מוטי אטיאס א שטיק נשמה!

לייביש הכהן

אלטגעזעסענער קרעמלער
זיך איינגעשריבן
יולי 11, 2024
מעסעדזשעס
330
רעאקציע ראטע
1,205
ווי א באמבע אינמיטן העלן טאג, האט דער פאפולערע אנליין ״סעלעבערטי״ מאטי אטיאס, ארויס געגעבן א הערליכע ניגון וואס ליינט זיך מיט קידוש לבנה אותיות ״אין די גאסן פון ירושלים״. ס׳איז א הערליכע טרעק וואס ברענגט ארויס די געוואלדיגע ״כסופים און געגועים״ צום שטאט ירושלים.

די ניגון הייבט זיך אן מיט א לייכטע אינטרא באגלייט מיט פיאנא און גיטאר. דערנאך קומט אריין קווייער אין די בעקראונד, זיך אריין בלענדנדיג ווארעם אינאיינעם מיט די מוזיק.

מוטי הייבט אן די ערשטע פאל ווי זיך פארגעשטעלט, מיט זיין געוואלדיגע מתוקות׳דיגע שטימע, זינגענדיג פון טיעפן הארץ ארויס די ווערטער:

ובני ירושלים, אין די גאסן פון ירושלים,
איך שפאציר זיך דא אין די גאסן פון ירושלים.

ובני ירושלים, ס׳בויעט זיך ירושלים,
אוי מיין היימשטאט ירושלים.


ווען מ׳הערט דעם ערשטן פאל, קען מען ממש וויזשעלייזן ווי מען שפאצירט געמיטלעך אין די גאסן פון אלט שטאט ירושלים, בשעת א קיל ווינטל בלאזט, און שטיינער שטויסן זיך פון די שיך אויפן האלב צילעכערטן גאס.

דאן פארט דעם ניגון צום צווייטן פאל ווי מוטי זינגט מיט א געוואלדיגע ״השתפכות הנפש״:

איך וויל זוכה זיין צו וואוינען,
איך וויל זוכה זיין צו וואוינען,
וואוינען אין ירושלים.


כ׳גדענק נישט דאס לעצטע מאל וואס ס׳האט מיר אנגעכאפט אזא בענקשאפט צו וואוינען אין ירושלים!

די קלימאקס פונעם ניגון איז ביים הויכע פאל צום סוף, ווי מוטי צו כליפעטס זיך פון הארץ ארויס, ביים זינגען דאס ווארט ״זוכה זיין״, עס הערט זיך מיט אזא אמת׳דיגקייט, אזש, מיינע אויגן זענען פאר א וויילע פארשוועמט געווארן מיט שנירעלעך טרערן.

מוטי לאזט אבער נישט זיינע פענס בלייבן ציבראכן, ער ענדיגט צו דאס ניגון מיט אט די ווארימע טרייסט ווערטער:

באלד באלד וועלן מיר גיין, א יעדער ציזאמען אזוי הערליך און שיין.

באלד באלד וועלן מיר גיין, גאנץ כלל ישראל הערליך און שיין, צום בית המקדש השלישי ונאמר אמן.


בשעת וואס די קווייער איז מסיים, אינטער ברימענדיג זיך:

ברענג אונז שוין אהיים קיין ירושלים.

די ענדע איז ממש ווי א בארויאיגונגס פּיל וואס געבט האפענונג אז די ״בית המקדש השלישי״ קומט אט אט שוין אראפ, ונאמר אמן.
 
לעצט רעדאגירט:
פארטשענעטלי מאך איך נישט קיין לצנות, ס׳איז באמת א שיינע ניגון, גענוי ווי איך לייג עס אראפ!
איך גיי משוגע פאר דיין אהבת חינם… מיט אזא ליבשאפט צו יעדע איד גייט די בית המקדש השלישי קומען שנעלער ווי ס׳דארף..
 
איך גיי משוגע פאר דיין אהבת חינם… מיט אזא ליבשאפט צו יעדע איד מאכט אז די בית המקדש השלישי זאל קומען שנעלער ווי ס׳דארף..
אוי וויי אפשר איז עס פון די שלש שבועת
 
Back
Top