מיר פארשטייען נישט מחלוקת פון צדיקים

שעפטאל

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 10, 2024
מעסעדזשעס
447
רעאקציע ראטע
2,821
דער צדיק האט דאך רוח הקודש און מיט דעם האט ער די אויבער האנט מיט וואס ער זאגט.
ווייל אויב ער זאגט וואס דעם רצון העליון איז, מיז זיין אז ער האט רוח הקודש, אויב נישט ווי אזוי דען ווייסט ער.

איי, אפשר איז ער אין בעסטען פאל א בעל דמיון (א נאטירליכן טריפּער) אדער אין ערגסטן פאל א ליגנער א שארלטן און מאניפאלעיטער?
דאס קאן דאך חלילה ניט זיין! ווייל ער איז דאך א צדיק, ער האט דאך רוח הקודש!

שטעלט זיך דעם פראגע, ווען צוויי צדיקים קריגן זיך, קען דאך נישט זיין אז ס'האט מיט נערישע מענטשליכע קנאה וכבוד. ווייל צדיקים האבן ניטאמאל א מענטשליכן פּיפּיק, כל שכן זיי האבן נישט קיין נידריגן עגא. ווייל דיזע זאכן זענען נאר א חלק פון די סורווייוועל פון פשוטע מענטשן וואס האבן נישט קיין רוה"ק. צדיקים קריגן זיך אוואדע וואס איז רצון השם.

איצטער צום נקודה. לויט אונזער קליינע מענטשליכע שכל אויב ראובן זאגט יא און שמעון זאגט ניין, מיז דאך זיין אז איינער איז נישט גערעכט.
אויב אזוי האט ער נישט קיין רוח הקודש?
אויב אזוי איז ער נישט קיין צדיק?

נעה, דאס קאן דאך ניט זיין! ווייל אויב יא, פון וואנעט קען מען וויסן אויב עמיציר איז א צדיק. זעהסט דאך אז ביידע קוקן אויס ווי צדיקים, רעדן ווי צדיקים, און וואונטשן ברכות!
און אויב איינער קען אויסקוקן ווי א צדיק אדער ווי א בעל רוה"ק און ער איז נישט, קאן דאך זיין אז קיינער אויפן וועלט איז ניט קיין בעל רוה"ק. (איי ס'קוקט אויס ווי זיי זענען בעלי רוה"ק? אבער דעם 'נישט גערעכטן' קוקט דאך אויכעט אויס ווי א בעל רוה"ק. אלא מאי, האבן א הימלישע צורה און רעדן העכער איז קיין ראי' ניט) ובטלה אמונת צדיקים.

מ'קען פראבירן צו זאגן אז ער איז א צדיק אבער דא מאכט ער א טעות. פונקט ווי דער זיידע יעקב האט נישט געהאט קיין רוה"ק פאר צוויי און צוואנציג יאר.
אבער דאס איז אויכעט מסוכן, ווייל אויב יא, אפשר מאכט ער א טעות ווען ער הייסט מאכן דעם אפאראציע. און אפשר מאכט ער א טעות ווען ער אסר'ט טעיפּ רעקארדערס, און טעקסט מעסעדש?

במילא מיז מען זאגן מיין טייערע קינד. אז מיר פארשטייען נישט מחלוקת פון צדיקים.
 
אדער קען מען זאגן, אז זיי זענען מענטשן פונקט ווי אונז. און מילא קען מען האבן א דיעה, אין זייערע פאליטיק אין מחלוקה'לעך.
ועוד, אונז האמיר געלערנט, אז יעדע זאך וואס די תורה האט געאסרט, האט זי מתיר געווען עפעס ענליך, - די תורה האט געאסרט צו רעדן לשה"ר, האט זי מתיר געווען שכנגד, צו רעדן און עוסק זיין אין פאליטיק ציווישן רבי'ס. כנלפענ"ד הפשוט. - און ראיה לדבר, אז אזוי האבן אונזערע אבות, זיך געפירט אלע דורות.
 
חלילה וחס! אויב אזוי וויזוי קענען זיי רעדן אין נאמען פון גאט?!
 
איך פרעג אויך....
(איך קען א שיינע טייל פון די היינטיגע רבי'ס פון שטוב).
איך ערלויב זיך, עס צו פרעגן אלס איינער, וואס קען זיין, אז איין טאג וועסטו אדער דיינע קינדער, זאגן אויף מיר, אז איך בין א צדיק און ווער פארשטייט, וד"ל....
 
עס האט גארנישט מיט רוח הקודש. מיר ווייסן טאקע נישט וואס דארט טוט זיך, ווארום מיר האבן נישט די אינפארמעישען. ווער ווייסט וואס האט זיך דארט געטון?

ווילאנג זיי גייען נישט אין א נארמאלע בי"ד של ת"ח, וואס הערן אויס אלע טענות, און פסקנ'ן כדת וכדין, זענן זיי ביידע גערעכט\נישט גערעכט, און זיכער נישט אונזער ביזנעס. איך דארף נישט האבן קיין דעה וועלכע פארשוין זאל טיילן פערפל בשם סאטמאר, און וועלכע בשם באבוב און וועלכע בשם בעלעד. פערזענליך טייל איך נישט, און נעם איך נישט, פערפל פון קיינם. איך מאך אליינס. (מיט מאשרומס איז זייער באטעמ'ט, מ'דארף אבער וויסן וויאזוי דאס צו מאכן.)
 
@אלטע שרייבער קודם כל פליז געב מיך דעם רעסעפי פונעם פערפל מיט מאשרומס. (אין 'מאכל ומשתה' צו פריוואט). האסט מיך פשוט אנגערייצט 😋

לגוף הענין וואס טוט מען מיט אזאנע מחלוקתן ווי צאנז וריזן, גר"א ובעש"ט, א.א.וו. ?
 
לגוף הענין וואס טוט מען מיט אזאנע מחלוקתן ווי צאנז וריזן, גר"א ובעש"ט, א.א.וו. ?
דאס האב איך געזאגט. איך ווייס נישט און פערטיג. פארוואס מוז איך מיר האבן א מיינונג אויף אלס און אלעם? בפרט ווען איך האב נישט קיין וועג צו באקומן די אינפארמעישען אויף וואס די מעשה איז באזירט.

יעדער שוטה פון אן אויבער-חכם האלט אז ער האט איינגעזען דער אמת. דער מתנגדישע שוטה זאגט אז דער חרם איז וואר און די חסידים זענן מנסך יין במגע, און דער שוטה פון א חסיד זאגט אז דער גר"א האט א טעות געהאט, מ'האט אים איינגערעט, וכו' וכו'.
מגודל שטותם קענן זיי נישט מודה זיין אז צו זאגן דער גר"א האט געהאט א טעות איז פלעין טפשות, און צו זאגן אז די תלמידי המגיד זענן געווען זויפערס און פרעסערס איז אויך שטותים.

וואס יא? הויך און קלאר 'איך ווייס נישט!' מ'קען אזוי זאגן, עס וועט גארנישט פאסירן.
 
לגוף הענין וואס טוט מען מיט אזאנע מחלוקתן ווי צאנז רוזין, גר"א ובעש"ט, א.א.וו. ?
אויף דעם האב איך א פשוט׳ע תירוץ די עבודה פון תורה און תפילה האב איך נישט פון מיינע זיידעס מ׳דארף זיך דאך קלעבן אין עפעס פון זייערע הנהגות איז לפחות די פאליטיק און מחלוקת לאמיר וויטער אן האלטן….
 
עס האט גארנישט מיט רוח הקודש. מיר ווייסן טאקע נישט וואס דארט טוט זיך, ווארום מיר האבן נישט די אינפארמעישען. ווער ווייסט וואס האט זיך דארט געטון?

ווילאנג זיי גייען נישט אין א נארמאלע בי"ד של ת"ח, וואס הערן אויס אלע טענות, און פסקנ'ן כדת וכדין, זענן זיי ביידע גערעכט\נישט גערעכט, און זיכער נישט אונזער ביזנעס. איך דארף נישט האבן קיין דעה וועלכע פארשוין זאל טיילן פערפל בשם סאטמאר, און וועלכע בשם באבוב און וועלכע בשם בעלעד. פערזענליך טייל איך נישט, און נעם איך נישט, פערפל פון קיינם. איך מאך אליינס. (מיט מאשרומס איז זייער באטעמ'ט, מ'דארף אבער וויסן וויאזוי דאס צו מאכן.)
מאשרומס איז זייער אין סטייל היינצוטאגס טאקע נישט ביי די רעבעס אבער מער ביי די פשוטי המון עם. בקרוב גייט עס ווערן פאפולער ביי די רעבעס אויך, זיי גייען טיילן שריים טשאקאלאד מיט מאשרומס און די חסידים גייען זיך ארום טענה'נן דעם נעקסטן טאג וועלכע מאשרום דער האט עכט טועם געווען, ווייל לויט וויאזוי ער האט געווינטשן האט אויסגעזעהן ווי ער האט טועם איין מין און לויט ווי דער הויז בחור האט איבערגעגעבן האט יענקל געברענגט גאר אנאנדערע מאשרום פון לאס אנדשעלעס
 
און מיט דעם איז ר״מ מסביר דאס אז ער איז די רבי פון לובלין שבדורינו און די גלגול פון שמשון הגיבור נו נו
 
וואס איז פארגעגאנגען אין בעלזא נעכטן?
איינער קען מסביר זיין
 

בייגעלייגטע פיילס

  • 686.jpeg
    686.jpeg
    116.7 KB · געזען: 26
די גאנצע נישט פארשטיין קומט פשוט פון א חוסר ידיעה והתמצאות אין די מעכאניזם פון צדיקים און הייליגע אידן. מען לייגט זיי אריין אין עפעס א צווייטע ליגע אינגאנצן (ובצדק), און דערפאר מיינט מען אז זיי זענען שוין פולקאם עקזעמפט פון מענטשליכע באגריפן און באגרעניצונגען. מען פארגעסט אז אינו גוף ולא ישיגוהו משיגי הגוף גייט ארויף נאר אויפן באשעפער און נישט אויף קיין בשר ודם.

לאקילי פאר אונז, איז די תורה"ק א תורת אמת וואס טאלערירט נישט קיין בולשיט, און ממילא אז מען לערנט די תורה און תנ"ך זעהט מען גאנץ קלאר און אפן וואס ווען און ווי. די פראבלעם ווערט נאר ביים קומענדיגן לעוועל, ווען עס הייבט זיך אן די סארט קשיות פון "קען דען זיין אז וכו' וכו', עס פאסט דאך נישט, נאר מוז בהכרח זיין אז וכו'". יעצט ווי לאנג די סארט קשיות זענען אויסגעבויט לאגיש, דער מציאות איז דאס מחייב און מען מוז זיך דערמיט ספראווען, איז גוט, די קאמפליקאציע געשעהט ווען מען קומט מיט אייגענע אנאכראניסטישע הנחות און הבנות און לויט דעם פרעגט מען קשיות אויפן מציאות געשילדערט אין די תורה הקדושה, ביז מען קומט צו די מסקנא אז עס איז נישט כפשוטו וכו'.

א לעצטיגער אבסורדאלער באנוץ פון די סארט טענה האב איך געזען אין א שמועס פון מענדעלע וויזניצער, ער טענה'ט אזוי, עס קען דאך נישט זיין 'בערב תאכלו מצות', אונז ווייס מיר דען וואס דאס מיינט , (עס מיינט דאך זיכער נישט אז מען זאל עסן מצות פסח ביינאכט...), נאר וואס דען אז מען האט אינזין די צורה פונעם רבי'ן ביים עסן די מצות האט מען עפעס א שייכות מיט די מצוה... אדער ווי דער חוקר גאלדהאבער דערציילט אז ר' אהרן מ'סאטמאר איז משוכנע אז די טענץ חמשה עשר באב און יום כיפור איז נישט כפשוטו, ווייל לפי השקפות עולמו און זיין אפברינגינג קען דאך דאס טאקע נישט זיין.

עכ"פ ווען מען קוקט אבער יא זאכן כפשוטו זעהט מען פשוט אז זיין א צדיק און בעל מדריגה איז נישט אלעמאל און איבעראל אויטאמאטיש מחייב אז מען איז אלעמאל גערעכט מיט וואס מען טוט / האלט, צומאל מאכט מען א טעות, עס קען זיך אפילו מאכן מען זאל דורכפאלן, און מענטשליכע אינסטינקטן און זיטן שפילן בהכרח א ראלע אין א מענטש'ס התנהגות, אפילו איינער וואס איז כגובה הארזים גובהו.
 
זיין א צדיק און בעל מדריגה איז נישט אלעמאל און איבעראל אויטאמאטיש מחייב אז מען איז אלעמאל גערעכט מיט וואס מען טוט / האלט, צומאל מאכט מען א טעות, עס קען זיך אפילו מאכן מען זאל דורכפאלן, און מענטשליכע אינסטינקטן און זיטן שפילן בהכרח א ראלע אין א מענטש'ס התנהגות, אפילו איינער וואס איז כגובה הארזים גובהו.

אבער דאס איז אויכעט מסוכן, ווייל אויב יא, אפשר מאכט ער א טעות ווען ער הייסט מאכן דעם אפאראציע. און אפשר מאכט ער א טעות ווען ער אסר'ט טעיפּ רעקארדערס, און טעקסט מעסעדש?

דעם פראבלעם גייט ארויף ביזן שורש פון רעליגע.

דו גייסט מיך זאגן וואס גאט האט דיך געזאגט בנוגע מיך. (איי, זאל ער קומען צו מיר אין חלום. נעה, ביסט נישט קיין בעל רוה"ק, נביא, וכדו'.)

אנשטאט פון פּרוף שווארץ אויף ווייס אז דו ביסט א בעל רוה"ק, און אלעס וואס דו זאגסט קומט פון גאט. וועלך נאר זעהן די פארקערטע, אז דו מאכסט טעותים, וואס דו זאגסט געשעהט נישט. און אמאל אז דו האסט מדות וואס זענען ווייניגער אויסגעארבעט ווי מיך. (כ'האב זיך געדרייט ביי א נארסיסטישע 'בעל רוה"ק')

האסט נאך די חוצפא צו זאגן אז ביסט יא א מענטש, און דו מאכסט גראבע טעותים, און כ'דארף דיך נאכאלס פאלגן ווייל גאט רעדט ארויס פון דיר?!

אלא מאי אונז פארשטייען נישט און מ'קען נישט פארשטיין.
אונז דארפן גלייבן אז ביסט א צדיק (וואטעווער דעס מיינט)
אונז דארפן גלייבן אז גאט זאגט דיך וואס אונז זאלן טוהן.
אונז דארפן גלייבן אז אונז פארשטייען נישט.

נאר אזוי קען זיך די אמונה האלטן
 
דאס איז נאר ביז צו די ענדע פון נביאים. פאר דעם האט ער דאך געברענגט פרוף. די תורה רעדט פון דעם גאנץ קלאר, אין דער וואכעדיגע סדרה.

גלויבן אין א צדיק, פאלגן זיין באפוילן, און נאכגייען זיין וועג, איז נישט קיין חיוב. עס קען זיין א גוטע זאך, אבער קיין חיוב האסטו נישט.
 
יא יא, אזוי הייבט זיך עס ח"ו אהן.
אויב ס'ענדיגט זיך ביי נביאים, דארף מען נישט פאלגן ר' יוסף קארו אין זיין שולחן ערוך א.א.וו.

און כאילו דאס אז ס'שטייט און תנ"ך אז ס'איז דעמאלס געווען פּרוף, וועט זיין פּרוף פאר איינער וואס טראכט נישט אפּלאגעטיש.

די איינציגסטע וועג צו ווערן געראטעוועט פונעם שרעקליכן גהינום פייער איז צו גלייבן אז מ'פארשטייט נישט.
 
דעם פראבלעם גייט ארויף ביזן שורש פון רעליגע.

דו גייסט מיך זאגן וואס גאט האט דיך געזאגט בנוגע מיך. (איי, זאל ער קומען צו מיר אין חלום. נעה, ביסט נישט קיין בעל רוה"ק, נביא, וכדו'.)

אנשטאט פון פּרוף שווארץ אויף ווייס אז דו ביסט א בעל רוה"ק, און אלעס וואס דו זאגסט קומט פון גאט. וועלך נאר זעהן די פארקערטע, אז דו מאכסט טעותים, וואס דו זאגסט געשעהט נישט. און אמאל אז דו האסט מדות וואס זענען ווייניגער אויסגעארבעט ווי מיך. (כ'האב זיך געדרייט ביי א נארסיסטישע 'בעל רוה"ק')

האסט נאך די חוצפא צו זאגן אז ביסט יא א מענטש, און דו מאכסט גראבע טעותים, און כ'דארף דיך נאכאלס פאלגן ווייל גאט רעדט ארויס פון דיר?!

אלא מאי אונז פארשטייען נישט און מ'קען נישט פארשטיין.
אונז דארפן גלייבן אז ביסט א צדיק (וואטעווער דעס מיינט)
אונז דארפן גלייבן אז גאט זאגט דיך וואס אונז זאלן טוהן.
אונז דארפן גלייבן אז אונז פארשטייען נישט.

נאר אזוי קען זיך די אמונה האלטן
הדא דאמרינן איך בין א נאר און איך גלייב
 
אויב ס'ענדיגט זיך ביי נביאים, דארף מען נישט פאלגן ר' יוסף קארו אין זיין שולחן ערוך א.א.וו.
אוודאי פאלגט מען נישט ר' יוסף קארו. ווער האט אמאל געטראכט אז מ'פאלגט אים יא?
מ'דארף לערנן און פסקנ'ן. טאמער איינער קען עכט ארויס קומן מיט א פסק נישט ווי דער בית יוסף, גוד פאר הים.

למעשה, קען קיינער דאס נישט באווייזן.

אבער מיט רוה"ק האט עס נישט.

ווער האט דיר איינגערעדט אז עס האט מיט מיסטישע כוחות?
 
למעשה, קען קיינער דאס נישט באווייזן.
ווער איז דער שופט וואס איז דאס מבחין?!
שכל?! ניין.
נאר ווייל אונז גלייבן אז אונז זענען נישט אזוי גרויס ווי איהם רוחניות'דיג. זיינע ווערטער זענען ברוה"ק און אונזער ווערטער נישט.

אונז אלע קומען צוריק צום זעלבן נקודה "אונז גלייבן אז מיר פארשטייען נישט"
--

(איך וועל זיך נישט לאזן פון די אויפגעקלערטע @אלטע שרייבער😂😍)
 
Back
Top