אמונה דורך סייקעדעליקס (אפגעטיילט)

פון מײן עקספיריענס? מיט אנדערע װעלכע נעמען די סטאָף
וויאזוי ליינט זיך דאס? פון דיין עקספיריענס שמועסענדיג מיט דיינע חברים דערוועגן (אתנחתא). אדער מיט דיין עקספיריענס (פון עס אויך טוהן) און מיט פון הערן פון דיינע חברים דערוועגן??
ס'איז גאר א ריזיגע חילוק צווישן די צוויי, א הימל און ערד חילוק
 
נײן חלילה, כ'האב קײנמאל נישט געטוהן די שטותים. כ'האב יא אמאל גענומען סקאָנק אדער װיד אבער מ'קען צײלן װיפיהל מאל אױף אײן האנט. די זאכן האבן נישט אגריעט מיט מיר. טראדישענעלי האט מען אין מײן משפחה געטוהן די אָפּיעטס און יין המשכרים, די קטורתן און נסכים, סאױ מײנע גענעס האבן זיך אנדערש עװאלװד.
drinks.gif
 
כ'אגרי מיט דיר אזא שארפע ניין קומט מיט א חלילה דערנאך
כ'האב קײנמאל נישט געטוהן די שטותים.
אז דו האסט עס קיינמאל נישט געטוהן פון וואנעט ווייסטו אז ס'שטותים, זייער נאריש צו טראכטן אזוי
די זאכן האבן נישט אגריעט מיט מיר.
סייקעדליקס איז נישט סקאנק אדער וויד, צוויי אנדערע זאכן אינגאנצן
טראדישענעלי האט מען אין מײן משפחה געטוהן
דא סאונדסטו ווי א ריכטיגער בנש"ק'ל, "ביינונז האט מען זיך נישט אזוי געפירט" "דער טאטע האט זיך אזוי געפירט" ...
לבי אומר לי אז דו וואלסט ווען יא געברויכט טועם זיין דערפון פשוט פאר איין סיבה, נישט צו שרייבן אזאנע שטותים🤣 און מדמה זיין מילתא ללא מילתא
סאױ מײנע גענעס האבן זיך אנדערש עװאלװד.
drinks.gif
כ'גלייב באמונה שלימה אז די אלע אידן און גוים וואס נעמען עס האבן עס נישט אין זייערע גענעס, נישט ביי זייערע עלטערן אדער איר עלטערן האבן זיי דאס געזעהן. א מענטש ברויך שטענדיג זיין אפן פאר טשעינדש און פאר נייע זאכן, מ'ברויך אלעס אויספרובירן שטייצעך וואס איז א טובה פאר די מענטשהייט
 
ווענדט זיך וויאזוי מ'וואקסט אויף און וואס מ'באקט אריין ערשט. און ווען דו זאגסט אז מענטשן מעיקרא גלייבן, פון וואנעט נעמסטו דאס? און קען זיין ביסט גערעכט אבער עטיאיזם מיינט נישט, נישט גלייבן, אן עטיאיסט קען נאכאלץ זיין ספיריטואל, נאר גלייבט נישט אין א ארגענייזד רעליגיע
ערשטענס וויזוי קען א עטיאיסט זיין ספיריטואל?

צווייטענס דו זאגסט אז סייקעדעליקס ברענגט ציריק צום פריערדיגן שטאנד סא איינער וואס איז אן עטיאיסט יעצט וועט זיכער ווערן אויס עטיאיסט ווייל ער איז נישט געווען מעיקרא?
 
האמת ניתן להיאמר
@קץ דוחק ביסט לכאו' גערעכט (לויט מיין עקספיריענס) כ'ניץ ווייניגער חשבונות פון שכל.

כ'איידענטעפעציר נישט אלץ שכל נאר אלץ א הומען ביאינג וואס ניצט אויך שכל, און פראבירט עס צו ניצן נאר ווי אזוי ס'איז בייהילפיג.

דאס איז זיכער אז פסייכאדעליקס (בעיקר אייאוואסקא) האט מיר געטוישט פון וואוינן אין מיין קאפ - צו וואוינן מער אין זיך. פון זיין סטאק מיט אלטע קראנקע מהלכי המחשבה - צו זיין א גלאטע פאפיר וואס לערנט זיך פון פריש.

קענען קוקן מיין פּיין און פארגעניגן אין די אויגן, זיין סעיף צו זיצן מיט מיינע געפיהלן.
קענען (און ליב האבן צו) זיצן מיט זיך און דשאסט 'זיין'. און מער נישט מוזן לויפן (אנטלויפן) א גאנצן צייט פון זיך.

ביסט לכאו' גערעכט אז ס'מאכט דעם מענטש שוועבן און דמיונען פאר אפאר טעג. (און דאן קען ער זיך אויסלערנען ווי אזוי צו לעבן אהן זיין אזוי סטאק אינעם שכל)

סאו מיט 'חשבונות רבים' בין איך באמת געווארן שוואכער. און קען זיין דו זעהסט דאס ווי א שוואכקייט. (פון די אנדערע זייט, מיטן זיין זיך, בין איך געווארן 'שארפער'. כ'אפעריר מער פון וואס דער 'איך' וויל אהן געבן אזא גרויסן דעקל פאר דער 'יענער')

קען זיין כ'בין נארישער, ווייל איך 'כאפ' מער נישט ווי 'אנגעצויגן און שרעקעדיג' דאס לעבן איז. כ'בין בכוונה נישט גענוג 'קלוג' און 'שטארק' צו שטופן קעגן זיך אליין מיט אלע כוחות. כ'זיץ פשוט און ענדשוי דעם פלאו.

אבער ווילאנג איך בין צופרידן, מער זארגלאז, מער אינטונד מיט זיך, מער בעל הבית אויף מיינע געפיהלן.

(און מיין ווייב האט א בעסערן מאן וואס דארף ווייניגער פראטעקטן זיין עגא, און איז שנעלער מודה על האמת, זאגט באמת וואס באדערט אים, און לאזט פלאץ פאר איר צו זיין באמת זיך.)

וואס גייט מיר אהן אז איך ניץ נישט נאר שכל 24/7 ?!

בשעת יענער לערנט זיך דוקא אנדערע מענטשן'ס שכל, וויל איך זיין unlearning די אלע קעסטעלך וואס מ'האט מיר געפארעמט.
כ'וויל ניצן ווייניגער חשבונות און מער שעפן פון מיין אינערליכער נאטירליכער קוואל.

מיין פריארעטעיט איז דוקא 'נישט' צו לעבן אינעם באקס פון שכל, נאר צו ענדשויען דאס לעבן ווי מער, זיין פריי צו טון וואס אימער איך האב עונג דערפון.

כ'גלייב אז אונז ביידע ווילן די זעלבע זאך, לראות טוב בעמלנו בעולם. איך בין גרייט צו זיין נארישער עס צו האבן.
 
צווייטענס דו זאגסט אז סייקעדעליקס ברענגט ציריק צום פריערדיגן שטאנד
נישט דאס האב איך געשריבן,
נאר דאס
און ווענדט זיך מיט וואס א מענטש איז אויפגעוואקסן, און ערצויגן געווארן, און צוליב דעם וואס ער וויל באמת וואספארא מין ספיריטואלן ער פארמאגט און צו דעם גייט ער צוריק.
געווענליך איז די וועג וויאזוי דער מענטש איז אויפגעצויגען געווארן די סיבה און די פלאץ ווי ער וויל באמת אנקומען. אבער נישט סתם טרוקענערהייט אז ער דער מענטש גייט צוריק צום פריערדיגער שטאנד
 
איך זע ווי סייקאדעליקס ווערט שוין באלד א מחלוקת הפוסקים דא אין קרעמל. אפשר איז צייט עס צו שטעלן פאר א וואוט און זען וואס רוב הקהל האלט דערוועגן.
 
איך זע ווי סייקאדעליקס ווערט שוין באלד א מחלוקת הפוסקים דא אין קרעמל. אפשר איז צייט עס צו שטעלן פאר א וואוט און זען וואס רוב הקהל האלט דערוועגן.
שוין ארויף פאר א וואוט ביטע זיך לאזן צום שטים בודקע “איעדע שטימע ציילט״
 

בייגעלייגטע פיילס

  • IMG_1351.jpeg
    IMG_1351.jpeg
    429.8 KB · געזען: 8
האמת ניתן להיאמר
@קץ דוחק ביסט לכאו' גערעכט (לויט מיין עקספיריענס) כ'ניץ ווייניגער חשבונות פון שכל.

כ'איידענטעפעציר נישט אלץ שכל נאר אלץ א הומען ביאינג וואס ניצט אויך שכל, און פראבירט עס צו ניצן נאר ווי אזוי ס'איז בייהילפיג.

דאס איז זיכער אז פסייכאדעליקס (בעיקר אייאוואסקא) האט מיר געטוישט פון וואוינן אין מיין קאפ - צו וואוינן מער אין זיך. פון זיין סטאק מיט אלטע קראנקע מהלכי המחשבה - צו זיין א גלאטע פאפיר וואס לערנט זיך פון פריש.

קענען קוקן מיין פּיין און פארגעניגן אין די אויגן, זיין סעיף צו זיצן מיט מיינע געפיהלן.
קענען (און ליב האבן צו) זיצן מיט זיך און דשאסט 'זיין'. און מער נישט מוזן לויפן (אנטלויפן) א גאנצן צייט פון זיך.

ביסט לכאו' גערעכט אז ס'מאכט דעם מענטש שוועבן און דמיונען פאר אפאר טעג. (און דאן קען ער זיך אויסלערנען ווי אזוי צו לעבן אהן זיין אזוי סטאק אינעם שכל)

סאו מיט 'חשבונות רבים' בין איך באמת געווארן שוואכער. און קען זיין דו זעהסט דאס ווי א שוואכקייט. (פון די אנדערע זייט, מיטן זיין זיך, בין איך געווארן 'שארפער'. כ'אפעריר מער פון וואס דער 'איך' וויל אהן געבן אזא גרויסן דעקל פאר דער 'יענער')

קען זיין כ'בין נארישער, ווייל איך 'כאפ' מער נישט ווי 'אנגעצויגן און שרעקעדיג' דאס לעבן איז. כ'בין בכוונה נישט גענוג 'קלוג' און 'שטארק' צו שטופן קעגן זיך אליין מיט אלע כוחות. כ'זיץ פשוט און ענדשוי דעם פלאו.

אבער ווילאנג איך בין צופרידן, מער זארגלאז, מער אינטונד מיט זיך, מער בעל הבית אויף מיינע געפיהלן.

(און מיין ווייב האט א בעסערן מאן וואס דארף ווייניגער פראטעקטן זיין עגא, און איז שנעלער מודה על האמת, זאגט באמת וואס באדערט אים, און לאזט פלאץ פאר איר צו זיין באמת זיך.)

וואס גייט מיר אהן אז איך ניץ נישט נאר שכל 24/7 ?!

בשעת יענער לערנט זיך דוקא אנדערע מענטשן'ס שכל, וויל איך זיין unlearning די אלע קעסטעלך וואס מ'האט מיר געפארעמט.
כ'וויל ניצן ווייניגער חשבונות און מער שעפן פון מיין אינערליכער נאטירליכער קוואל.

מיין פריארעטעיט איז דוקא 'נישט' צו לעבן אינעם באקס פון שכל, נאר צו ענדשויען דאס לעבן ווי מער, זיין פריי צו טון וואס אימער איך האב עונג דערפון.

כ'גלייב אז אונז ביידע ווילן די זעלבע זאך, לראות טוב בעמלנו בעולם. איך בין גרייט צו זיין נארישער עס צו האבן.
אין מילים! תודה אחי! פאר די ווערטער קומט זיך א hug, אבער אזאנס וואס געט זיך נאך אן אייעוואסקא טריפ. (ששש... איך בין אונטער די אינפלוענס...)
על דא הוא דכתיב, ווער עס פארשטייט פארשטייט. עס איז אוממעגליך צו פארשטיין פאר איינער וואס איז נאך אויף די אנדערע זייט.
 
Back
Top