנא בעגלא ובזמן קרב טלולא דלויתן ותור רמותא ושבחא דצדיקיא מרנן ורבנן קדישתא דהא אתאחדת כורסיא יקירא ואתעטרת בכמה עטרין ביה שעתא דכניש לכל פמלייא דיליה, ועל צדיקיא דלא מכת דיליא חד בחד סביך ועביד קרבותא וחרמי וקונמי וקינוסי דאחרימנא ודאסרנא על חסידיא דלא מכת דיליא כלא שרירין ולא קיימין בטלין ומבוטלין מסטרא אחרא, ולית שולטנא אחרא בר מינה וכו וכו,
און פארוואס רוף איך עס מלך העי? ווייל ס׳קלינג ווי ״העי״ פון פסוק! און ס׳דערמאנט שוין אגב דעם סיפור מיטן עי.
קודם כל ווייזט דאך אויס פון אברהם׳ן וואס איז געגאנגען בֵּ֥ין בֵּֽית־אֵ֖ל וּבֵ֥ין הָעָֽי אז אויב בית אל איז רעכטס און עי היפך הגמור לינקס… ווייטער יהושע האט עפעס געהאט צום מלך עי, ער האט אהין געשיקט שפיאנען וַֽיַּעֲלוּ֙ הָאֲנָשִׁ֔ים וַֽיְרַגְּל֖וּ אֶת־הָעָֽי… יהושע האט געוואלט א גרויסער ארמיי אנטקעגן די די חברה, נאר אז זיינע גענעראלן האבן געקארגט מיט סאלדאטן האבן זיי געכאפט פון די עייים מכות רצח און א גוטער לעקציע אז נעקסטע מאל פאלג דעם רבי׳ן - וַיַּכּ֨וּ מֵהֶ֜ם אַנְשֵׁ֣י הָעַ֗י כִּשְׁלֹשִׁ֤ים וְשִׁשָּׁה֙ אִ֔ישׁ וַֽיִּרְדְּפ֞וּם לִפְנֵ֤י הַשַּׁ֨עַר֙ עַד־הַשְּׁבָרִ֔ים וַיַּכּ֖וּם בַּמּוֹרָ֑ד…
כאפט דאך דער עולם יעצט דאס קדחת פאר זיי, די עי חברה - וַיִּמַּ֥ס לְבַב־הָעָ֖ם וַיְהִ֥י לְמָֽיִם… זאגט גאט יהושע׳ן, האב קיין מורא נישט, נעם דיר דאס גאנצע מיליטער און גיי האק אן דעם עי די זייטן, איך וועל דעם עי צומאלן אויך שטיק שטיקלעך אין דיינע הענט, אים מיטן גאנצן כאלאסטרע - וַיֹּ֨אמֶר ה׳ אֶל יהוֹשׁוּע אַל־תִּירָ֣א וְאַל־תֵּחָ֔ת קַ֣ח עִמְּךָ֗ אֵ֚ת כׇּל־עַ֣ם הַמִּלְחָמָ֔ה וְק֖וּם עֲלֵ֣ה הָעָ֑י רְאֵ֣ה נָתַ֣תִּי בְיָדְךָ֗ אֶת־מֶ֤לֶךְ הָעַי֙ וְאֶת־עַמּ֔וֹ וְאֶת־עִיר֖וֹ וְאֶת־אַרְצֽוֹ…
און יהושע דארף נישט מער ווי טייטלען מיטן טייטלער קיין עי און גאט איז מיט אים - וַיֹּ֨אמֶר ה׳ אֶל־יְהוֹשֻׁ֗עַ נְ֠טֵה בַּכִּיד֤וֹן אֲשֶׁר־בְּיָֽדְךָ֙ אֶל־הָעַ֔י כִּ֥י בְיָדְךָ֖ אֶתְּנֶ֑נָּה וַיֵּ֧ט יְהוֹשֻׁ֛עַ בַּכִּיד֥וֹן אֲשֶׁר־בְּיָד֖וֹ אֶל־הָעִֽיר… און מען האט דעם שייגעץ געכאפט א לעבעדיגן אין די הענט פון יהושע׳ן אריין - וְאֶת־מֶ֥לֶךְ הָעַ֖י תָּ֣פְשׂוּ חָ֑י וַיַּקְרִ֥בוּ אֹת֖וֹ אֶל־יְהוֹשֻֽׁעַ.
און מ׳האט פון דעם עי טאקע געמאכט א חורבן, אש און פארעך, אויסגעווארצלט קאפוט ביזן גרונד אז ס׳קיין לעבעדיג האזל נישט געבליבן - וַיִּשְׂרֹ֥ף יְהוֹשֻׁ֖עַ אֶת־הָעָ֑י וַיְשִׂימֶ֤הָ תֵּל־עוֹלָם֙ שְׁמָמָ֔ה עַ֖ד הַיּ֥וֹם הַזֶּֽה.
הכלל, מאכט זיך איך רעד מיט עמיצן טעלעפאניש און יענער דערגייט מיר די יארן: אָן עי-איי ביסטו גאר קיין מענטש נישט… היינט דארפסטו גארנישט נאר עי איי, איין גאט איין טעכנאלאגיע…
עי איי עי איי, אז כ׳בין שוין קראנק געווארן פון הערן נאר דעם ווארט. כאילו איך בין דעם עי איי עפעס שולדיג א געשעפט. דער יעניגער האט שוין פארקויפט דאס גאנצע מענטשהייט דעם עי איי און איך מחוצף רידער נאך אין זיין פאנג נעץ, איך לאז זיך נישט פארקויפן, און ער סטראשעט ער וועט מיך רופן - צוריקגעבליבענער, אומוויסנדער, ערב אנושיות׳דיגער, און ער דער פריש געטויפטער צום לעצטן ווערסיע ווייס די גוטע יאר, לעומת מיר דער האלץ האקער, ווייעכט דעם טאון - כ׳ווייס אז ביזט נעבעך נישט שולדיג! דו ביזט פשוט א פארצייטישער קאפ! אזא רחמנות מינה כלפי דעם פאר׳עקשן׳טער איד וואס איז שטעקן מיט זיין אלטער רעליגיע און האט נאך נישט איינגעזעהן אין די ליכטיגקייט פון הייליגע עי איי קירכע…
און אז כ׳פרעג אים בחרם, נו זאג שוין וואס איז דאס דער עי איי?? וואס פאר א גליקן גייט ער מיר פארקויפן, און וואס אייגענטליך איז עס אנדערש ווי א רעכן מאשין וועלעכע טוט די זעלבע מיט ציפערן?
קוקט ער מיך אן מיט אזעלעכע בליקן… וואס??? עי איי דארף דיך פארקויפן??? וואס נאך??? ס׳דאך עי איי! עליטע, קדוש קדוש קדוש… יאשקע קרייץ עי איי, סעיוויער… דו פאסקודנע דזשיד… און אויף עי איי פרעגסטו קשיות? דו רומה ותולעה פלייש און ביין?…
א זבענג אים אין די מערידן אריין.. הערסט א מעשה, מיט עי איי וויל ער מיר פאר׳צלם׳ען. פארקניפט און געקייטלט זאל ער ווערן אין זיין אייגן גארטל, ווייסט זיך נאך אויס ס׳דא נאך אזעלעכע אידן וועמען איך ווינטש נישט בלויז פארפוילטע באבאגאנוש אין פרעסער אריין

לעצט רעדאגירט: