מילתא דבדיחותא

כ'פרוביר זיך פארצושטעלן וויזוי די איראנער שפירן זיך אן קיין לופט באשיצונג..
די נענטסטע וואס קומט מיר ארויף אין דמיון איז ''מיין פלונית'טע ביים כפרות שלאגן, אן א רעין באאנעט''...
 
2 אלטע אידעלעך טרעפען זיך אויפ'ן גאס איין פרייטאג נאכמיטאג.........

יאשע: יאנקל, וואו גייסטו, אין מקוה?
יענקל: ניין, איך גיי אין מקוה.
יאשע: אה, איך האב געמיינט אז דו גייסט אין מקוה.
 
ס'האט איינער באמערקט א רחמנות'דיגן איד, שטיין אין א פראסטיגן וועטער, אן קיין היט און רעקל אויף די גאס ווארטענדיג אויף היטש, ער שטעלטצעך אפ, און פרעגט אים וואו ער וויל גיין, און ער טראגט אים צו, אינמיטן וועג פרעגט ער אים, זאג נאר, פארוואס אבער זענט איר געשטאנען אין אזא וועטער אן גארנישט אנגעטוהן?

זאג מיר דעם אמת ענטפערט יענער, ווען איך בין ווען אנגעטהון געהעריג, וואלסטו דעך ווען אפגעשטעלט פאר מיר?
 
דערמאנט מיר ווען יענער יעקע איינמאל שטייענדיג ראש השנה ביי לדוד מזמור האט מען איהם געהערט קרעכצן, זאגענדיג אז ער איז אדורכגעגאגנען די געלט חשבונות פונעם יאר און געזעהן אז עס פעילט איהם $200 פונעם חשבון...
יום כיפור ביי מעריב ווען ער האט געזאגט על חטא שחטאנו בגילוי עריות האט מען געהערט פון איהם א אטעם פון פארלייכטערונג - ער האט זיך שוין דערמאנט ווי דאס געלט איז איהם געגאנגען....
דערמאנט מיר פון.... איינער האט זייער געשמייכלט בא על חטא שחטאנו בגילוי עריות פרעגט עם איינער וואס גייט פאר זאגט ער עם ער זיכט שוין זיין שירעם זייער לאנג יעצט דערמאנט ער זי ווי ער האט עס איבערגעלאזט....
 
דערמאנט מיר פון.... איינער האט זייער געשמייכלט בא על חטא שחטאנו בגילוי עריות פרעגט עם איינער וואס גייט פאר זאגט ער עם ער זיכט שוין זיין שירעם זייער לאנג יעצט דערמאנט ער זי ווי ער האט עס איבערגעלאזט....
איך האב עס פארציילט פאר מיין חבר פאר יום כיפור נאך יום כיפור קומט ער מיר זאגן אז איך האב עם צעשטערט די גאנצע דאווענען א גאנצן דאווענען האט ער געלאכט
 
טראמפ מאכט קלאר אז איין געוויסע גרופע גייט ער נישט דעפארטירן…
IMG_0464.png
 
לך לך
גיי פאר דאנאלד'ס וועגן (דיינעט)

(I hope i didn't miss the boat)
 
Back
Top