משולחים, פאנדרעיזערס, קאמפּיינס והמסתעף: צי טוען געוויסע צדקות איבערציען דאס שטריקל?

קנאקער

היימישער קרעמלער
זיך איינגעשריבן
מאי 28, 2025
מעסעדזשעס
66
רעאקציע ראטע
179
פונקטן
28
איך עפן דעם שנירל וועגן די פאלגנדע עקספיריענס וואס איך האב היינט געהאט. איך בין נייגעריג צי הערן וואס דער עולם האלט וועגן משולחים, פאנדרעיזערס א.ד.ג., צי גדרים ווערן געבראכן און מען ניצט אביוסיוו טאקטיקן צו ארויסנעמען געלט פונעם ציבור.

קנאקער איז היינט געגאנגען אין גראסערי, געוועהן איז ער פארטיפט אין זיין ליסטע וואס ער דארף קויפן, ווען מיטאמאל בזזזזז! קומט צו א אידל און מורמלט עפעס. איך דריי מיך צו איהם, הע? זאגט ער מיר איבער די זעלבע זאך אבער יעצט אויף א נידריגער פריקווענסי וואס איך קאן הערן: "העלף ארויס א איד מאכן שבת"!
קנאקער איז תיכף אריין אין אן אומבאקוועמער פילינג פון שולד, איך קויף מיר דא איין וויסנדיג אז איך קען עס ב"ה אפארדען, בשעת איינער שטייט גלייך פארענט פון מיר און קען (אלעדשעדלי) נישט טאן דאס זעלביגע! קנאקער שלעפט אינסטינקטיוו ארויס א צוואנציגער און געט עס פארן איד, זיין תזכו למצוות/שכויעך אנטווארט איז שוין געוועהן צוריק אויפן הויכן אומהערבארן פריקווענסי הנ״ל, אין איז גלייך פארשוואונען געווארן צו זיין נעקסטן טארגעט. עד כאן הסיפור.

למעשה האט מיר דער אויסטויש נישט געמאכט פילן גוט מיטן געבן דעם נדבה, איך האב נאך אזא אומבאקוועמע גילטי פילינג אבער אויכעט פיל איך עקספלויטעד.

זאל די ציבור אריינקומען מיט מיינונגען, טוט דער איד אן אומרעכט מיטן גיין נאך געלט אין א גראסערי און מאכן מענטשן פילן אומבאקוועם? אדער ניין, מען דארף זיך אריינלייגן אין זיינע שיך אפשר איז ער זייער בדוחק?

עס איז דא פילע בייפעלער פון פּרעשור טאקטיקן וואס משולחים און פאנדרעיזערס קענען נוצן ארויסצושלעפן מער געלט וויפיל מען וויל געבן, זאל דער עולם מיטיילן זייערע אייגענע עקספיריענסעס.
 
כ'בין געווען אין א רעסטאראנט אין א"י זיך געקויפט א פלאפל און בשעת איך גיי צו הונגעריגערהייט צו א טישל מיטן פלאפל אין האנט קומט צו א בחור אין קוקט אריין אין מיין פלאפל מיט הונגעריגע גרויסע אויגן און בעהט אויב איך קען אים אויך קויפן.

בכלל ווען איך זאג ניין, באקום איך אדער גאר א מער מוטשנדיגער בקשה, אדער א בארעגטער פנים פארן שרעקליכן עוולה, אדער גאר א שטילער קללה!
 
א וואלקענדיגע מיטוואך איז עס געווען ווען איך האב מיר געקויפט א אמלעט סענדוויטש, שטייט דארט נעבעך א רחמנות'דיגע איד ביים ברעקפעסט באר, ער ברויך פרישטיג און ער האלט שוין נעבעך ביים 3טען ניין.

איש מבקש איז דאך א ווארעם הארץ, איך געב א בליק אויפן מעניו, און פאר 6$ קען די איד ארויסגיין מיט א סענדוויטש וואס מאכט זאט, און ער קען אפילו האבן א קאווע דערצי אויך, איך דערלאנג אים 6$ קעש, איך האב מיר געראכטן אויף א טענק יו, אבער נישט מער נישט נישט ווייניגער דער הייבט מער אן צי באזידלען בפני כל עם ועדה, ס'טייטשט, ווער ביזטו צי אורטיילן וואסערע פרישטיג איך זאל עסן היינט?? ער הייבט מיר אן אויסצירעכענן א גאנצע קינות וואס ער וויל אלס אויף זיין סענדוויטש, אנגעהויבן פון 2 סלייסעס אדוועקאדאו, אייער שפייז, גרילד טשיעס... וכו.. ער האט מיר צירוק געווארפן מיין 6$ כעבד ששפך קיתון על פני.

איך האב אים געוואלט ווארפן אפאר ספייסי אליווס אין פנים, איך האב מיר אבער ב'ה איינגעהאלטן, איך האב אים געזאגט אז דאס איז די מערסטע וואס ער גייט זעהן פון מיר היינט, דער האט אבער ווייטער געשטויסן מיט די פיס, ביז אפאר ביישאוערס האבן זיך צאמגעשטעלט אין צאמגעשטעלט זיין באגערטע פרישטיג, וחמת המשולח שככה.

איך האף פאר דעם איד דעם בעסטען.
 
דאך דא די באקאנטע מעשה פון הייליגן צאנזער רב, אז איינער האט געדארפט די נייע סטייל שיך.........
 
איך האב פיינט די משולחים וואס קומען קלעבן צו דיר אין גראסערי אדער רעסטוראנט..

די שטייסט מיט אן איבערגעפולטע וואגאן ביים רעגיסטער, אדער אינמיטן אריינהאקן א זאפטיגן שטיקל סטעיק, און ער קומט מיט מאנענדיגע אויגן, אז די האסט איבריג געלט פאר מותרות, מוזטעך זיכער האבן א פיפציגער פאר מיר ...

סנישטמיראונדיר שטימע אומגעזאגטע דייעלאג, סהייסט, אז די האסט געלט צו קויפן דשערקי, אדער נעמען דיין ווייב צו א רעסטוראנט, מוז זיין אז די האסט געלט פאר צדקה....

די אומדירעקטע אדער גאר דירעקטע אומהיימליכע מאנופולעישאן גילטי פילינג איז עפעס וואס ברענגט ארויף בייז בלוט
 
דאך דא די באקאנטע מעשה פון הייליגן צאנזער רב, אז איינער האט געדארפט די נייע סטייל שיך.........
פונקטליך די מעשה..
א נצרך איז אמאל געקומען צום דברי חיים נאך געלט אז ער דארף קויפן נייע שיך, פארשטייט זיך אז ער האט באקומען א שיינע סכום, א וואך שפעטער איז ער צוריק געקומען מיט די זעלבע ווערטער אז ער דארף קויפן נייע שיך, די שינווא רב האט געזאגט פאר זייט טאטע, אז דעי יוד האט שוין געקויפט פאריגע וואך שיך, האט דעי יוד געזאגט אז עס איז ארויס געקומען א נייע סטייל שיך און ער וויל יענץ קויפן, האט די דברי חיים געזאגט אז ער איז גערעכט, און אים נאכאמאל געגעבן א סכום געלט צו קויפן נייע סטיילישע שיך, און די דברי חיים האט געזאגט, אז א יוד דארף עפעס, אפי' ער קען זיך באגיין מיט עפעס וויניגער דארף מען אים עס צושטעלן.....................
 
איך פארגין די ארימאן אלע מותרות, אבער קום נישט צי מיך אין גראסערי דארט באקומסטו נישט קיין פעני, ווייל איך גיי נישט פאר מאניפאלאציע.
 
איך האב אלס געהאט א קאנטערווערסיאלע מיינונג איבער די משולחים קלאפן אויף טירן פון הייזער. דערווייל, האב איך קיינמאל געהאט אז איינער זאל מסכים זיין מיט מיר...
לדעתי איז דאס אומבארעכטיגט און א פירצה אין פרייוועסי.

א איד זיצט זיך רואיג ביי נאכטמאל מיט זיין ווייב, א רואיגע און אינטימע מינוט. און פלוצלינג, נאַק נאַק! איינער קלאפט ביים טיר, יעצט איז ער מחויב צו אפשטעלן וואס ער טוט און גיין אויפנעמען זיין אומגעלאדענטע גאסט. און ווען ער האלט נישט ביים גיבן, פרובירט ער זיך צו האלטן שטיל כדי ער זאל אפשר מיינען אז עס איז נישט דא קיינער אינדערהיים...

און אויב עפנט ער יא, איז דאך נישט גענוג מיט א דאלאר ווי אין שול, ווארום ער איז דאך אראפגעקומען צו מיר אינדערהיים, ברויך איך אים געבן עפעס מער לייטיש.

אנטשולדיגט מיר? מיין הויז איז מיין אבסאלוטע פריוואטע ענטיטי, און עס איז אן אומרעכט צו דאס אינוואדירן. ווען אין בין אין מיינע פריוואטע ד' אמות וויל איך נישט קיין פרעמדע מענטשן זאלן מיר שטערן, און ווער רעדט נאך אז אסאך פון זיי כאפן נישט דעם רמז און קלאפן פיר פינף מאל איינע נאכן אנדערען...

איך מיין אז דאס איז גילטיג אויך אין בשעת שאפינג וכדו' וואס אנדערע האבן דא דערמאנט. עס איז טאקע א פאבליק פלאץ, אבער עס איז נאכאלץ דא גדרים ווי עס פאסט צו שטערן א מענטש אינמיטן זיינע אנגעלעגנהייטן.
 
גוט געזאגט, צום פינטל.
 
@Grow_a_helmet
איך קוק עס אן, אויב מ'באטראכט דאס שטיצן דער וואס גייט נאך געלט ווי א זכות, איז עס גוט וואו אימער. דיר באדערט דאס אריינקלאפן אינדערהיים, יענעם באדערט דאס אריינקלאפן אין ביזנעס, א דריטן אין שוהל, און א פערטן בכלל. אדרבה, אויב האלטסטו אז בעצם איז עטיש און נארמאל צו גיין נאך געלט, ווען דען זאל ער קומען?!.

די אישו דערמיט איז אז ס'איז בעצם ביי אונז א זאך וואס קריכט אויף די נערוון. איך מוז דרייען קרעדיט קארדס צו דעקן בעיסיקס (און ביי אסאך איז דאס בכלל נאר נאכצוקומען ניואנסן פון א רעליגיע און קאמיוניטי וואס מ'גלייכט נישט), און יענער טרייט מיר מיטן צדקה טיקעט צו מאכן פילן גילטי, און ס'רעגט אויף. ווייל בעצם איז די גאנצע זאך אזוי נייטיג ווי א לאך אין קאפ...
 
אזוי גרינג צו רעדן ווילאנג מ׳איז נישט פון די אנדערע זייט, אזויפיל מענטשן האבן א קראנקע קינד אדער ווייב וואס דרענט אויס יעדע דאלער, אזויפיל מענטשן וואס האבן יארן געארבעט האבן זיך געטראפן אן קיין פרנסה, אזויפיל מענטשן וואס פילן זיך נישט באקוועם צו גיין בעטן נאך געלט אבער טוה עס פאר זיין ווייב און קינדער, איך ווינטש יעדעם אז זיי זאלן קיינמאל נישט פארשטיין די מענטשן וואס גיין נאך צדקה, אז די ווילסט נישט געב נישט.

איך האב א קרוב וואס וואטשט יעדע דאלער און קויפט נישט קיין איבריגע זאכן, יעדע זאך וואס ער קויפט איז איז א מאסט אבער די מוסדות האט נישט געלאזט די באס מאכן א סטאפּ אויפצופיקן זיינע קינדער ווייל ער האט נישט קיין געלט פאר שכר לימוד, (until he got approved from vouchers)

און יא, ס׳איז דא א פרענצענט נערווען קריכערס אזוי ווי יעדע זאך אויף די וועלט, ווען מפילט אז מדארף זאגן ניין אדער אוועקוואקן טוט מען עס אן זיך פילן שלעכט.
 
איך האב אלס געהאט א קאנטערווערסיאלע מיינונג איבער די משולחים קלאפן אויף טירן פון הייזער. דערווייל, האב איך קיינמאל געהאט אז איינער זאל מסכים זיין מיט מיר...
לדעתי איז דאס אומבארעכטיגט און א פירצה אין פרייוועסי.

א איד זיצט זיך רואיג ביי נאכטמאל מיט זיין ווייב, א רואיגע און אינטימע מינוט. און פלוצלינג, נאַק נאַק! איינער קלאפט ביים טיר, יעצט איז ער מחויב צו אפשטעלן וואס ער טוט און גיין אויפנעמען זיין אומגעלאדענטע גאסט. און ווען ער האלט נישט ביים גיבן, פרובירט ער זיך צו האלטן שטיל כדי ער זאל אפשר מיינען אז עס איז נישט דא קיינער אינדערהיים...

און אויב עפנט ער יא, איז דאך נישט גענוג מיט א דאלאר ווי אין שול, ווארום ער איז דאך אראפגעקומען צו מיר אינדערהיים, ברויך איך אים געבן עפעס מער לייטיש.

אנטשולדיגט מיר? מיין הויז איז מיין אבסאלוטע פריוואטע ענטיטי, און עס איז אן אומרעכט צו דאס אינוואדירן. ווען אין בין אין מיינע פריוואטע ד' אמות וויל איך נישט קיין פרעמדע מענטשן זאלן מיר שטערן, און ווער רעדט נאך אז אסאך פון זיי כאפן נישט דעם רמז און קלאפן פיר פינף מאל איינע נאכן אנדערען...

איך מיין אז דאס איז גילטיג אויך אין בשעת שאפינג וכדו' וואס אנדערע האבן דא דערמאנט. עס איז טאקע א פאבליק פלאץ, אבער עס איז נאכאלץ דא גדרים ווי עס פאסט צו שטערן א מענטש אינמיטן זיינע אנגעלעגנהייטן.
מיין טיר איז מיינס.
איך עפען עס ווען, אין נאר ווען איך וויל.

ס'איז דא א מעשה פון א צדיק, א איד האט געבעטן א עצה ניצל צו ווערן פון מחשבות זרות, האט ער עם געשיקט צו א חסיד און א אנדערע שטאט, ס'איז געווען ווינטער קאלט און פארפרוירן, ענדליך קימט ער אן צו דעם חסיד, ער נעמט זיך קלאפן אויפ'ן טיר, קיינער עפענט נישט, ער הערט ווי פארברענגט אינעווייניג, שרייט ער, מזאל עפענען ער ווערט פארפרוירן, אבער גארנישט, מעפענט נישט. איז ער געגאנגען אין שיל שלאפן אויף א באנק, די נעקסטע טאג טרעפט ער דעם חסיד, פרעגט ער אים, צו האסטו מיך נישט געהערט? אין דערציילט אז די רבי האט מיך געשיקט, די זאלסט מיר אויסלערנען וויאזוי מ'ווערט ניצל פון מחשבות זרות.
ענפערט ער איך האב דיר שוין אויסגעלערנט, איך עפען נישט מיין טיר נאר ווען איך וויל. די עפען נישט דיין קאפ נאר ווען די ווילסט.
 
פאריגע וואך דינסטאג נאכט אהיים גייענדיג פון א שמחה, שפאצירט מיר אדורך א איד וואס קוקט אויס א נארמאלער אינגערמאן, ער שטעלט מיר אפ און פרעגט מיר ווער מאכט חתונה דא אין דעם זאל, און ווי מ‘קומט אן צו ביהמ"ד פלוני, שוין איי געס ער איז א אויסשטאטישער און ער איז אויך אביסל נייגעריג,

גייט נישט אדורך אפאר סעקונדען און ער הייבט אן מיטן פזמון
”איך בין חתן פון ארץ ישראל און כ‘דארף מיך אליינס חתונה מאכן ”.....(זיין אקצענט האט נישט געהאט קיין שמץ פון איזראעלישקייט, אבער שוין) אפשר גיבסטו מיר א הונדערטער א פיפציגער,
כ‘הייב אים אן צו פארשטיין געבן אז ער האט אפגעשטעלט דעם אימריכטיגן פארשוין, איך בין קיין עושר נישט (ביזדערווייל...) מייסטנס קען איך דיר געבן א דאלער, כ‘האב נישט קיין גרויסע געלטער,
כ‘שטעק אריין די האנט אין קעשענע און עס אנטפלעקט זיך צוויי סינגלס מיט א פינעווער, דער ***** הייבט אן צו שלעפן דעם פינעווער פון מיין האנט מיט כח, ווען בשעת מעשה מורמלט ער עפעס רחמניות‘דיגע פראזן וואס ברויכן מיר צו איבער נעמען מיין הארץ און מיין געלט, ער טענה‘ט מיר די האסט דאך יא א פינעווער, נו גיב אהער...
דאס בלוט איז מיר ארויף אין קאפ, א געהעריגע האלד אפ,
א אומפאשעמטער אורח, וואס איז די גניבה? אפילו ווען איך וואלט אים עס געלאזט נעמען אין די ענדע איז עס נאכאלץ געהעריגע גניבה,

איך האב ליב צו געבן געלט פאר משולחים כפי יכולתי, אבער אזוינע געמיינע מאכן פארגיין די אפעטיט,
 
מיר באדערט נישט ווען מען קלאפט פאר צדקה אויף מיין טיר. פארקערט, איך פריי מיך אז איך קען געבן פאר א איד א פיניווער אדער א צוואנציגער און געבן א טרינק. מיר שטערט אז יעצט קען איך נישט אריין ברענגן אין שטוב געבן צו עסן גיהעריג.
לעומת זה אין שול זעה איך כסדר די זעלבע גייערס וואס עס זעהט אויס ווי איינמאל דער האט געמאכט שיין געלט פאר א צוועק וואס איז געווען עם נוגע איז ער שוין געבליבן אין דער ליין און מאכט שיין קאמישן. 'שטייט זיך איך ווייס נישט , איך טראכט נאר.
 
Back
Top