יוסקע ווארטעמאן
היימישער קרעמלער
- זיך איינגעשריבן
- יולי 4, 2025
- מעסעדזשעס
- 59
- רעאקציע ראטע
- 550
- פונקטן
- 103
די וועלט, דער מענטש און אידישקייט, חלק ט' - אמונות טפילות: וואס האט אונז סייענס צו זאגן?
מען קען טרעפן די פאריגע ארטיקלען אין דער סעריע דא.
די סייענטיפישע מעטאדע האט אונז אויפגעשלאסן די סודות הבריאה און אונז געגעבן די כלים זיך צו דערגרינטעווען צו די גרמים און פראצעדורן פון נאטורליכע ערשיינונגען און כחות. סייענס איז רחבה מיני ים און מען קען פארברענגען א גאנץ לעבן אין הארעווען אין אירע טיפענישן און אין מחדש זיין נייע אנטדעקונגען און פארשטאנד. פארשטייט זיך אז דא קענען מיר נישט פרובירן זיך צו באקענען מיט אלץ וואס סייענס האט אונז צו לערנען. דאך קענען מיר אפשר ארויסנעמען א לקח איבער דעם וועלטבאנעם וואס סייענס און א סייענטיפישער מהלך־המחשבה קען אונז שענקן.
מען הערט אסאך מאל נאכזאגן אין נאמען פון 'סייענס' אפטייטשונגען אדער השלכות וואס סייענס זאל אונז כלומרשט זאגן וואס זענען נישט אלעמאל אקוראט אדער אפילו באמת אין גייסט פון סייענס. עס הערשט אמאל אן ערבוביה איבער וואס פינקטליך א סייענטיפישער בליק האט אונז צו זאגן ווען עס קומט צו א וועלטבאנעם און השקפה. איז איידער מיר עקספלארירן וואס סייענס האט אונז יא צו זאגן, איז כדאי ערשט צו קלאר מאכן וואס סייענס זאגט אונז נישט.
ובכן, סייענס האט נישט דירעקט צו זאגן איבער דער שאלה פון גאט'ס עקזיסטענץ און איבער פיל אנדערע טעאלאגישע פראגעס. זייענדיג אן עמפירישער תחום וואס געבט זיך אפ מיט פיזישע ערשיינונגען וואס מען קען אבסערווירן און טעסטירן, איז די שאלה פון מציאת־הבורה באמת אויסער די ראמען פון סייענס, און זי האט נישט די כלים זי צו אדרעסירן. דאס זעלבע איז מיט שאלות ווי ביאת־המשיח, השגחה, שכר־ועונש, נסים אא"וו. דאס זענען פילאזאפישע שאלות, נישט עמפירישע.
נאר לאמיר זיין קלאר: דאס מיינט נישט אז סייענטיפישע וויסן האט נישט בכלל וואס צו ברענגען צום טיש ווען עס קומט צו אט די חקירות. פארקערט, סייענטיפישע באהאוונטקייט איז א פארבאדינג פאר סיי וועלכער אינפארמירטער פילאזאפישער דיסקוסיע, וויבאלד א פילאזאפיע וואס באציט זיך נישט צו דער רעאליטעט פון אונזער וועלט קען נישט צוברענגען צו ריכטיגע מסקנות וועגן אט דער וועלט. ווייטער, קען אונז א סייענטיפישער וועלטבאנעם אינפארמירן איבער וואספארא מקורות און אויטאריטעטן זענען עפיסטעמאלאגיש פארלעסליך אוועקצושטעלן אויף זיי אן השקפת־עולם און וואספארא סארט טעאריעס מקבל צו זיין. נאר וואס דען, בעת וואס סייענטיפישע פאקטן קענען האבן השלכות וואס זענען רעלעוואנט צו טעאלאגישע פראגעס, זענען זיי אבער נישט דירעקט מכריע אויף זיי אזוי צי אזוי. ד.ה. אז מען קען נישט זאגן אז "סייענס זאגט" אז די צי יענע טעאלאגישע אדער פילאזאפישע פראפאזיציע איז פעסטגעשטעלט געווארן אדער אפגעפרעגט געווארן סייענטיפיש.
סייענס קען אונז אויך נישט דירעקט מכריע זיין נארמאטיווע שאלות איבער מאראלן און וויאזוי א מענטש דארף צו לעבן בין־אדם־לחבירו און בין־אדם־לעצמו. ווייטער, דאס מיינט נישט אז סייענס האט אונז גארנישט צוצוגעבן אין דעם געביט, נאר אז זי קען נישט דירעקט און ענדגילטיג פעסטשטעלן אזוי צי אזוי מיט עמפיריש־סייענטיפישע כלים.
וואס קען אונז סייענס יא זאגן דירעקט? סייענס האט אונז צו זאגן איבער די פראצעדורן און מהלכים פון סיבה־ומסובב, פון די כחות פון נאטור, פארוואס און וויאזוי נאטורליכע ערשיינונגען קומען פאר, וואס אין דעם איז נכלל דאס יכולת פאראויסצוזאגן וואס גייט פארקומען אונטער געוויסע אומשטענדן, ווי אויך צו מאניפולירן די נאטור איר צו קענען ניצן אלס טעכנאלאגיע און צו ברענגען צו געוויסע געוואונטשענע רעזולטאטן.
אין צוגאב, זאגט אונז אויך סייענס איבער אונזער היסטאריע, איבער וויאזוי מיר זענען אנגעקומען אהער, פון אונזער וועלט'ס התחלה, דורכאויס אלע שטאפלען פון איר אנטוויקלונג, ווי אויך אונזער אנטוויקלונג אלס באשעפענישן און אלס בני־אדם.
מיר וועלן זיך אומקערן צו אט דעם צווייטן געביט אין די קומענדיגע ארטיקלען. דא לאמיר זיך באציען צום ערשטן ענין, וואס מיר וועלן אנרופן סיבה'דיגע פארבינדונג. סיבה'דיגע פארבינדונג איז א באציאונג צווישן צוויי ערשיינונגען וואס האבן א קירבהשאפט פון סיבה־ומסובב איינע צו דער אנדערער. אן ערשיינונג A האט א סיבה'דיגע פארבינדונג מיט ערשיינונג B אויב די צוויי זענען פארבונדן אויף אזא אופן אז אדער A קען גורם זיין B, אדער B קען גורם זיין A, צי דירעקט צי אומדירעקט.
צום ביישפיל, די ערשיינונג פון נעמען מעדיצין האט א סיבה'דיגע פארבינדונג מיט דער ערשיינונג פון ווערן אויסגעהיילט, וויבאלד נעמען מעדיצין קען צוברענגען צו, און גורם זיין, היילונג. באמערקט, אז עס פעלט נישט אויס אז A זאל בהכרח צוברענגען צו B אין יעדן פאל כדי אז די צוויי זאלן האבן א סיבה'דיגע פארבינדונג. עס איז גענוג אז A זאל קענען צוברענגען צו B, לויט די געווענליכע, נאטורליכע געזעצן.
לאמיר דאס פארגלייכן מיט ערשיינונגען וואס האבן נישט קיין סיבה'דיגע פארבינדונגען צווישן זיך. געוויסע שבטים ריכטן אפ אזא סארט 'רעגן טאנץ' וואס זאל צוברענגען צו רעגן אין אן שעת־בצורת. וויבאלד דער טאנץ קען נישט באמת משפיע זיין אויף רעגן, איז נישטא קיין סיבה'דיגע פארבינדונג צווישן די צוויי ערשיינונגען. אזעלכע סארט הנהגות, אדער אמונות אין דער עפעקטיווקייט פון אזעלכע הנהגות, ווערט אנגערופן אָבערגלויבן. אבערגלויבן איז די הנהגה פון צורעכענען סיבה'דיגער פארבינדונג אין פעלער וואו דאס איז אומגילטיג.
און דא קומען מיר צוריק צו וואס סייענס האט אונז צו זאגן. סייענס העלפט אונז מבחין זיין צווישן פעלער פון סיבה'דיגער פארבינדונג און פעלער פון אבערגלויבן. סייענס איז במהותו אנטי־אבערגלויבן. בעת וואס אבערגלויבן שלאגט פאר כלומרשטע סיבה'דיגע פארבינדונגען צווישן ערשיינונגען וואס זענען נישט פעסטגעשטעלט, געבט אונז סייענס פעסטגעשטעלטע סיבה'דיגע פארבינדונגען.
ווען מען רעדט פון אננעמען א סייענטיפישן ווערלטבאנעם, רעדט מען צום ערשט פון אפווארפן אבערגלויבן און אמונות־טפילות. רויטע בענדלעך, בליי־גיסן, קמיעות, סגולות אא"וו, דאס זענען ביישפילן פון פעולות וואס מען טוט כדי צו דערגרייכן פארשידענע געוואונטשענע רעזולטאטן, אבער לויט סייענס איז נישטא קיין שום סיבה'דיגע פארבינדונג צווישן די פעולות און די געוואונטשענע תוצאות.
לעבן לויט א סייענטיפשן וועלטבאנעם מיינט זיך פירן אין איינקלאנג מיט די פעסטגעשטעלטע נאטורליכע ערשיינונגען פון סיבה־ומסובב. דאס מיינט אז מען טוט אט די פעולות וואס זענען סייענטיפיש פעסטגעשטעלט צו ברענגען די געוואונטשענע רעזולטאטן, און מען פארשפארט זיך פיל צייט און געלט דורכן נישט פארפאטשקען ענערגיע אויף פעולות וואס האבן נישט קיין שום סיבה'דיגע פארבינדונג מיט די געוואונטשענע תוצאות. דער מושג פון עין־הרע עקזיסטירט נישט אין א סייענטיפשן וועלטבאנעם: יענעמ'ס בליק קען דיך נישט אפעקטירן לטב או למוטב. לויט די געזעצן פון נאטור, איז נישטא קיין סיבה'דיגע פארבינדונג צווישן א מענטשנ'ס בליק און סיי וועלכער אומגינסטיגער תוצאה. איז פארשפארט אייך עגמת־נפש, צייט און געלט, און די שארלאטאנען וואס פארקויפן אייך רפואות וואס היילן נישט די מכות וואס איר האט נישט, זאלן זיי זיך טרעפן אנדערע פרנסות.

לעצט רעדאגירט: