מיסטעריעזע קמיעות

חלק א'

דורך הרב פנחס אליעזר הלוי דונער (איבערגעטייטשט פון דא)

די אטמאספער אין צימער איז געווען ערנסט און אנגעשטרענגט. דער עלטערער רב איז געליגן אויף א וואקלדיגער בעט, ארומגענומען מיט משפחה און א האנדפול נאנטע פריינט, זיין אטעם שווער, זיין איינגעקנייטשטער פנים איינגעפאלען און בלאס. דאס איז נישט געווען סתם א עלטערער רב; דאס איז געווען איינער פון אייראפע'ס מערסט איינפלוסרייכע רבנים, רבי יעקב עמדין, און דאס זענען געווען זיינע לעצטע מאמענטן. ביי אכט און אכציג יאר האט ער דערגרייכט א זיידענע עלטער. ער האט איבערגעלעבט צוויי פון זיינע דריי ווייבער, און די מערהייט פון זיינע צוואנציג קינדער. אמאל א רייכער און מוצלח'דיגער געשעפטסמאן, האבן זיינע גליקן זיך איבערגעדרייט און נאר א יאר פריער איז ער געצווינגען געווארן צו זוכן הילף פון קהל'ס קאסע. זיין געזונט איז געווען אין א ירידה פאר א לאנגע צייט, און דער פארלוסט פון זיין זעה קראפט האט אין ענדע אים געברענגט צו גאנצער בלינדקייט, וואס האט אים צוגענומען זיין איינציגע פארבליבענע הנאה – ליינען און לערנען די פילע ספרים אין זיין פריוואטער ביבליאטעק.

עס איז געווען ל' ניסן ה'תקל"ו (April 19 1776). פאר מער ווי א פערטל יארהונדערט איז אלע פון ר' יעקב עמדין'ס ענערגיע געווען געווידמעט און געגעבן צו נאר איין זאך – זיכער מאכן אז יעדער ג-ט פארכטיגער איד זאל וויסן דעם פאקט אז דער הויפט רב פון האמבורג און געערטער רבני'שער פירער, רבי יונתן אייבשיץ, איז נישט דער פרומער איד וואס ער האט זיך ארויסגעגעבן צו זיין, נאר איז טאקע א געהיימער גלויבער אין דעם פאלשן משיח, שבתי צבי, און אז ער האט כיטעריש אריינגעברענגט שבתאית'דיגע כפירה אין דער הויפטשטראם פון אידישקייט.

ר' יונתן אייבשיץ האט שוין נישט געלעבט פאר צוועלף יאר. אבער זיין פטירה האט נישט אפגעהאלטן ר' יעקב'ס קאמפיין. אין פאקט, עס האט אויסגעזען אז עס האט נאר פארגרעסערט זיין מערכה. ר' יעקב איז געווען פעסט באשלאסן אז דער מענטש וואס ער האט באטראכט אלס דער מוסטער פון שלעכטס וועט קיינמאל נישט ווערן פארהייליגט אדער ארויפגעקוקט. אפילו ווען ר' יונתן איז באערדיגט געווארן צוועלף יאר פריער האט ר' יעקב געגעבן א 'הספד' אין וועלכן ער האט אים באשולדיגט אין אפנויגן פון די תורה און ערגער, און האט ערשטוינט זיין עולם מיט דער שטארקייט פון זיינע פארדאמונגען. אבער יעצט, ווען די קליינע גרופע קרובים און פריינט זענען געשטאנען שטיל, באטראכטנדיג דעם עלטערן רב ווי זיין לעבן איז אויסגעלאפן, איז די לעצטע זאך אויף זייערע מחשבות געווען ר' יונתן אייבשיץ. אלעס וואס זיי האבן זיך געקימערט איז געווען דער באלדיגע לעצטע אטעם פון דעם ריז פון אידישער פירערשאפט, וואס איז געווען אין צענטער פון אייראפע'ישער אידישער לעבן פאר מער ווי פופציג יאר. דער ביטערער מחלוקת צווישן אים און זיין ארכי-פיינט איז געווען זייער ווייט אין יענעם מאמענט און אויב איינער אין צימער האט געגעבן א מחשבה דערויף, וואלט עס נאר געווען צו באטראכטן דעם פאקט אז דער קאנפליקט קומט ענדליך צו א סוף.

די מצבה פון ר' יונתן אייבשיץ אין המבורג. ער איז געווען דער הויפּט רב פון דער טריפל-קהילה המבורג-אלטונא-וואנזבעק, פון תקי ביז זיין פּטירה אין תקכו

די מצבה פון ר' יונתן אייבשיץ אין המבורג. ער איז געווען דער הויפּט רב פון דער "טריפל-קהילה" המבורג-אלטונא-וואנזבעק, פון תק"י ביז זיין פּטירה אין תקכ"ו

פלוצלינג, אומגעראכטן, האט ר' יעקב געעפנט זיינע בלינדע אויגן. ער האט געכאפט די האנט פון דעם מענטש וואס איז געווען נאנט צו אים, א מיטגליד פון דער חברא קדישא ביי זיין בעט, און אנגעהויבן צו רעדן אין א נידעריגע שטימע. עס האט אויסגעזען ווי ער גריסט איינעם; א לאנג פארלוירענער קרוב אדער פריינט. זיין שטימע איז געווען כמעט נישט צו הערן, און דער מענטש וועמענ'ס האנט ער האט געכאפט האט זיך צוגעבויגן צו אים, פרובירנדיג צו פארשטיין וואס ער זאגט. ער האט געשטעלט זיין אויער נעבן ר' יעקב'ס מויל און געהערט מיט אכטונג, דאן האט ער געכאפט א טיף אטעם און איז געווארן בלאס.

"וואס זאגט ער? וואס זאגט ער?"

דער יונגערמאן האט נישט געקענט ענטפערן. ער האט זיך ווידער צוגעבויגן און געהערט נאכאמאל, און דאן האט ער געשאקלט זיין קאפ אין פארוואונדערונג.

"דער רב זאגט איבער און איבער, 'ברוך הבא, מיין טאטע; ברוך הבא, רבי יונתן', דאס זאגט ער!" עס איז געווען א שארפער אטעם פון יעדן אין דעם פארנומענעם צימער. וואס קען דאס מיינען? ווי איז עס מעגליך אז אין זיינע לעצטע מאמענטן האט ר' יעקב דערמאנט זיין באליבטן טאטן אין דער זעלבער אטעם ווי דעם נאמען פון זיין געהאסטער פיינט? וואס האט ער געמיינט מיט "ברוך הבא", א אויסדרוק וואס ווערט געווענליך געזאגט אלס א באגריסונג? די משפחה האט שטיל גערעדט צווישן זיך, פרובירנדיג צו געפינען א הסבר פאר וואס איז פארגעגאנגען. איינער פון זיי האט פארגעשלאגן זיי זאלן פרעגן ר' יעקב, אבער ער איז ווידער שטיל געווארן, און האט צוגעמאכט זיינע אויגן. זיין אטעם האט זיך אנגעהויבן צו פארלאנגזאמען, און אין א פאר מינוטן איז ער אוועק. די חברא קדישא האט אויסגעליידיגט דעם צימער, און – לויט דער מסורה – האבן זיי אויפגעהויבן דעם רב'ס שוואכע גוף פון דער בעט און געלייגט אויף דער ערד.

ביי דער משפחה האט מען אנגעהויבן דיסקוסירן די לוויה און קבורה פלענער מיט קהילה באאמטע. עס איז געווען קלאר אז ר' יעקב וועט ווערן באערדיגט אין דער מערסט אנגעזעהנער טייל פון בית עולם, וואו נאר קהילה פירער און אנגעזעהנע רבנים ווערן באערדיגט. נאך אלעם, חוץ פון זיין איינע פון אייראפע'ס הויפט רבנים, ער האט געוואוינט אין האמבורג פאר די מערהייט פון זיין לעבן, און זיין טאטע, חכם צבי אשכנזי, האט געדינט אלס הויפט רב. קיינער וואלט נישט געוואגט אים צו אפזאגן זיין רעכטפארטיגע פלאץ אין בית עולם.

אבער די קהילה רעפרעזענטאטן האבן זיך געדרייט פון פוס צו פוס, קוקנדיג אראפ אויף דער ערד. עס איז געווען א פראבלעם. א גרויסער פראבלעם. ווער וועט ברענגען די נייעס צו דער משפחה? דער איינציגער קבר פארהאן אין בית עולם איז געווען א פאר פיס אוועק פון וואו ר' יונתן איז באערדיגט, און אויף דער זעלבער רייע. עס איז נישט געווען קיין וועג אז די משפחה וועט מסכים זיין אז ר' יעקב זאל דארט באערדיגט ווערן, און אויך נישט די האמבורג קהילה פירערשאפט, וועמענ'ס געטריישאפט צו ר' יונתן איז געווען אבסאלוט איבער די יארן, וועלן מסכים זיין צו זען דעם מענטש וואס האט גורם געווען אזויפיל צרות באערדיגט נאנט צו דעם ציל פון זיין אומבויגזאמע מלחמה. איינער פון די קהילה רעפרעזענטאטן האט געבראכן די נייעס צו דער משפחה. עס איז געווען טויט שטיל. מען האט געקענט הערן א נאדל פאלן. דער הויפט פון דער חברא קדישא האט זיך אויפגעשטעלט. ער האט געוואלט פארשלאגן א לייזונג.

"איך הער אז ר' יחזקאל לאנדא, דער הויפט רב פון פראג, איז אין שטאט, פסק'נדיג א דין תורה. אפשר לאמיר אים פרעגן צו פסקענען צי ר' יעקב קען ווערן באערדיגט נאנט צו ר' יונתן. ער ווייסט זייער גוט די געשיכטע צווישן זיי. פאר מיין חלק, קען איך רעדן אין דער קהילה'ס נאמען. מיר וועלן פאלגן דעם רב פון פראג'ס אנווייזונגען – אזוי לאנג ווי די משפחה איז אויך מסכים צו טון אזוי."

די משפחה מיטגלידער האבן זיך אנגעקוקט און געגעבן זייער הסכמה. וואס פאר א ברירה האבן זיי געהאט? יעדער מינוט וואס זיי האבן פארשפעטיגט די לוויה איז געווען א חוסר כבוד צו ר' יעקב. א באגעגעניש איז געשווינד אויפגעשטעלט געווארן מיט רב לאנדא. זיין באציאונג מיט ביידע ר' יעקב און ר' יונתן איז געווען אנגעשטרענגט און שווער איבער די יארן, וואס האט לכל הפחות געמיינט אז ביידע זייטן וועלן באטראכטן זיין פסק אלס אביעקטיוו. אן עלטערער מיטגליד פון דער עמדין משפחה און א רעפרעזענטאנט פון דער חברא קדישא זענען אריינגעפירט געווארן אין רב לאנדא'ס צימער, און ער האט אויסגעהערט מיט ערענסטקייט ווי זיי האבן מסביר געווען דעם פראבלעם. ער האט געטראַכט פאר א מאמענט, און געפרעגט ווי אזוי ר' יעקב האט גערעדט וועגן ר' יונתן איבער די לעצטע מאנאטן פון זיין לעבן. איז געווען א ענדערונג אין שטעלונג? האט ער אפגעווייכט זיין שטעלונג? נישט ממש, האט דער משפחה מיטגליד געענטפערט – זיין שארפע קריטיק איז געווען אומאויפהערליך. חוץ, האט ער צוגעלייגט, אין די מאמענטן גלייך פאר ער איז געשטארבן, און ער האט דערציילט דעם מאָדנע אינצידענט וואס האט פאסירט בלויז מינוטן פאר ר' יעקב האט געצויגן זיין לעצטע אטעם.

רב לאנדא האט געשמייכעלט. "איך מיין מיר קענען מעלדן די לוויה," האט ער געזאגט, "און עס איז גאנץ גוט אז ר' יעקב'ס לעצטע רוה פלאץ זאל זיין אזוי נאנט צו ר' יונתן. קלאר, ווען זיין נשמה איז ארויס פון דעם וועלט, האט ר' יעקב ענדליך זיך פארגליכן מיט ר' יונתן, און קיינער אנדערש ווי דער גרויסער חכם צבי איז געווען דארט עס צו זען. ברוך דיין האמת!"

און מיט דעם האט די ערגסטע רבני'שע מחלוקת אין דער מאדערנער אידישער געשיכטע אויסגעזען צו האבן דערגרייכט איר נאטורליכן אויספיר. א קאנפליקט וואס האט אריינגעצויגן מערערע קהילות, קאליע געמאכט קאריערעס, צושיידט משפחות, אריינגעצויגן די גוי'שע אויטאריטעטן פון מער ווי איין לאנד, און חרוב געמאכט לעבנס, האט אויסגעזען – ענדליך – צו זיין ביי אן ענדע. מיט דער טויט פון דער צווייטער פון די צוויי הויפט פערזענלעכקייטן וועמענ'ס נעמען זענען געווען סינאנים מיט דעם לאנגן קאמף, אויף וואס פאר א מעגליכע יסודות וואלט עס ווייטער אנגעגאנגען?​

r-yaakov-emden_s-tombstone-in-hamburg-cemetery-he-died-in-1776-twelve-years-after-r-yonason-ey...jpg

ר' יעקב עמדין'ס מצבה אין האמבורגער בית עולם, ער איז אוועק תקל"ו צוועלף יאָר נאָך ר' יונתן אייבשיץ

אבער אויב איינער וואלט געכאפט א טיפן אטעם פון ריליעף ווען זיי האבן באערדיגט ר' יעקב עמדין אויף יענעם פרילינג טאג אין האמבורג, וואלטן זיי געמאכט א טעות צו טון אזוי. די שורש פון דער מחלוקת, די צוויי הויפט קעמפער, דער השפעה פון דער מחלוקת אויפן אידיש לעבן און אויף דער אנטוויקלונג פון אידישקייט, האט פאסצינירט און צוטיילט געלערנטע און רבנים פון יעדער נאכפאלגנדע דור, ווי אויך געכאפט ליבהאבער פון אידישער געשיכטע, און עס האלט אן ביז היינט.

ווי אזוי האט אלעס זיך אנגעהויבן?

אין ה'תכ"ו (1666), דער געמאכטער משיח, שבתי צבי, האט זיך מגייר געווען צו איסלאם. זיין גיור איז געווען גענוג פאר די מערהייט פון דער אידישער וועלט צו פארשטיין אז ער איז געווען א שווינדלער. די גרויסע מערהייט פון די וואס האבן עפנטליך דערקלערט זייער געטריישאפט צו אים האבן מיט בושה מודה געווען זייער נארישקייט און זיך צוריקגעקערט צו נארמאטיווער אידישקייט, פארוואונדעט און קלוגער. אבער עס איז געווען א באדייטנדע גרופע וואס האט זיך פשוט אפגעזאגט צו אננעמען אז זיין אפיקורסות האט אפגעווארפן זיין משיח'ישע אידענטיטעט. זיי זענען געווען צו עמאציאנאל און רעליגיעז אינוועסטירט אין שבתי צבי, און זענען געבליבן שטארק געטריי צו אים. נתן "דער נביא" פון עזה, שבתי צבי'ס הויפט פובליציסט, האט ארויסגעברענגט פארדרייטע קבלה'דיגע קאנצעפטן צו פארענטפערן זיין העלד'ס גיור, און צו ראציאנאליזירן זיין דורכפאל צו פארווירקליכן די משיח'ישע שליחות.

אין ה'תל"ו (1676) איז שבתי צבי געשטארבן אין א פארנעפלטקייט, נישט קיינמאל האבנדיג צוריקגעצויגן. די נאכפאלגער האבן באטראכט אפילו זיין טויט אלס א צייטווייליגע צוריקשטויס, און עס זענען געווען אידן אין יעדער קהילה וואס האבן ווייטער געהיימערהייט געגלייבט אז ער איז דער אמת'ער משיח. נאך מער, עס איז געווען זייער אנטשלאסענע מיינונג אז זיי דארפן אריינברענגען פארדרייטע קבלה'דיגע געדאנקען אין דער הויפטשטראם פון אידישקייט כדי די דורכגעפאלענע משיח'ישע שליחות זאל קענען ווערן פארווירקליכט. ס'איז געווען א חידוש, אז כאָטש שבתאים – ווי זיי זענען געווארן באקאנט – זענען געווען א מינאריטעט גרופע, האבן זייערע נומערן אריינגערעכנט פילע רבנים און אנגעזעהנע פירער, און זיי זענען געווען כמעט אוממעגליך צו דערקענען, זיך אויפפירנדיג אין יעדער וועג ווי פולשטענדיגע פרומע אידן, אומאנזעהבאר פון קיין אנדערן איד. צייט נאך צייט אין די יארצענדלינגען נאך שבתי צבי'ס טויט, זענען באהאלטענע שבתאים אקטיוויסטן אנטפלעקט און פארטריבן געווארן פון זייערע קהילות. אויסזעהענדיגע ווי געווענליכע און געטרייע אידן, זענען געפאלן אונטער דעם השפעה פון א שבתאי'שער פראפאגאנדיסט אבער האבן ווייטער אויסערליך זיך אויפגעפירט געהעריג נארמאל.

איין באזונדער באקאנטער פראפאגאנדיסט איז געווען א ראפינירטער בוסניא-געבוירענער שווינדלער אנגערופן נחמיה חייא חיון, וואס האט געוואנדערט פון קהילה צו קהילה אין די פריע יארן פון דעם אכצנטן יארהונדערט. א תלמיד חכם וואס איז אויך געווען א באגאבטער לערער און שרייבער, ער האט מחבר געווען א צאל ספרים וואס האבן געמישט שבתאי'שע כפירות מיט געווענליכע תורה פארטייטשונגען. אין ה'תע"א (1711) איז ער אנגעקומען אין פראג, וואו ער האט זיך אריינגעדרייט אין דעם קרייז פון דעם לאקאלן קבלה'דיגן רב, ר' נפתלי כץ, דער געעהרטער מחבר פון סמיכות חכמים, א ברייט באוואונדערטער ספר אויף משניות. רב כץ איז געווען זייער באנומען פון חיון און האט מסכים געווען צו שרייבן א הסכמה בריוו פאר זיין נייעם ספר. אזוי האט אויך דער לאקאלער הויפט רב, ר' דוד אופנהיים. אין בערלין, האט חיון באקומען די הסכמה פון דעם הויפט רב, ר' אהרן בנימין וואלף. מיט די הסכמות אין האנט איז ער אנגעקומען אין אמסטערדאם אין ה'תע"ג (1713), וואו ער האט געבעטן רשות פון די פירער פון דער אנגעזעהנע ספרד'ישער קהילה צו פארקויפן זיינע ספרים. דער רב, ר' שלמה איילון, איז נישט געווען באטראכט אלס א וועלטס תלמיד חכם, אזוי אז די קהילה פירער האבן אריינגעגעבן חיון'ס ספר צו דעם רב פון דער דייטשישער קהילה, חכם צבי אשכנזי, וואס איז געווען ברייט אנערקענט און רעספעקטירט, און געבעטן פאר זיין מיינונג.​

chacham-tzvi-ashkenazi-revered-father-of-r-yaakov-emden-who-was-involved-in-a-bitter-campaign-...jpg

חכם צבי אשכנזי, דער געערטער פאטער פון ר' יעקב עמדין, וועלכער איז געווען פארמישט אין א ביטערער קאמפיין קעגן דעם שבתאי נחמיה חיון אין די יונגע יארן פון זיין זון

חכם צבי האט אדורך געקוקט דעם ספר מיט זיין פריינט און קאלעגע, ר' משה חגיז פון ירושלים, וואס האט אויך געוואוינט אין אמסטערדאם. זיי ביידע זענען שנעל געקומען צו דער קלארער מסקנא אז חיון איז געווען א געהיימער שבתאי וואס האט זיך אויסגעגעבן אלס א נארמאטיווער פרומע איד. חכם צבי האט געמאלדן די אינפארמאציע צוריק צו דער ספרד'ישער קאמיטע, און זיי געווארנט אז חיון שטעלט א גרויסע סכנה פאר דער אמסטערדאם קהילה. פאר פארשידענע סיבות, בעיקר נישט פארבונדן צו חיון זעלבסט, האט דער ענין זיך פארוואנדלט אין א מיאוסע קהילה'דיגע קאמף, מיט חכם צבי און רב חגיז אויף איין זייט, און די ספרד'ישע קהילה אויף דער אנדערער. פויסט-קעמפן האבן אויסגעבראכן צווישן די שטיצער פון ביידע לאגערן, און חכם צבי איז צום סוף געלייגט געווארן אין הויז-ארעסט דורך די גוי'שע אויטאריטעטן, מעגליך פאר זיין אייגענע שוץ. חיון, באמוטיגט דורך די שטיצע וואס ער האט באקומען פון רב איילון – וואס איז זעלבסט געווען נחשד אין שבתאות – האט ארויסגעגעבן א צאל ביטערע אטאקעס קעגן חכם צבי און רב חגיז, און אקטיוו אנגעברענגט פיינטשאפט קעגן זיינע קעגנערס.

מיט דער מצב ארויס פון קאנטראל, איז חכם צבי אנטלאפן פון האלאנד צו ענגלאנד אין פריע ה'תע"ד (1714), און קיינמאל נישט צוריקגעקומען. ער איז אנגעבאטען געווארן דעם פאזיציע פון הויפט רב אין לאנדאן, אבער ער האט אפגעזאגט, און איז צוריקגעקומען צו צענטראל אייראפע, וואו ער איז אין ענדע אנגעבאטען געווארן דעם רבנות פון לעמבערג (לבוב) אין ה'תע"ז (1717). ער איז געשטארבן אין ה'תע"ח (1718), אינעם עלטער פון 58 יאר.

במשך דער גאנצער תקופה פון דער חיון מעשה, איז חכם צבי'ס משפחה, און בפרט זיין יונגער זון יעקב, געווען אין דער אויג פון א שטורעם. יעקב איז געווען בלויז 15 יאר אלט אין יענער צייט – אן אבזערווירנדער איגענטליכער – און די מצב איז געווען א אויג-עפענער פאר אים אויף מערערע פראנטן. ער האט געזען ווי זיין אומשולדיגער און געערטער טאטע איז אריינגעצויגן געווארן אין די שמוציגע פאליטיק וואס איז ארויסגעברענגט געווארן דורך דער מחלוקת, און ווי ער איז געצילט געווארן פאר זיינע ערליך געהאלטענע מיינונגען און זיין אומבאוועגליכער ערליכקייט. דערצו איז ער געווען אויסגעשטעלט צו דער עקשנות פון שבתאי'שער אקטיוויזם, און צו די ביטערע טאַקטיקן וואס שבתאים זענען געווען גרייט צו נוצן צו באקומען א פוס אין אידישע ענינים, וואס אין חכם צבי'ס פאל האט געברענגט צו דער פארלוסט פון זיין רבנות פאזיציע און איז געווען אויסגעשטעלט צו אומגלויבליכע פארפאלגונג פון די שטיצער פון חיון. עס איז געווען א לעקציע וואס דער יונגער יעקב האט קלאר קיינמאל נישט פארגעסן.​

pic4.jpg

די שער בלאט פון 'ספר הצד צבי' (אמסטערדאם, ה'תע"ד), דער ביטערער אטאקע קעגן חכם צבי אשכנזי דורך דעם שבתאי פובליציסט און שווינדלער, נחמיה חיון. די קאָנטראָווערסיע אנגעברעגנט ביי חיון האָט איבערגעלאָזט אַ שטאַרקע רושם אויף חכם צבי'ס עלטסטן זון, ר' יעקב עמדין. די ספר, און פילע אנדערע וואָס האָבן צו טאָן מיט דעם ענין, קען מען געפונען אין די בוך-זאַמלונג פון רב דונער.

קורץ נאך חכם צבי'ס אנטלויפן פון אמסטערדאם, האבן די קהילה פירער געבעטן חיון צו פארלאזן די שטאט כדי די מחלוקת זאל זיך זעצן. ווען ער איז געפארן דורך אייראפע, האט חיון אנטדעקט אז כאָטש זיינע קעגנערס האבן נישט געקענט איבערווייזן דעם רב און די פירערשאפט פון דער אמסטערדאם קהילה, האט אבער זיין ברייט פובליצירטע פארבינדונג מיט שבתאות געברענגט צו א אלגעמיינע אפשיי צו אים. וואו ער איז נאר געגאנגען האט ער געפונען פארמאכטע טירן. ער איז געפארן צו צפת, אין ארץ ישראל אונטער אטאמאנישער הערשאפט, און געעפנט א שבתאי'שער 'ישיבה'. ווען די פרואוו איז דורכגעפאלן איז ער געפארן צו קאנסטאנטינאפול וואו ער האט פארצווייפלדיג פרובירט זיך צוריקשטעלן. אין ה'תפ"ה (1725) איז ער ווידער אויפגעשטאנען אין מערב אייראפע טענה'נדיג אז די רבנים אין טערקיי האבן אים צוריק אריינגענומען אין דער קהילה, אבער וואו ער איז נאר געגאנגען האט מען אים אפגעזאגט. אפילו זיין פריערדיגער שטיצער אין אמסטערדאם, רב איילון, האט אים אפגעזאגט צו טרעפן. אין וויען איז ער געצווינגען געווארן צו בלייבן אין א פארמאכטע געגנט רעזערווירט פאר טערקישע מוסולמענער. אין גלוגאו און בערלין האט ער נישט געפונען קיין מקום מקלט, אזוי אז אין האנאווער האט ער פרובירט צו באהאלטן זיין אידענטיטעט. אבער ער איז דערקענט געווארן און שנעל פארטריבן. ער האט געמאכט זיין וועג צו פראג, אבער דארט אויך האט מען אים נישט געלאזט אריינגיין אין שטאט. באלד דערנאך איז ער פארשוואונדן פון דער מאפע, און איז באריכטעט געווארן צו האבן געשטארבן אין ה'ת"צ (1730).

חיון'ס לעצטע דורכגעפאלענע פרואוו צו באקומען בארימטקייט איז געווען זייער באדייטנד אין דער עמדין-אייבשיץ קאמף 25 יאר שפעטער, ווייל נישט נאר איז עס געקומען מיט א נייע און נאך מער ביטערע קאמף קעגן די שבתאים ווי די פון ה'תע"ג און ה'תע"ד (1713-14), נאר עס האט אויך ארויסגעברענגט באווייז פון א פארבינדונג צווישן אים און א בריליאנטער תלמוד'ישער געלערנטער און אויפשטייגנדע רבנישע שטערן – א יונגערמאן וואס האט געוואוינט אין פראג אנגערופן יונתן אייבשיץ. לויט ר' משה חגיז, חכם צבי'ס פריערדיגער מיט-קאמפיינער אין אמסטערדאם, קורץ פאר חיון איז ארויסגעווארפן געווארן פון האנאווער אין ה'תפ"ו (1726), האבן קהילה באאמטע דורכגעזוכט זיינע חפצים און געפונען קארעספאנדענץ וואס זענען געווען "שבתאי'שער אין נאטור, אריינגערעכנט בריוו פון יונתן אייבשיץ." ווען חיון איז אנגעקומען אין פראג קורץ דערנאך, אויף דעם לעצטן שטאפל פון זיין אומבאקאנטע לעצטע נסיעה, איז קיין איד נישט געווען גרייט אים צו ארייננעמען אדער שפייזן, אויסער די ווייב און טאכטער פון ר' יונתן, וואס האבן אים געברענגט עסן און אויפגעהאלטן ביז ער איז אוועק.

כדי צו פארשטיין די ווייטקייט פון דעם אומווארשיינליכן פארבינדונג, איז נישט נאר וויכטיג צו וויסן אז נחמיה חיון איז געווען א פארדרייטער שווינדלער, עס איז אויך וויכטיג צו פארשטיין ווי אנגעזעהן און מעינסטריעם ר' יונתן איז געווען. דער זון פון דעם רב פון אייבשיץ (איוואנשיץ, מאראביע), ער איז געווען דער שטערן תלמיד פון ר' מאיר אייזנשטאט פון פראסניץ, מחבר פון פנים מאירות, וואס איז געווען בלי ספק דער מערסט איינפלוסרייכער תלמוד'ישער לערער פון זיין דור. ר' יונתן האט איבערגעשיינט אלע זיינע חברים, און אין ה'תע"ה (1715), אין עלטער פון 25, האט ער זיך געצויגן קיין פראג און שנעל באקומען בארימטקייט אלס א אויסגערופענער רעדנער און א ענערגעטישער קהילה אקטיוויסט. ער האט זיך פארנומען מיט לאקאלע קריסטליכע פירער, און במשך די פילע אפוועזנהייטן פון פראג'ס הויפט רב, ר' דוד אופנהיים – וואס איז אפט אוועק גערופן געווארן צו זארגן פאר זיינע ריזיגע געשעפטן – האט אים ר' יונתן פארטרעטן. עס איז געווען באדייטנע רייבונגען צווישן דעם עלטערן און יונגערן רב, אבער ר' יונתן האט געהאט א ציענדע פערזענליכקייט וואס האט אים געווינען פילע אליאירטע, און אים ערמעגליכט צו שטיין קעגן דעם עלטערן רב'ס פיינטשאפט.

מען קען נישט איבערשאצן ר' יונתן'ס מעלות. זיין אינטעלעקט איז געווען אומפארגלייכבאר, ער איז געווען כאריזמאטיש, אויסערגעוויינליך ווארעם, א באגאבטער קאמוניקירער, באהאוונט אין יעדער אספעקט פון תורה וויסנשאפט, אן אויסערגעווענליך גוטע אויסזעהן, און באזיצט אן אומאויסשעפבארע ענערגיע. אויסער ר' יעקב עמדין, וואלט קיינער קיינמאל נישט געקווענקלט אין זיינע רבנישע מעלות, אדער געשטעלט א ספק אויף זיינע קוואליפיקאציעס אלס א לערער און געלערנטער. אויב עפעס, איז געווען די שטארקע קרעדענשעלס וואס האבן ארויסגעברענגט די ברייטע וואונדער ווען שמועות האבן אנגעהויבן ארויסקומען אין ה'תפ"ה (1725) – לאנג פאר דער פולמוס מיט ר' יעקב עמדין – אז ר' יונתן איז געווען א פירנדע באהאלטענע שבתאי, פארנומען אין די מערסט פארדארבענע פרואוון צו אריינברענגען שבתאי'שע גלויבונגען אין דער אידישער הויפטשטראם.

אין פריע זומער פון ה'תפ"ה (1725) איז א וואנדערדיגע מגיד אנגערופן משה מאיר פון זאלקיעוו אנגעקומען אין פראנקפורט וואו ער איז געפאלן אונטער חשד צוזיין א באהאלטענע שבתאי. ווען ער האט גע'דרש'נט אין א לאקאלע שולע, האבן א גרופע רבנים דורכגעפירט אן איבערפאל אין זיין צימער און אנטדעקט א כתב יד אין זיין באגאזש וואס האט אנגעהויבן מיטן פסוק פון בראשית (כד:מב): 'ואבוא היום אל העין'. דער מאנוסקריפט האט אנטהאלטן א דעטאלירטע כפירה'דיגע קבלה'דיגע באשרייבונג פון ג-ט וואס האט סיי אפגעווארפן זיין איינציגקייט און זאגט אז זיין מאכט איז פארקלענערט געווארן. די אויספארשנדע רבנים אין פראנקפורט זענען געווען באזארגט. אזעלכע געדאנקען זענען געווען גענצליך און קעגנזאץ צו אידישקייט. זיי האבן געפונען משה מאיר און אים שטארק אויסגעפרעגט צו דערגיין ווער דער מחבר פון דעם פארקומטן מאטעריאל איז געווען. אונטער אויסנאמליכער דרוק האט ער ענדליך אנטפלעקט אז ער האט באקומען דעם כתב יד פון נישט קיין צווייטער ווי ר' יונתן אייבשיץ פון פראג, וואס, ער האט טענה'ט, איז אויך דער מחבר.

די רבנים זענען געווען געפלעפט. יעדער האט געהערט פון ר' יונתן. ער איז געווען א באקאנטער פיגור, געשעצט ביי יעדן וואס האט אים אמאל באגעגנט. ווי איז עס מעגליך אז דער שיינענדיגער רבנישער ליכט, דער אויפשטייגנדע שטערן פון דער אייראפעישער רבנישער געמיינדע, קען האבן געשריבן, אדער אפילו געווען פארבונדן מיט, אזא מיאוס'ע און בייזע קאמפאזיציע? עס איז געווען גענצליך אומפארשטענדליך. די רבנים פון פראנקפורט האבן געפילט אז דאס איז א גרעסערע זאך ווי זיי קענען באהאנדלען, און האבן באשלאסן צו רופן די גרויסע קאנאנען. דער נעקסטער פאזע פון דער מלחמה קעגן שבתאי צבי'ס ירושה איז געווען אויף דער וועג.

אין דער צווייטער טייל וועלן מיר הערן פון די טומל וואס איז אנשטאנען דורך דער אנטדעקונג פון דעם 'ואבוא היום אל העין' כתב יד, און ווי דער אנטי-שבתאי'שער וועטעראן ר' משה חגיז האט געפירט די נייע קאמפף צו אויסרייסן שבתאות, צילנדיג ר' יונתן אייבשיץ און צענדליגער אנדערע וואס ער האט באשולדיגט אין כפירה און אנדערע שרעקליכע אקטיוויטעטן. מיר וועלן אויך זען ווי ר' יונתן האט רעאגירט צו די באשולדיגונגען און רב חגיז'ס קאמפיין, און ווי ער האט אזוי געקענט אראפווארפן פון זיך די באשולדיגונגען אז ער איז געווארן א עלטערער רבנישער פיגור אין פראג, און איז שפעטער אויפגענומען געווארן רב פון מעץ און האמבורג, צוויי פון אייראפע'ס מערסט אנגעזעהן קהילות. און צום סוף וועלן מיר אנטדעקן וואו רבי יעקב עמדין איז געווען און וויאזוי ער האט רעאגירט, ווען זיין צוקונפטיגער פיינט האט זיך געפונען אין דער צענטער פון דער ביטערער מלחמה קעגן באהאלטענע שבתאים.
 
חלק ג'

דורך הרב פנחס אליעזר הלוי דונער (איבערגעטייטשט פון דא)

די געשיכטע ביז יעצט: טראץ דעם וואס דער פאלשער משיח שבתי צבי האט זיך מגייר געווען צום איסלאם אין ה'תכ"ו (1666), און זיין טויט אין ה'תל"ו (1676), האבן געהיימע געזעלשאפטן פון שבתאים וואס האבן נאך אלץ געגלייבט אין זיין משיח'ישע שליחות, זיך געבליט אין קהילות איבער אייראפע. זיי זענען געבליבן אקטיוו ביז טיף אריין אין די אכצנטע יארהונדערט. אויפמערקזאמער רבנים האבן שווער געארבעט זיי צו אנטפלעקן, אין פחד אז זייערע פארקרומטע געדאנקען זאלן נישט אריינקומען אין דער אידישער הויפטשטראם. אין ה'תפ"ה-ו (1725-6), האט א באזארגטע באמיאונג צו אויסרייסן די שבתאים אנטדעקט א פארבינדונג צווישן שבתאים און א אויפשטייגנדן רבנישער פערזענליכקייט, ר' יונתן אייבשיץ פון פראג. ר' יונתן האט שטארק אפגעווארפן אלע פארבינדונגען צווישן אים און שבתאות און גלייך אונטערגעשריבן א שארפן פארבאט קעגן די באוועגונג און אירע נאכפאלגער. די מערהייט מענטשן האבן געגלייבט אז ער איז געווען א קרבן פון א טעות'דיגער חשד, און זיין שטערן איז ווייטער געשטיגן. ער איז געווארן דער ראש בית דין אין פראג, און אין התק"א (1741) איז ער געגאנגען קיין מעץ, וואו ער האט אנגענומען די שטעלע פון הויפט רב.

אין ה'תק"ט (1749) האט דער לאנג-שטייענדיגער הויפט רב פון די חשובע 'טריפל קהילה' פון אלטונא-האמבורג-וואנזבעק, ר' יחזקאל קאצנעלנבויגן, קראנק געווארן. עס איז געווען קלאר אז ער וועט נישט זיך ערהוילן. שפעקולאציעס איבער ווער וועט אים איבערנעמען זענען געווען אין פולן שוואונג, מיט אסאך האפענונג אז די קהילה פירערשאפט וועט איינלאדענען ר' יונתן אייבשיץ צו נעמען די שטעלע ווען זי וועט ווערן ליידיג. אויך אין די רייען איז געווען ר' יעקב עמדין, דער זון פון א פריערדיגער טריפל קהילה הויפט רב, חכם צבי אשכנזי. אביסל אינגער ווי ר' יונתן, ער איז אויך געווען א באקאנטער רבנישער פערזענליכקייט, און האט שוין געוואוינט אין אלטונא, וואו ער האט באקומען ערלויבעניש פון די קהילה פירערשאפט צו פירן זיין אייגענע פריוואטע שול. ר' יעקב'ס ערפארונג אין דער פראפעסיאנעלער רבנות איז געווען באגרעניצט צו א דריי-יאר שטעלע אין דער קליינער קהילה פון עמדין, אבער ער איז געווען העכסט אנערקענט אלס א מענטש פון ערליכקייט און טיפע געלערנטקייט, און אויך איינער וואס האט נישט מורא צו שטיין קעגן פארברעכער, וועלכער סאציאלער סטאטוס זיי זאלן נאר האבן.


מיטוואך, כ"ג תמוז ה'תק"ט (July 9, 1749), איז ר' יחזקאל קאצנעלנבויגן נפטר געווארן און איז באערדיגט געווארן אין א פאר שעה. עס איז שנעל ארויסגעקומען אז דער פארשטארבענער הויפט רב האט געבעטן אז די קהילה זאל באשטימען זיין זון, ר' דוד, אלס זיין איבערנעמער. אנדערע נעמען האבן אנגעהויבן ארויסקומען אלס קאנדידאטן פאר די געטרייע שטעלע, צווישן זיי ר' שמואל הילמאן, וואס האט שפעטער איבערגענומען די ליידיגע שטעלע פון ר' יונתן אין מעץ, און ר' אריה לייב פון אמסטערדאם, וואס איז געווען פארהייראט צו ר' יעקב עמדין'ס שוועסטער, אזוי אויך ר' יונתן אייבשיץ און אוודאי ר' יעקב. ר' יונתן איז זיכער געווען דער מערסט באקאנטער פון אלע קאנדידאטן. כמעט זעכציג יאר אלט, און מיט אן אומגלויבליכע רעפוטאציע אלס א גרויסער געלערנטער און עפנטליכער רעדנער, ער האט געהאט אסאך מעריצים אין די טריפל-קהילה זייט ער האט געוואוינט אין אלטונא מיט זיין ווייב'ס משפחה פאר צוויי יאר, צווישן ה'תע"ג (1713) און ה'תע"ה (1715). שמועות וועגן זיין אזוי גערופענע שבתאישע נייגונגען זענען אפגעווארפן געווארן אלס לשון הרע געשאפן דורך קנאה, אדער אלס טאקטישע פעולות דורך שטיצער פון די אנדערע קאנדידאטן. און בשעת עס איז געווען אמת אז די אנדערע קאנדידאטן, אריינגערעכנט ר' יעקב, זענען געווען פריי פון אלע פארבינדונגען מיט שבתאות, האט קיינער פון זיי זיך נישט געקענט פארגלייכן צו ר' יונתן'ס באקאנטקייט אדער אנערקענונג.

עס איז געווען א קליינע אבער שטארקע גרופע פון אינדיווידועלן אין די טריפל קהילה וואס האבן געהאלטן אז עס איז ביידע פאסיג און נויטיג צו באשטימען ר' יעקב אלס דער נייע הויפט רב. קודם כל, זיי האבן געהאלטן אז עס איז געווען א אומגעצאלטע 'חוב' פאר חכם צבי, וואס איז געצווינגען געווארן צו טיילן די הויפט רבנות שטעלע מיט אן אנדערן רב צוליב קהילה פאליטיק ביי דער צייט פון זיין באשטימונג. די דאפעלטע הויפט רב געדאנק האט זיך ארויסגעשטעלט אלס אומדערטרעגליך, און איז געווען דער הויפט פאקטאר וואס האט געברענגט צו חכם צבי'ס רעזיגנאציע און פארן קיין אמסטערדאם. די פרא-ר' יעקב גרופע האט געהאלטן אז עס איז נאר ריכטיג פאר חכם צבי'ס עלטסטער זון צו צוריקקריגן די שטעלע וואס זיין פאטער וואלט אים איבערגעלאזט אויב ער וואלט געבליבן אין די שטעלע ביז זיין טויט. נאך וויכטיגער, זיי האבן געזען ר' יעקב אלס דער סארט רב וואס וואלט אויפגעהויבן די סטאנדארטן פון אידישער אפהיטונג אין די טריפל קהילה. אין זייער מיינונג, איז ר' יחזקאל געווען צו גרינג-גייענדיג, טאלערירט נאכגעלאזנקייט, און פארמאכט די אויגן צו די אומפאסנדע אקציעס פון די רייכע. אויב ר' יעקב וואלט באשטימט געווארן, וואלט ער געווען א גאנץ אנדער סארט הויפט רב – דער סארט וואס וואלט פארזיכערט אז יעדע איבערטרעטונג פון הלכה וואלט באהאנדלט געווארן גלייך און פאסיג, ווער עס זאל נאר זיין דער פארברעכער.

pic-2.jpg

ר' יעקב עמדין'ס הויז ביי 155 Breitestrasse אין אלטונא, וואס ער האט געקויפט און איבערגעמאכט אין גרויסן אין ה'תצ"ח (1738). חוץ פון פאמיליע צימערן האט עס אנטהאלטן א פריוואטע שול און א דרוקעריי. די אילוסטראציע איז ארויס אין א דייטש-יידישע מאגאזין אין ה'תרפ"ח (1928). דאס הויז איז זינט דאן פארניכטעט געווארן, און די לאנד אויף וועלכע עס איז געשטאנען איז איצט דער פלאץ פון א אפארטמענט געביידע.

אבער די לייט פירער פון די טריפל קהילה זענען נישט געווען גרייט צו באשטימען ר' יעקב. בשעת זיי האבן געהאט רעספעקט פאר זיין געלערנטקייט און זענען געווען באוואוסט פון זיין טענה צו די שטעלע, האבן זיי געהאלטן אז זיין פאראכט פארן נפטר ר' יחזקאל – עפעס וואס האט א פאר מאל אויסגעבראכן אין די עפנטליכקייט – מאכט ר' יעקב אן אומפאסנדן איבערנעמער. אים צו באשטימען וואלט געוויזן א חסרון פון רעספעקט פארן רב וואס האט געפירט די קהילה פאר כמעט זעקס און דרייסיג יאר. נאך מער, די קהילה בארד האט געזען ר' יעקב אלס א הייסער קאפ אן קיין פאליטישע קלוגשאפט, וועמענס פירערשאפט פון די קהילה וואלט געברענגט צו א סך קאנפליקטן און פראבלעמען. דער אמת געזאָגט, ר' יעקב אליין איז נישט געווען גרייט צו נעמען די הויפט רב שטעלע, טראץ די דרוק פון זיינע באקאנטע. דאך, ער האט געהאלטן אז יעדער אנדערער רב וואס וועט נעמען די שטעלע וויסנדיג אז לויט די רעכט איז עס זיינס, וועט זיין שולדיג אין א גרויסע באליידיגונג און אן אומגערעכטיקייט קעגן אים און זיין פארשטארבענער געערטער פאטער.

נאך כמעט א יאר אן קיין באשלוס, ווען פארשידענע גרופעס אין דער קהילה האבן געקעמפט און פארשפרייט זייערע פארצוגענע קאנדידאטן, איז ענדליך, אויף ח' אייר ה'תק"י (מאי 14, 1750), די רבנישע אויסוואל קאמיטע געזעסן צו מאכן דעם גורלדיגן באשלוס. א שטימע איז גענומען געווארן און דער געווינער איז באשטימט געווארן. דער נייע הויפט רב פון די טריפל קהילה וועט זיין ר' יונתן אייבשיץ. א אפיציעלע בריוו איז געשיקט געווארן צו ר' יונתן, און ער האט צוריקגעשיקט א ווארט אז ער איז צופרידן צו אננעמען די שטעלע און ערווארטעט צו אנקומען אין די טריפל קהילה פאר ראש השנה. ער האט פארלאזט מעץ אזוי שנעל ווי ער האט געקענט און האט זיך לאנגזאם געמאכט זיין וועג, שטאט ביי שטאט, צו זיין נייעם היים.

איינס פון די שטעט איז געווען פראנקפורט דמיין, וואו ער איז געבליבן פאר א פאר וואכן. אין דער צייט גלייך פאר זיין אנקומען דארט, האבן עטליכע פרויען אין געבורט געשטארבן אדער פארלוירן זייערע קינדער ביים געבורט, אדער ביידע. פאר עטליכע יאר איז ר' יונתן געווען באקאנט פאר זיין עקספערטיז אלס א שרייבער פון קמיעות וואס מען האט געגלייבט אז זיי העלפן מענטשן אין אזעלכע סיטואציעס. בשעת ער איז געווען אין פראנקפורט, האט ער באקומען עטליכע ביטעס פאר אזעלכע קמיעות פון פרויען וואס זענען געווען אין געבורט. אין א צייט בעפאר פארלעסליכע מעדיצינישע באהאנדלונג, זענען אזעלכע בעטן נישט געווען אומגעווענטליך. מענטשן האבן אפט געזוכט קמיעות פון א עקספערט רב אלס א שוץ קעגן סכנה.

אבער די באנוץ פון קמיעות איז נישט געווען א פראקטיק וואס איז געווען אנגענומען ביי אלע. איינער פון די הויפט קאנסעקווענצן פון די שבתי צבי קאטאסטראפע איז געווען אז יעדע פארם פון קבלה'דיגע "האקוס-פאקוס" איז אויטאמאטיש געווארן אנגענומען מיט ספיקות. נאר רבנים מיט די העכסטע אנערקענונג האבן זיך געטרויעט זיך צו פארנעמען מיט פראקטישע קבלה'דיגע מיטלען, ווייל יעדער קלענערער רב איז געשטאנען אין א סכנה צו נחשד ווערן אין שבתאות. דער פאקט אז ר' יונתן איז געווען גרייט צו שרייבן און פארשפרייטן קמיעות האט געמיינט אז ער האט געגלייבט אז ער איז א רב וועמענס רעפוטאציע איז אזוי שטארק אז קיינער וועט אים קיינמאל נישט חושד זיין אין זיין א שבתאי, טראץ – אדער אפשר אלס א רעזולטאט פון – זיין ה'תפ"ה (1725) אינצידענט מיט די אנטי-שבתאיתישע פארפאלגער. ער איז געווען ברייט אנערקענט אלס א 'גדול הדור' – איינער פון די אויסגעקליבענע גרופע רבנים וואס זענען געווען באקאנט אלס די גרעסטע פון זייער דור. דערפאר, האט ער אנגענומען אז זיינע קבלה'דיגע קמיעות וועלן קיינמאל נישט זיין אונטער פראגע צייכן. ער האט זיך נישט געקענט האבן מער טועה געווען.

pic-3.jpg

איינער פון ר' יונתן אייבשיץ'ס קמיעות, ווי עס איז שפעטער איבערגעשריבן געווארן דורך ר' יעקב עמדין אין איינע פון זיינע פילע ספרים אויף די קאנטראָווערסיע. פאר פילע יארן האט ר' יונתן כסדר פארשפרייט קמיעות פאר פרויען אין געבורט און אנדערע וואס האבן געזוכט רוחניות'דיגן שוץ. ווען ער איז אנגעקומען אין די טריפל קהילה האט די פראקטיק ארויסגערופן א שטארקע קאנטראָווערסיע.

אפילו פאר ער האט פארלאזט פראנקפורט, זענען עטליכע פון ר' יונתן'ס קמיעות געעפנט און איבערגעקוקט געווארן דורך לאקאלע רבנים. זייער מסקנא איז געווען אז די קמיעות האבן אנטהאלטן שבתאי'ישע כפירות, און רעפערענצן צו שבתי צבי דורך באנוץ פון סודות'דיגע קבלה רמזים. אבער אנשטאט צו קאנפראנטירן ר' יונתן אין פראנקפורט, האבן די רבנישע אויספארשער אנשטאט געשיקט בריוו צו זייערע פריינט אין האמבורג און אלטונא צו ווארענען זיי אז זייער נייער הויפט רב איז נישט וואס ער שיינט צו זיין. כאָטש ער האט זיך געפירט אין גאנצן מיטן נארמאטיווער אידישקייט, איז ער, האבן זיי געשריבן, א באהאלטענע שבתאי וואס פארשפרייט שעדליכע קמיעות צו אומוויסנדע מענטשן וואס זוכן זיין הילף אין שווערע סיטואציעס.

אין דעם פאזע איז ר' יונתן געווען גאנץ אומוויסנד פון די נייע באשולדיגונגען, און סוף זומער האט ער פארלאזט פראנקפורט צו די טריפל קהילה. די פילע רבנישע תלמידים וואס האבן אים באגלייט פון מעץ זענען פאראויסגעפארן כדי זיי זאלן זיין דארט אים צו באגריסן ווען ער קומט אן. זיין אנקומען אין האמבורג אין אלול ה'תק"י איז געווען אויסערגעוויינלעך דראמאטיש. א ריזן המון האט זיך צוזאמענגענומען ביי די טויערן פון דער שטאט צו באגריסן זיין וואגן. ווען ער איז נאנט געקומען, האבן זיינע תלמידים געמאכט א שמירה פון כבוד. ווען די פענצטער פון דער וואגן האבן זיך געעפנט און זיין פנים איז געזעהן געווארן, האט א ריזן געשריי זיך אויפגעהויבן, ווען די קהילה, די מערהייט פון וועלכע האבן אים קיינמאל נישט געזען פריער, האבן געזען זייער נייעם הויפט רב – דער ערשטער נייעם הויפט רב פון די טריפל קהילה אין איבער זעקס און דרייסיג יאר.

א פאר טעג שפעטער, האט ר' יונתן געגעבן זיין ערשטע דרשה אין דער הויפט שול אין אלטונא. דער שול איז געווען אנגעפילט ביז די דאך, און מענטשן האבן זיך געדרוקט אין די גאסן כדי זיי זאלן דא זיין ביי דעם היסטארישן געשעעניש. אין דער הקדמה צו זיין רעטארישער מייסטערווערק, האט ר' יונתן געגעבן כבוד צו פילע קהילה באוואוסטע, אריינגערעכנט ר' יעקב עמדין. אבער ר' יעקב איז נישט געווען דארט. ער האט באשלאסן אז אלס דער איינציגער רבנישער קאנדידאט אין דעם אויסוואל פראצעדור וואס האט געוואוינט לאקאל, וועט זיין אנטיילנעמען וועט אוועקנעמען אויפמערקזאמקייט און קען זיין זייער אומבאקוועם, איז ער געבליבן אין שטוב.

pic-1.jpg

דער אריינגאנג צו דער שול אין אלטונא, וואו ר' יונתן אייבשיץ האט געגעבן זיין ערשטע דרשה אלול ה'תק"י. ר' יעקב עמדין איז נישט געווען דארט, כאָטש אין יענער צייט איז נישט געווען קיין היסטאריע פון פיינטשאפט צווישן זיי, און אויך נישט קיין רמז פון די קאנטראווערסיע וואס וועט באַלד אויסברעכן. די שול איז פארניכטעט געווארן דורך די נאציס אין נאוועמבער 1938.

ווען ר' יונתן האט געענדיגט זיין דרשה, האט די גאנצע קהילה געטאנצט מיט אים איבער די גאסן צו זיין נייעם היים. ווען ער איז אריין אין דער טיר, האט ער געקושט די מזוזה און ציטירט א פסוק פון תהילים (קלב:יד): "זאת מנוחתי עדי עד; פה אשב כי אויתיה" – "דאס זאל זיין מיין רוה פלאץ פאר אייביג; איך וועל דא וואוינען, ווייל דאס האב איך געוואלט." עס איז געווען א רירענדע מאמענט, און פילע פון די וואס האבן עס געזען האבן אפן געוויינט .

אבער אפילו ווען די קהילה האט זיך געפרייט ר' יונתן'ס אנקום, האבן זיך ארומגעדרייט שמועות אז ער איז א שבתאי, און עס זענען געווען פאראויסזאגונגען אז ר' יעקב עמדין וועט אים אנטפלעקן. לאקאלע שמועסערס האבן ציטירט ר' יעקב'ס ווייב, בתיה צביה, ווי זי האט געזאגט פאר ר' יונתן'ס אנקומען פון פראנקפורט, "לאז דעם נייעם הויפט רב קומען – מיין מאן האט שוין געשארפט דעם מעסער צו שניידן זיין האלדז." עס איז אומ-ווארשיינליך אז זי האט געזאגט דעם אויסדרוק, אבער דער פאקט אז זי איז געווארן ציטירט דערויף האט קלאר געוויזן אז ר' יונתן'ס "האנימאן" איז שוין געווען אריבער אפילו נאך פאר עס האט זיך אנגעהויבן. גרויזאמע מעשיות וועגן זיין נאנטשאפט מיט שבתאות זענען געווארן דער הויפט טעמע ארום יעדן שבת טיש איבער די טריפל קהילה. ר' יונתן אליין האט זיך אויסגעוויזן גאנץ רואיג, אפלאכענדיג פון די שמועות אלס א ריסייקלינג פון די באשולדיגונגען קעגן אים א פערטל יארהונדערט פריער. ער האט אפילו ווייטער געשריבן קמיעות פאר די וואס האבן זיי געבעטן, און האט געמיינט אז שטארקע אפלייקענונגען וועלן זיין גענוג צו אוועקמאכן די שמועות פון זיין מכלומר'שטע כפירה. נאך אלעם, האט עס געארבעט פינף און צוואנציג יאר פריער!

אבער דאס מאל וועט עס נישט זיין אזוי פשוט. אין דער אנטי-שבתאי'ישער קאמפיין פון ה'תפ"ה (1725), האט קיינער נישט געקענט געפינען דעם "סמאקינג גאן" צו פאזיטיוו אידענטיפיצירן ר' יונתן אלס א שבתאי. כאָטש עס פילע שבתאים זענען געווען גרייט צו נעמען א שבועה צו באשטעטיגן ר' יונתן'ס התחייבות צו זייער סיבה, און זיין מחבר זיין דעם כפירה'דיגן ספר "ואבוא היום אל העין," איז עס געווען גאנץ מעגליך אז זיי האבן פאַנטאַזירט א סצענע אין וועלכן א אומשולדיגער רב איז עפעס געווען זייער פירער. אין אנדערע ווערטער, זייערע באשולדיגונגען וועגן ר' יונתן'ס שבתאות האט גרינג געקענט ווערן פארפאסט, א וועב פון ליגנטס בכוונה פארשפרייט אלס טייל פון א שעדליכע קאנספיראציע צו באשמוצן א שטייגנדן שטערן פון דער רבנות. אפשר האבן זיי געהאפט צו אנזייען צעמישעניש אין דער צענטראלער אידישער וועלט. וואס די אמת איז נאר געווען, האט ר' משה חגיז קיינמאל נישט געקענט באווייזן גארנישט קעגן ר' יונתן, און די חסרון פון באווייזן צוזאמען מיט ר' יונתן'ס איבערצייגנדע אפלייקענונגען האט געברענגט צו זיין פולשטענדיגע ריינוואשונג.

די זאכן זענען אבער געווען זייער אנדערש פינף און צוואנציג יאר שפעטער. דאס מאל איז געווען פיזישע באווייזן – די קמיעות. ר' יונתן האט געשריבן און פארשפרייט קמיעות פאר יארן פאר ער איז געקומען צו די טריפל קהילה, און איצט, ווען די נייע באשולדיגונגען פון כפירה האבן אנגעהויבן ארויסקומען, האבן זיינע קעגנערס אנגעהויבן זיי נאכגיין און עפענען. זיי האבן אנטדעקט אז די קמיעות זענען נישט צום פארשטיין אויב מען איז נישט א מומחה אין קבלה. דער לאקאלער מומחה אויף קבלה אין די טריפל קהילה איז נישט געווען קיין אנדערער ווי ר' יעקב עמדין. דעריבער, ערגעץ ווי אינעם ווינטער פון ה'תק"י (1750), האבן א גרופע פון באזארגטע טריפל קהילה מיטגלידער געברענגט איינע פון די קמיעות צו ר' יעקב פאר אן אפשאצונג.

עס איז געווען דער גורלדיגער באגעגעניש וואס וועט זיין דער אנהייב פון דער שפאנעדער מחלוקת וואס האט צום סוף פארכאפט די גאנצע אידישע וועלט, כאָטש אין יענער צייט האט קיינער נישט געחלומט אז ר' יעקב וועט ארויסקומען אלס ר' יונתן'ס הויפט קריטיקער. אין פאקט, כאָטש ר' יעקב איז שפעטער געווארן דער מענטש וואס איז מערסט אידענטיפיצירט מיט דער אנטי-ר' יונתן קאמפיין, אין די פריע שטאפלען פון דער קאנטראווערסיע, איז ער נישט געווען דער הויפט שפילער. און כאטש ער האט מעגליך געהאטאלס א שווערער און פארלאנגנדיגער רב, האט ר' יעקב נישט געהאט קיין היסטאריע פון קעמפן מיט די מיט וועמען ער האט נישט מסכים געווען, און ער האט קיינמאל נישט געשפילט קיין ראלע אין א אנטי-שבתאי'ישער קרייצצוג אדער פריער זיך פארפלאנטערט עפנטליך אדער פריוואט מיט ר' יונתן אייבשיץ.

דעם גורלדיג'ן ווינטער טאג איז די קליינע גרופע אנגעקומען ביי ר' יעקב'ס הויז און איז גלייך צוגעוויזן געווארן זיין שטוב. די שטימונג איז געווען ערנסט און פאַרטראכט. איינער פון דער גרופע האט דערקלערט דעם ציל פון זייער באזוך, און געגעבן ר' יעקב א קליינע האנטגעשריבענע קמיע. ר' יעקב האט א שאקל געטאן מיטן קאפ און עס צוריקגעגעבן. זיי האבן אלע געקוקט אויף אים, פארוואונדערט.

ער האט געקרעכצט. "מיינע טייערע פריינט, איך האב אבסאלוט נישט קיין ווילן זיך אריינמישן אין דעם מצב. איר זעט, אויב איך וועל נישט אינגאנצן ריינוואשן ר' יונתן וועל איך ווערן באשולדיגט דורך יעדן אלס אנגעווייטאג. זיי וועלן אפווארפן מיין מיינונג און טענה'ן אז איך האס ר' יונתן פארן אננעמען די הויפט רב שטעלע וואס איך גלייב וואלט געווען מיינס – כאָטש מיר אלע ווייסן אז איך האב נישט קיין אינטערעס אין די שטעלע, און וויל נישט דעם ארבעט אונטער קיין שום אומשטענדן. איך אנטשולדיג מיך אייך צו אנטוישן, אבער איך קען אייך פשוט נישט אנבאטן מיין הילף."

נאך א מאמענט, האט דער פירער פון דער גרופע, יוסף פראגער, אנגעהויבן רעדן שטיל אבער מיט גרויס פעסטקייט. פראגער איז געווען א לאנגיעריגער פריינט פון ר' יעקב – א ארויפגעקוקטער מענטש אויף וועמענס פרומקייט און ערליכקייט זענען נישט געווען קיין ספיקות.

"געליבטער רב," האט ער אנגעהויבן, "כאטש איך פארשטיי גאנץ גוט דיין שטעלונג, לאז מיך ביטע פאָרשטעלן אן אנדערע ווינקל צו באטראכטן. אויב עס איז אמת – ווי פילע מענטשן זאגן – אז ר' יונתן איז א שבתאי, ווי קענען מיר אים לאזן פירן אונזער וואונדערבארע קהילה, און אונז אלע פירן אויף דעם פאלשן וועג? ר' יחזקאל, זאל ער רוען אין פרידן, קען זיין ער איז נישט געווען דער בעסטער רב אין יעדן הינזיכט, אבער ער איז נישט געווען אן אפיקורס. מיר אלע ווייסן אז שבתאות איז א פארשאלטענע אפיקורסות, און א גרויסע סכנה פארן אמת'דיגן אידישקייט. דו מוזט זיכער מסכים זיין אז אלס פאראנטווארטליכע מיטגלידער פון אונזער טייערע קהילה, זענען מיר געצווינגען אדער צו אנטפלעקן ר' יונתן אלס א שבתאי, אדער צו באשטעטיגן זיינע טענות פון אומשולד. און, געליבטער רב, דו ביסט דער איינציגער אין דער שטאט וואס האט די וויסן און מומחיות אונז צו פירן אין דעם ענין. אזוי אז מיר האבן נישט קיין ברירה נאר צו פרעגן דיר, און, מיט רעספעקט, זיכער האסטו נישט קיין ברירה נאר צו מכבד זיין אונזער בקשה פאר דיין אנווייזונג."

ר' יעקב איז געווען שטיל ווען ער האט איבערגעטראכט וואס פרעגער האט יעצט געזאגט. נאך א פאר מינוט האט ער שטייטליך געשאקלט מיטן קאפ און אויסגעשטערקט זיין הענט פארן קמיע – און זיך אפגעשטעלט.

"איך האב איין תנאי," האט ער געזאגט, "אויב איך אנטדעק אז דער קמיע אנטהאלט אפיקורסות, אויף קיין פאל קענט איר נישט דערמאנען אז איך בין דער מיט וועם איר האט זיך דורכגערעדט. איך וועל אייך ווייזן וואס איך זע, און וויאזוי איך זע עס, און דעמאלט וועט עס זיין אויף אייך צו נעמען די זאכן ווייטער, אן קיינמאל דערמאנען מיין נאמען. האבן מיר א הסכם?"

זיי האבן אלע געשאקלט מיטן קאפ פאר זייער צושטימונג.

ר' יעקב האט גענומען דעם קמיע און פארזיכטיג געעפנט. עס האט אנטהאלטן א דיק געשריבענע מגן דוד, מיט לשון קודש אותיות אינעווייניג און ארום. די אותיות האבן אויסגעזען אן קיין סדר, פארמענדיג אומפארשטענדליכע ווערטער וואס האבן נאר געמאכט סענס פאר איינעם וואס איז באקאנט מיטן קונסט פון שרייבן קבלה'דיגע פארמולעס. דער רב איז געווען שטיל ווען ער האט געדרייט דעם קמיע אזוי און אזוי. ער האט עס געהאלטן צום פענצטער עס צו אויספאָרשן אין די ליכטיגקייט. פלוצלינג האט זיין פנים ווייטאגליך געקרימט, און ער האט שטארק געקוקט אויף איינע פון די ווערטער אויפן קמיע.

ער האט ארויפגעקוקט. "זענט איר זיכער אז דאס איז געשריבן געווארן דורך ר' יונתן?" האט ער געפרעגט.

"מיר זענען זיכער," האט פרעגער געענטפערט. "עס איז באקומען געווארן גלייך פון די פרויען וואס ער האט עס געגעבן."

"דאס איז נישט גוט, בכלל נישט גוט. קומט אהער און לאמיר אייך ווייזן עפעס."

די מענטשן האבן זיך געשטופט צום פענצטער, און ר' יעקב האט געהאלטן דעם קמיע צו די ליכטיגקייט, ווייזנדיג צום האנטגעשריבענעם ווארט וואס ער האט יעצט נאנט אויסגעפאָרשט. ער האט געקוקט אויף זיי, אבער זיי אלע האבן געצויגן זייערע פלייצעס. זיי האבן נישט געהאט קיין אנונג וואס דאס ווארט מיינט.

ר' יעקב'ס קול האט געציטערט מיט עמאציע. "דאס ווארט איז געמאכט פון רמזים נוצנדיג א באהאלטענע קאוד באקאנט אלס 'א"ת ב"ש’, וואו אן 'אלף' איז א 'תיו’, א 'בית' איז א 'שין’, א 'גימל' איז א 'ריש’, און אזוי ווייטער. וואס דאס ווארט זאגט 'מלך משיח שבתי צבי'".

אלע האבן געאטעמט אין שאק ווען זיי האבן פארשטאנען די גרויסקייט פון וואס ר' יעקב האט זיי יעצט געזאגט. דא איז געווען דער "סמאקינג גאן" וואס ר' משה חגיז האט קיינמאל נישט געקענט געפונען. דא איז געווען פאקטישע באווייז אז ר' יונתן אייבשיץ, איינער פון די גרעסטע און מערסט באקאנטע רבנים אין אייראָפּע, איז אין אמתן א געהיימער גלויבער אין דער משיח'דיגער מיסיע פון דעם משיח שקר שבתי צבי. ר' יעקב האט אויסגעזען פארלוירן אין געדאנקען, און זיינע באזוכער האבן געווארט ער זאל עפעס זאגן. ווען ער האט ענדליך גערעדט, זענען זיינע ווערטער געווען לאנגזאם און אויסגערעכנט.

"דאס קמיע איז געפערליך, ערגער ווי אלעס וואס די פארשאלטענע מינים חיון, פראָסניץ, און חסיד האבן אמאל פראדוצירט. איך בעט אייך ביטע הערט זייער גוט צו וואס איך בין זאג. ווער עס האט געשריבן דעם קמיע איז אן גאר א געפערליכער שבתאי. יעצט האב איך נישט קיין אנונג ווער עס האט עס געשריבן. עס איז נישט אז איך גלייב אייך נישט, אבער אייער באשטעטיגונג פון זיין מחבר איז נאר א שמועה. מיין עצה צו אייך איז צו האלטן דעם אנטדעקונג זייער שטיל פאר דער מאָמענט. איבער די קומענדיגע וואכן זאמלט איין אזוי פיל קמיעות געשריבן דורך ר' יונתן ווי איר קענט. מאכט זיכער זיי צו האלטן פארמאכט און פארשפארט. אין א געוויסע פאזע וועלן זיי דארפן ווערן געעפנט פאר עדים, אדער א נאטערי, אזוי אז קיינער זאל נישט קענען טענה'ן אז זיי זענען געווען געפעלטשט. איר דארפט פארשטיין עפעס זייער וויכטיג – די איינציגע וועג וואס איינער זאל גלייבן אז ר' יונתן איז א שבתאי איז נאר אויב איר פראדוצירט באווייזן, הארטע באווייזן, וואס לאזט אים נישט קיין פלאץ עס צו לייקענען. מיינע פריינט, איר האט זייער א שווערע אויפגאבע פאר אייך. זאל גאט זיין מיט אייך."

ר' יעקב האט ערנסט געדריקט די הענט פון זיינע באזוכער און זיי ארויסבאגלייט, נישט וויסנדיג אז ער האט יעצט אנגעהויבן א פראצעדור וואס וועט באהערשן זיין איבעריגע לעבן.

נעקסטע מאל: כאָטש ר' יעקב עמדין'ס פארזיכטיגע אנווייזונגען, זענען זיינע מיינונגען וועגן דעם קמיע און אנדערע ענליכע שנעל געווארן באקאנט. כאָטש ר' יונתן האט שטארק פרובירט צו באווייזן זיין אומשולד צו ר' יעקב, איז עס געווען אומזיסט. אין עטליכע טעג האט די קהילה בארד זיך איינגעמישט – כאטש נישט צו פסקענען צווישן די רבנים, נאר צו פארמיידן א קאנטראווערסיע פאר עס הייבט זיך אן. זייער סטראַטעגיע איז געווען צו שטיל מאכן ר' יעקב און זיינע שטיצער, אפילו ווען מער באווייזן זענען ארויסגעקומען וואס באשטעטיגן די מיינונג אז ר' יונתן איז א שבתאי. די סצענע איז געווען געשטעלט פאר א קאנפראָנטאציע וואס קיינער פון די זייטן קען זיך נישט ערלויבן צו פארלירן. די פראגע איז געווען, ווער וועט קודם ציען דעם טריגער?
 
כ'ווינדער זיך אויב די א"ת ב"ש פון 'מלך משיח שבתי צבי' איז געווען פון איין ווארט וואס די א"ת ב"ש דערפון איז 'ממשצ' וואס איז ראשי תיבות פון מלך משיח שבתי צבי...


ווי האט יענער געזאגט אויף זיין קאנקורענט וואס הייסט שארף אז ער איז א גוי גמור
ווייל שארף איז דאך אויף אראמיש חַד, חד איז דאך די פארקערטערהייט דַח, וואס אויף אידיש מיינע דאס א דאַך, דאַך אין לשון הקודש איז דאך גַג
און ג"ג איז ר"ת ג'וי ג'מור
 
עס איז אויך וויכטיג צו געדענקען אז ר׳ יעקב עדין האט געהאט א חשבון מיט ר׳ יונתן איבער דעם וואס אלס אינגערמאן האט ער זיך געדינגען מיט זיין טאטע איבער א תרנגולת בלי לב. ר׳ יעקב עדין האט געהאלטן זיין טאטע אלס דעל גדול הדור כפשוטו, מען זעט אבער נישט אז ער זאל זיין דער גרויסער בעל השפעה. עס קען זיין אז ר׳ יעקב האט געהאט, אפשר סוב-קאנשיעסלי, א רוגזה אויף ר׳ יונתן איבער דעם וואס ער האט געמאכט אש און פארעך פון זיין טאטע.
מען דארף אויך געדענקען אז דער חכם צבי איז קראנק געווארן און פארלוירן זיין רבנות א דאנק דעם יונגען יונתן אייבשיץ. ר’ יעקב עמדין האט אים קיינמאל נישט מוחל געווען.
 
לעצט רעדאגירט:
כ'ווינדער זיך אויב די א"ת ב"ש פון 'מלך משיח שבתי צבי' איז געווען פון איין ווארט וואס די א"ת ב"ש דערפון איז 'ממשצ' וואס איז ראשי תיבות פון מלך משיח שבתי צבי...


ווי האט יענער געזאגט אויף זיין קאנקורענט וואס הייסט שארף אז ער איז א גוי גמור
ווייל שארף איז דאך אויף אראמיש חַד, חד איז דאך די פארקערטערהייט דַח, וואס אויף אידיש מיינע דאס א דאַך, דאַך אין לשון הקודש איז דאך גַג
און ג"ג איז ר"ת ג'וי ג'מור
ניין, מ'רעדט פון קלארע זאכן. ווארט אביסל וועסטו קליגער ווערן.
 
חלק ד'

דורך הרב פנחס אליעזר הלוי דונער (איבערגעטייטשט פון דא)

די ביז איצטיגע געשיכטע: טראץ דעם וואס דער פאלשער משיח שבתי צבי האט זיך געשמד'ט צו איסלאם אין 1666, און זיין טויט אין 1676, האבן געהיימע געזעלשאפטן פון שבתאים וואס האבן נאך געגלייבט אין זיין משיח'ישע מיסיע געבליט אין קהילות איבער אייראפע, און זענען געבליבן אקטיוו ביז טיף אין דעם אכצנטן יארהונדערט. איין בארימטער רב וואס איז געווען אונטער חשד פריה אין זיין קאריערע איז געווען רבי יהונתן אייבשיץ, וועמענס נאמען איז ארויפגעקומען בשעת א קאמפיין צו אויסרייניגן שבתאים אין 1725. רבי יהונתן האט דעמאלס סוקסעספול אפגעווארפן די באשולדיגונגען און האט אונטערגעשריבן זיין נאמען אויף א שארפן חרם קעגן שבתאות און אירע אנהענגער. אבער ווען ער איז באשטימט געווארן אלס הויפט רב פון די בארימטע דריי-קהילות האמבורג-אלטונא-וואנדסבעק צוואנציג יאר שפעטער, זענען די באשולדיגונגען ווידער אויפגעקומען. קבלה קמיעות וואס ער האט געגעבן פאר שוואנגערדיגע פרויען פאר זייער באשיצונג זענען געעפנט געווארן, און איינע פון זיי איז געברענגט געווארן צו רבי יעקב עמדין פאר זיין אפשאצונג דורך א באזארגטע גרופע פון לאקאלע קהילה מיטגלידער. צום ערשט האט רבי יעקב אפגעזאגט צו קוקן דערויף, אבער נאכדעם וואס מען האט אים פארזיכערט אז זיין נאמען וועט נישט דערמאנט ווערן, האט ער ענדליך מסכים געווען צו אונטערזוכן די קמיע. ער האט שנעל באמערקט א באהאלטענע רמז צו שבתי צבי און האט עס געוויזן פאר זיינע באזוכער. די סצענע איז יעצט געווען געשטעלט פאר א עקספלאסיווע קאנפראנטאציע צווישן דעם הויפט רב און זיינע קעגנער.

טראץ רבי יעקב'ס בקשה אז זיין נאמען זאל געהאלטן ווערן ארויס פון דעם ענין, איז זיין אריינמישונג שנעל געווארן א אפענער סוד. עס האט אויסגעזען ווי יעדער אין דער קהילה האט ערווארטעט זיין נעגאטיווע פסק אויף דער קמיע, און טראץ זיין צוריקגעהאלטנקייט צו ווערן פארבונדן מיט דער אונטערזוכונג, ספעציעל ווייל ער האט געשפירט אז זיין מיינונג וועט באלד אפגעווארפן ווערן אלס פארטייאיש, איז דער רייד אין די דריי-קהילות געווען אז רבי יעקב האט אויפגעדעקט רבי יהונתן'ס פינסטערסטן סוד און איז גרייט ארויסצוקומען מיט וואס ער ווייסט.

עס איז געווען נאר א פראגע פון צייט ביז רבי יהונתן אליין איז אינפארמירט געווארן וועגן די שמועות, און נאך א דיסקוסיע מיט זיינע נאנטסטע ראטגעבער, האט ער באשלאסן צו שיקן א שליח צו רבי יעקב אין א פארזוך צו פארמאכן דעם ענין איידער עס וועט ארויס פון קאנטראל. דער שליח איז אנגעקומען צו רבי יעקב'ס הויז מיט א פריינטליכן בריוו וואס בעט רבי יעקב צו אנטפלעקן זיינע מיינונגען וועגן דער קמיע, אזוי אז רבי יהונתן זאל קענען געבן אן ערקלערונג. א צומישטער רבי יעקב האט געזאגט פארן שליח אז ער איז נישט זיכער פארוואס דער הויפט רב ווענדט זיך צו אים, ווייל ער האט קיינמאל נישט ארויסגעזאגט קיין מיינונג ווער עס האט געשריבן די קמיע, און האט זיכער קיינמאל נישט געזאגט אז דער הויפט רב האט עס געשריבן. ער האט נאר ארויסגעזאגט זיין מיינונג אז די פארמולירונג פון דער קמיע איז שבתאי'ש אין אפשטאם, און ווער עס האט עס געשריבן איז א געפערליכער אפיקורס.

ווען די שליחות איז צוריקגעקומען צו רבי יהונתן, האט ער באלד גערופן א זיצונג אין זיין הויז מיט די וויכטיגסטע פירער פון דער קהילה און האט זיי אינפארמירט וועגן דעם הינטער-די-קוליסן דיאלאג מיט רבי יעקב, און זיין שטעלונג אז די קמיע אנטהאלט שבתאות'דיגע אפיקורסות. די פארזאמלטע וויכטיגע פערזענליכקייטן האבן צוגעהערט ווי רבי יהונתן האט דערציילט ווי ער האט געקעמפט קעגן באשולדיגונגען פון שבתאות אין דער פארגאנגענהייט, אן קיינער האט קיינמאל נישט פארגעלייגט סיי וועלכע ראיה קעגן אים. און יעצט, נאכאמאל, איז ער אין דער בילד. רבי יהונתן'ס שטימע האט געציטערט מיט עמאציע ווען ער האט פעסט געלייקנט אז זיינע קמיעות זענען שבתאי'ש אדער אפיקורסיש אין סיי וועלכן וועג, און ער האט געבעטן דעם קהל'ישן באורד זיך צו אריינמישן כדי צו פארמיידן אז זיין אויטאריטעט זאל געשעדיגט ווערן דורך רבי יעקב און אנדערע וואס פארשפרייטן שמועות איבער דער קהילה.

pic-11.jpg

א כתב-יד וואס איז פארקויפט געווארן ביי א ליציטאציע, וואס אנטהאלט רבי יהונתן אייבשיץ'ס תורה ווי פארשריבן דורך א געטרייער תלמיד אין מעץ. רבי יהונתן'ס תלמידים האבן שטארק פארטיידיגט זייער באליבטן רבי'ן ווען מען האט אים באשולדיגט אין שבתאי'שע אפיקורסות.

דעם קומענדיגן אינדערפרי איז געווען א קלאפ אויף רבי יעקב'ס טיר. עס איז געווען דינסטאג, פעברואר דער צווייטער, 1751. ווען רבי יעקב איז געקומען צו דער טיר איז ער געווען שאקירט צו טרעפן א פולע פערד-געשפאנטע קארעטע שטייענדיג אויפן גאס אינדרויסן פון זיין הויז. דער מאן ביי דער טיר האט אים אינפארמירט אז ער ארבעט פאר דער אידישער קהילה, און איז דא צו ברענגען רבי יעקב צו דער קהילה'ס הויפטקווארטיר פאר אן עמערדזשענסי זיצונג. ר' יעקב איז געווען דערשטוינט. דאס איז נישט געווען קיין געווענליכע איינלאדונג, און ער האט פארשטאנען אז דאס וועט נישט זיין קיין געווענליכע באגעגעניש. ער האט געפרעגט דעם קהילה באַאמטער אויב דער הויפט-רב וועט דארט זיין, אבער מען האט אים געזאגט אז נאר די עקזעקוטיווע קאמיטעט פון די קהילה פירערשאפט וועט זיין אנוועזנד.

ר' יעקב איז אנגעקומען צו דער באגעגעניש מיט שרעק פאר דאס ערגסטע, אבער זיין זארג איז שנעל פארשוואונדן געווארן. די דריי מיטגלידער פון דער עקזעקוטיווע קאמיטעט – אלע פערזענליכע פריינד פאר פיל יארן – זענען געווען זייער רעספעקטפול, און די אטמאספערע איז געווען פריינטליך און גוטמוטיג. ער האט זיך געזעצט ביים שפיץ פון טיש און זיי האבן ערקלערט מיט אנטשולדיגונגען ווי די אומשטענדן האבן זיי געצוואונגען צו האנדלען אויף אזא פלוצלינגדיגן אופן, נאר צוליב די סענסיטיוויטעט פון דער זאך. נאך אלעם, האט איינער געזאגט, ס'איז נישט יעדן טאג וואס דער הויפט-רב ווערט באשולדיגט אין זיין א שרעקליכער אפיקורס דורך אן אנדער וויכטיגן רב אין דער קהילה. זיי אלע האבן הארציג געלאכט. אבער ר' יעקב האט אפילו נישט געשמייכלט.

"לאמיר איין זאך קלאר מאכן," האט ער אנגעהויבן, "איך האב קיינמאל נישט געמאכט קיין עפנטליכע דערקלערונג וואס טענה'ט אז ר' יונתן אייבשיץ איז אן אפיקורס און איך וויל דאס אויך נישט טון. פארקערט, איך האב קלאר געמאכט פאר די עטליכע מענטשן מיט וועמען איך האב גערעדט אז איך וויל אינגאנצן ארויסבלייבן פון דער זאך, און נישט זיין פארמישט אויף קיין שום אופן. פשוט געזאגט, איך האב נישט קיין אינטערעס זיך אריינצולאזן אין א קריג מיטן הויפט-רב און זיינע שטיצער, און איך וויל זיך אויך נישט פארמישן אין שמוציגע קהילה פאליטיק. טאקע, ווי איר ווייסט גוט, האב איך פיינט קהילה פאליטיק. אלזא, סיידן איר קענט מיר געבן א גוטן טעם צו זיין דא, וואלט איך געוואלט באלד אוועקגיין."

די אטמאספערע אין צימער האט זיך געביטן; פלוצלונג האט קיינער נישט געשמייכלט. ר' יעקב האט געקוקט אויף יעדן מיטגליד פון דער עקזעקוטיווע קאמיטעט באזונדער, קוקנדיג צו יעדן איינעם פאר א רעאקציע, אבער אלע זענען געווען שטיל. דערפאר האט ער זיך געכאפט זיין הוט און מאנטל און אנגעהויבן צו גיין.

"ווארט, ווארט." דאס איז געווען דער פרעזידענט פון דער קהילה וואס רעדט. "ר' יעקב, ווארט, איך בעט אייך, ביטע גייט נישט אוועק. מיר זענען אין א קריזיס, און איר זענט א טייל פון דער קריזיס, וואס איר זאלט נאר נישט זאגן." ר' יעקב האט אים שארף אנגעקוקט. דער פרעזידענט האט געשלונגען, און ווייטער געזאגט: "דער הויפט-רב לייקנט אינגאנצן די באשולדיגונגען פון אפיקורסות, און דאך האבן מיר געהערט פון עטליכע מענטשן אז איר גלויבט אז דער מחבר פון דער קמיע – כלומרשט זיין קמיע – איז אן אפיקורס וואס גלויבט אין שבתי צבי. די גאנצע קהילה איז אין א טאטאלן צעטומלעניש. איר קענט נישט פשוט אוועקגיין פון דעם! מיר דארפן וויסן פארוואס איר האט געזאגט אז די קמיע איז אפיקורסיש. און אויב איר גלויבט אז דאס איז א שבתאי’שע קמיע, דארפט איר ערקלערן פארוואס מיר זאלן זיין באזארגט. רבי, אויב מיר ווייסן נישט די ענטפערס צו די פראגן ווי ערווארט איר אז מיר זאלן זיך קענען ספראווען מיט דער זאך ריכטיג? צום ווייניגסטן, דארפן מיר אייך צו העלפן אונז נאוויגירן דורך דער עמערדזשענסי סיטואציע. נאך אלעם, דאס איז אייער קהילה פונקט ווי ס'איז אונזערע. צו וועמען אויסער אייך קענען מיר זיך ווענדן? זיכער ווילט איר נישט זען אונזער קהילה צעשטערט?"

ר' יעקב האט זיך פאמעלעך אראפגעזעצט. דעם פרעזידענט'ס בקשה האט געהאט א שטארקע ווירקונג. פלוצלונג האט ר' יעקב באגריפן אז ער איז שוין צו טיף אריין צו קענען אוועקגיין. אבער אין דער זעלבער צייט האט ער פארשטאנען אז וואס ער זאל נאר זאגן וועט האבן שרעקליכע קאנסעקווענצן פאר אים. אויב ער וועט אפשוואכן די שבתאי’שע נאטור פון דער קמיע, און דערנאך שפעטער וועט זיך ר' יונתן ארויסשטעלן ווי א געפערליכער שבתאי’שער אינפילטראטאר מיט א מיסיע צו טעאלאגיש צעשטערן דאס אידישקייט, ווי אזוי וועט ער קענען לעבן מיט דעם? ווי אזוי וועט ער זיך קענען מוחל זיין פאר'ן פארפאסן די געלעגנהייט אים אפצושטעלן? די אלטערנאטיווע איז נישט געווען ווייניגער שרעקעדיג. יעדער האט געוואוסט אז ר' יונתן האט אומצאליגע פארטיידיגער וואס וועלן קיינמאל נישט גלויבן עפעס שלעכטס וועגן זייער העלד. פאר זיי איז ר' יונתן געווען דער מוסטער-רב – געלערנט, פרום, און כאריזמאטיש; א בריליאנטער לערער, א באגאבטער רעדנער, א באשלאסענער פוסק, און א מקור פון חכמה און עצות. אויב ר' יעקב וועט עפנטליך ארויסקומען מיט וואס ער גלויבט צו זיין אמת, אדער זיין נאמען וועט ווערן פארבונדן מיט אן אטאקע אויף ר' יונתן'ס גלויבווירדיקייט, וועט די גאנצע וועלט איבערגעקערט ווערן.

ר' יעקב האט געמאכט איין לעצטן פרואוו צו אויסמיידן דעם אומפארמיידליכן שטורעם. "מיינע הערן," האט ער געזאגט, "איר מאכט א גרויסן טעות. איך בין נישט די פאסיגע פערזאן צו געבן הדרכה. די פראבלעם דארף געברענגט ווערן צו די אויפמערקזאמקייט פון די גרעסטע רבנים פון אונזער דור. גייט און ווייזט זיי די קמיעות, און לאזט זיי באשליסן וואס צו טון. איר קענט מיך – איך וויל פירן א פריוואטן, אומגעשטערטן לעבן. דערפאר האב איך אויסגעקליבן צו פארלאזן די רבנות. ביטע לאזט מיך ארויס פון דעם, און נוצט די פאסיגע וועגן דאס צו סארטירן."

דער פרעזידענט פון דער קהילה האט געקוקט אויף זיינע קאלעגן, און דערנאך צוריק אויף ר' יעקב. "רבי, הלוואי וואלט עס געווען אזוי פשוט. ליידער איז אייער נאמען שוין פארבונדן מיט דער אויפדעקונג פון דער קמיע. איר קענט נישט אויסמיידן די ווירקליכקייט, און איר קענט נישט איגנארירן אונזער בקשה פאר הילף. מיר דארפן דרינגענד פארשטיין פארוואס איר גלויבט אז די קמיע איז שבתאי'ש כדי מיר זאלן קענען ווייטער גיין מיט דער זאך. און מיר דארפן טאקע וויסן פון אייך ווי שלעכט די קמיע איז."

ר' יעקב האט זיי אנגעקוקט, געזיפצט, און אריינגעשטעקט די האנט אין קעשענע. ער האט ארויסגענומען דעם בריוו וואס ער האט באקומען פון ר' יונתן נאר מיט עטליכע טעג צוריק און עס איבערגעגעבן צום פרעזידענט, וועלכער האט עס באלד אנגעהויבן צו לייענען. דערנאך האט ר' יעקב ארויסגענומען די קמיע וואס מען האט אים געוויזן. די קמיע – יעצט באדעקט מיט ר' יעקב'ס האנטגעשריבענע באמערקונגען – איז ארומגעגאנגען אין פולשטענדיקער שטילקייט. נאך עטליכע מינוט האט ר' יעקב שטיל גערעדט צו די דריי קהילה-פירער.

"מיינע פריינד – איך וואלט געוואלט עס זאל נישט זיין אמת, אבער ווי איר קענט זען פון מיינע באמערקונגען, די קמיע איז א קראנקע און פארדרייטע ביישפיל פון שבתאי’שע אפיקורסות. איידער איך האב באקומען דעם בריוו פונעם הויפט-רב האב איך קיינמאל נישט געזאגט קיינעם אז די קמיע איז זיינע, נאר אז זי איז שבתאי'ש. טא פארוואס האט ער מיר געשריבן? וואס איז ער אזוי נערוועז וועגן? ציט אייערע אייגענע מסקנות, אבער איין זאך קען איך אייך זאגן מיט זיכערקייט: דער מחבר פון דער קמיע, און סיי וועלכע קמיעות ווי דעם, איז א העכסט געפערליכער מענטש, אן אפיקורס פון דער ערגסטער סארט. אויב דאס איז ר' יונתן, דאן זיין מעכטיגער איינפלוס אויף אזוי פיל מענטשן איבער דער אידישער וועלט, נישט נאר אין אונזער קהילה, שטעלט פאר די גרעסטע געפאר פאר אונזער אמונה זינט שבתי צבי אליין, און אפשר נאך ערגער."

"אבער," האט ר' יעקב געזאגט, "איך ערווארט נישט איר זאלט מיר גלייבן... גייט צו אנדערע מומחים, אזויפיל ווי איר ווילט, און פארשט עס אליין אויס. איר מוזט דאס טון, כדי די מחלוקת זאל נישט ווערן אויסגעשטעלט ווי א פערזענליכע קריג צווישן מיר און אים."

דער פרעזידענט איז אויפגעשטאנען, געדריקט ר' יעקב'ס האנט, און אים באדאנקט פאר'ן קומען. "אפשר קענען מיר זיך טרעפן נאכאמאל דאנערשטאג נאכדעם ווי מיר וועלן דאס דורכרעדן מיט דעם גאנצן קהילה-באורד." ר' יעקב האט געשמייכלט און געשאקלט מיטן קאפ, און די באגעגעניש איז געווען פארענדיגט.

דעם קומענדיגן אינדערפרי האבן די דריי מיטגלידער פון דער עקזעקוטיווע קאמיטעט צוזאמגערופן דעם רעשט פון באורד פאר א פולע עמערדזשענסי זיצונג. אן קיין איבערטרייבונגען האבן זיי איבערגע'חזר'ט וואס זיי האבן געהערט פון ר' יעקב און ארומגעשיקט די קמיע און ר' יונתן'ס בריוו. א דיסקוסיע האט זיך אנגעהויבן, אבער ס'איז נישט געווען קיין איינשטימיגקייט. עטליכע מיטגלידער פון באורד האבן פשוט אפגעווארפן ר' יעקב ווי א צרות-מאכער, ער איז מקנא ר' יונתן פאר'ן נעמען די רבנות-שטעלע וואס ער האט געפילט באלאנגט צו אים. אנדערע זענען געווען אין כעס אז עמיצער באשולדיגט זייער גייסטליכן פירער אין זיין אן אפיקורס. און דערנאך זענען געווען די וואס האבן געפילט אז דער בלויזער חשד קעגן דעם הויפט-רב איז א שאנדע פאר זייער קהילה, און דער הויפט-רב וועט מוזן גיין. די זיצונג האט זיך פארוואנדלט אין א געשריי-געפעכט, און טראץ שעות פון הייסע דעבאטעס איז גארנישט באשלאסן אדער געלעזט געווארן.

אינצווישן איז ר' יונתן אינפארמירט געווארן וועגן דער געהיימער באגעגעניש צווישן ר' יעקב און דער עקזעקוטיווע קאמיטעט און די עמערדזשענסי באורד-זיצונג, און אנדערע האבן אים געשושקעט אז מען פלאנירט אים אראפצוזעצן פון זיין פאסטן. אין פאניק האט ער גערופן א וויכטיגע באגעגעניש פון זיינע נאנטסטע שטיצער, צו פארמירן א סטראטעגיע זיך צו פארטיידיגן קעגן דעם אנקומענדיגן שטורעם. זיינע שטיצער האבן אים צוגעזאגט א שטאפלווייזע סטראטעגיע צו באהאנדלען די סכנה. צוערשט וועלן זיי זיך נעמען צו ר' יעקב. ער וועט מוזן נייטראליזירט ווערן. דערנאך וועלן זיי זיך נעמען צו דער עקזעקוטיווע קאמיטעט און דעם באורד. עס וועט נישט זיין גרינג, אבער ער האט זיך נישט וואס צו זארגן. די באגעגעניש האט זיך געענדיגט מיט דעם וואס יעדער איינער פון ר' יונתן'ס געטרייע האבן צוגעזאגט זייער פולע און אומוואקלבארע שטיצע, און א פארזיכערונג אז זיי וועלן ארבעטן איבערמידלעך און אומאויפהערלעך צו פארזיכערן אז זיין נאמען זאל נישט פארפלעקט ווערן דורך דער וויטש-האנט.

יענעם אוונט ביי מעריב אין רבי יעקב'ס פריוואטן שול, איז שמואל העקשיר, א לאנגיעריגער פריינט פון רבי יעקב, אריינגעלאפן, אטעמלאז און בלאס, און איז צוגעלאפן צום רב. "עס איז איבער דער גאנצער שטאט," האט ער געכאפט דעם אטעם, "זיי פלאנען צו קומען און דיר הרג'ענען."

רבי יעקב האט אים ארויסגעצויגן אינדרויסן. "שמואל, וואס רעדסטו? וואס גייט פאר?"

"עס איז אמת, אינגאנצן אמת. רבי יהונתן'ס שטיצער האבן געלאזט וויסן אז דו ביסט א 'רודף', וואס וויל צעשטערן דעם הויפט רב'ס רעפוטאציע דורך פארשפרייטן בייזוויליגע שמועות. עס איז א זינד וואס מען קען באשטראפן מיט טויט, זאגן זיי, און דעריבער איז זיי ערלויבט דיר צו הרג'ענען."

יעצט איז געקומען רבי יעקב'ס רייע צו ווערן בלאס.

העקשיר האט ווייטער גערעדט, די ווערטער פאלנדיג פון אים ווי א שטראם. "די מענטשן זענען זייער שטארק. זיי האבן פריינט צווישן די גוים. דו וועסט דערמארדעט ווערן, געלט וועט בייטן הענט, און קיינער וועט נישט ארעסטירט ווערן." טרערן זענען געפלאסן אויף זיינע באקן. "רבי, איך בעט דיר, אנטלויף ווען דו קענסט נאך. די גאנצע זאך איז אינגאנצן אויסער קאנטראל."

pic-21.jpg

ווען די מחלוקת האט זיך פארשטארקט, האבן די גוים אנגעהויבן צו ווערן פאראינטערעסירט, ספעציעל ווייל דער קריג האט זיך געדרייט ארום קבלה קמיעות. אין די דאזיגע דייטשע פובליקאציע פון יענער צייט האבן זיי אפילו אריינגעשטעלט א בילד וואס שטעלט פאר רבנים וואס שלאגן זיך איבער קמיעות.

א גרופע מענטשן האבן זיך פארזאמלט ביי דער טיר פון שול. רבי יעקב האט גערעדט, זיין שטימע ציטערנדיג אבער אנטשלאסן. "איך לויף נישט ערגעץ. איך בין דא געבוירן געווארן און האב דא געלעבט די לעצטע אכצן יאר. מיין היים איז דא. מיין משפחה איז דא. מיינע פריינט זענען דא. מיין ביבליאטעק איז דא. מיין לעבן איז דא. איך האב גארנישט שלעכטס געטון, און יעדער ווייסט אז איך בין א מענטש פון ערליכקייט." ער האט זיך געווענדט צו שמואל העקשיר, און געלייגט א האנט אויף זיין אקסל. "א דאנק דיר, שמואל, פאר דיין זארג. אבער זארג זיך נישט, איך בין רואיג. דער אויבערשטער וועט היטן מיך, און אונז אלע, פון אלע וואס ווילן אונז שעדיגן."

יענע נאכט האט רבי יעקב נישט געקענט שלאפן, זיין מח ארבעטנדיג אפצווועגן זיינע אפציעס. ער האט נאך געהאט די געפלאנטע זיצונג מיטן עקזעקיוטיוו קאמיטעט דעם קומענדיגן טאג. אפשר וועלן זיי אים באשיצן, כאטש רבי יהונתן'ס שטיצער שיינען צו האבן די אויבערהאנט. אפשר קען ער אויסארבעטן א פשרה לעזונג מיט זיי. עס מוז זיין א וועג צו פארמיידן א פולשטענדיגן קהל'ישן קריג - ספעציעל אויב זיין לעבן איז אין געפאר. אבער פלוצלינג האט זיך רבי יעקב אויפגעזעצט גלייך אין זיין בעט. וואס טראכט ער? דאס איז נישט וועגן אים! וואס איז זיין אייגענע קליינע לעבן ווערד פארגליכן מיט די טויזנטער גייסטיגע לעבנס וואס וועלן פארלאשן ווערן צוליב א שענדליכן פשרה? עס איז דא א שבתאי'שער אפיקורס לויז אין דער קהילה! דאס איז נישט קיין צייט זיך צו זארגן וועגן זיך! די דיסקוסיע דארף זיך צוריקקערן צו דער קמיע, און די געפארן וואס איר מחבר שטעלט פאר, א געפאר וואס ווערט אומענדליך גרעסער אויב דער מחבר איז טאקע דער הויפט רב. האט נישט זיין אייגענער טאטע, דער חכם צבי אשכנזי, אלץ אויפגעגעבן אין דער מלחמה מיט נחמיה חיון? יעצט איז זיין רייע צו טון דאס זעלבע. ער וועט זיי אלע ווייזן ווי ער איז זיין טאטנ'ס אמת'ער זון, גרייט צו ריזיקירן אלעס אויפצודעקן א שבתאי'שן אינפילטראטאר.

ביי שחרית דעם קומענדיגן אינדערפרי איז רבי יעקב'ס פריוואטער שול געווען פול מיט מענטשן. יעדער האט געהערט וועגן דעם אינצידענט דעם פריערדיגן אוונט, און מענטשן זענען געקומען פון איבער דער גאנצער קהילה, צו ווייזן זייער שטיצע און צו הערן וואס רבי יעקב פלאנט צו טון. עס זענען אויך געווען שטיצער פון רבי יהונתן דארט, אריינגערעכנט דעם שליח וואס האט נאר לעצטנס געברענגט דעם הויפט רב'ס בריוו. דער דאווענען האט זיך געענדיגט און רבי יעקב איז ארויף צום בימה. ער האט אויפגעהויבן זיין האנט אז יעדער זאל זיין שטיל, און יעדער האט אויפגעהערט וואס זיי טוען צו הערן אים רעדן. געווענליך וואלט רבי יעקב יעצט געטיילט עטליכע דברי תורה, אבער נישט היינט.

"נעכטן ביינאכט," האט ער אנגעהויבן, "האט מען מיר געלאזט וויסן אז מיין לעבן איז אין געפאר. אבער אנשטאט אנטלויפן, ווי מען האט מיר געראטן צו טון, האב איך באשלאסן אייך צו לאזן וויסן וואס עס איז פארגעקומען הינטער פארמאכטע טירן די לעצטע עטלעכע וואכן. עס איז נישט געווען מיין כוונה דאס צו טון, אבער איך פיל אז מען האט מיר נישט איבערגעלאזט קיין אנדערע ברירה."

"מיט א צייט צוריק האט זיך א גרופע מענטשן געוואנדן צו מיר און געבעטן איך זאל אונטערזוכן א קמיע, און געבן מיין אפשאצונג פון איר אינהאלט. נאכן דאס שטודירן פארזיכטיג האב איך באשטעטיגט אז די קמיע אנטהאלט שבתאי'שע אפיקורסות. אבער, ווי דעמאלט אזוי אויך זינט דעמאלט האב איך קיינמאל נישט געטענה'ט אז דער מחבר פון דער קמיע איז אונזער קהילה'ס הויפט-רב, ר' יונתן אייבשיץ. כ'וויל קלאר מאכן, איך בין יעצט נישט אין קיין קריג מיט ר' יונתן, און איך האב קיינמאל נישט געהאט קיין קריג מיט אים. דער מענטש מיט וועמען איך האב א קריג איז דער מחבר פון דער קמיע, ווער דאס זאל נאר נישט זיין."

"און לאמיר קלאר זאגן, אז קיינער זאל נישט האבן קיין ספק: די קמיע וואס מען האט מיר געוויזן, און וועגן וואס מען האט מיר געפרעגט, איז אינגאנצן אפיקורסיש, און דער מענטש וואס האט דאס געשריבן און ארויסגעגעבן פאר רפואה צוועקן, איז אן קיין שום ספק אן אפיקורס. יא, איר האט ריכטיג געהערט, און איך וועל דאס נאכאמאל זאגן. עס איז נישטא ביי מיר קיין שום ספק אז דער מענטש וואס האט געשריבן די קמיע איז אן אפיקורס, און האט נישט קיין חלק אין עולם הבא. אויב יענער מענטש אדער סיי ווער קען מיר באווייזן אז איך בין נישט גערעכט, בין איך גרייט מען זאל מיר באווייזן אז איך האב א טעות."

"איך האב נאך איין זאך צו זאגן, און דאס איז זייער וויכטיג. כאטש איך האב נישט קיין אנונג צי ר' יונתן האט געשריבן די קמיע, גלויבן אסאך מענטשן אז ער איז געווען דער וואס האט דאס געשריבן. אויב אזוי, מיין איך אז ער איז מחויב זיך צו פארענטפערן, און זיך ראטעווען פון חשד. ער האט מיין ווארט אז אויב ער וועט זיך ריכטיג ערקלערן, וועל איך פערזענלעך זיין זיין ערשטער פארטיידיגער. איך וועל קעמפן אומאויפהערלעך קעגן די פאלשע שמועות, און איך וועל פארשטאפן די מיילער פון די וואס אטאקירן אים. נאך מער, איך וועל גיין אין דער גרויסער שול און - פאר דער גאנצער קהילה - עפנטליך בעטן זיין מחילה, כאטש איך האב אים קיינמאל נישט געמיינט קיין שלעכטס. באמת, וואלט איך געוואלט אז די זאכן זאלן זיין אנדערש. איך וואלט געוואלט אז ר' יונתן זאל באלד און עפנטליך ערקלערן דעם אינהאלט פון אלע זיינע קמיעות ווען די פרשה האט זיך אנגעהויבן. אבער דאס איז שוין אין דער פארגאנגענהייט. די פאקטן זענען ווי זיי זענען, און מיר זענען ווי מיר זענען. דאס איינציגע וואס איז יעצט וויכטיג איז אז איך בין גרייט, מיט מיין גאנצן הארצן, דאס אוועקצולייגן - אויב עס ווערט באוויזן אז איך האב געמאכט א שרעקלעכן טעות. אבער דערפאר דארף ר' יונתן טון וואס ער דארף טון."

מיט דעם איז ר' יעקב אראפ פון דער בימה און פארשוואונדן אין זיין הויז. די שול איז געווען שטיל פאר א מאמענט און דערנאך אויסגעבראכן אין הייסע שמועסן ווען מען האט באגריפן די גרויסקייט פון וואס האט פונקט . אן צו זאגן עס קלאר, האט ר' יעקב עמדין באשולדיגט דעם הויפט-רב אין זיין א שבתאי'שער אפיקורס. דער שד איז ארויס פון פלאש, און וואס איז ביז דאן געווען אן אומאפיציעלע שמועה האט יעצט געהאט די שטיצע פון קיין אנדערער ווי ר' יעקב עמדין.

קומענדיגע מאל: רבי יעקב עמדין'ס עפנטליכע ערקלערונג האט געמיינט אז די קהילה פירער האבן געמוזט רעאגירן. אבער ווי אזוי וועלן זיי רעאגירן? וועלן זיי שטיין אויף רבי יעקב'ס זייט, און פאדערן פון זייער הויפט רב צו זיין אפן? אדער וועלן זיי שטיין מיט רבי יהונתן, וועמענס כבוד שטייט אויפן שפיל, און אפווארפן רבי יעקב'ס באשולדיגונג אינגאנצן? די עמדין-אייבשיץ קאנטראווערסיע האט זיך געגרייט אריינצוגיין אין איר מערסט אנגעצויגענע שטאפל, און דאס לעבן פון ביידע הויפט פערזאנען האט זיך געגרייט צו ווערן געווארפן אין פולשטענדיגן טומל.
 
יא, אין די זעלבע שורה אביסל אפגערוקט
כ'מיין פונעם חתם סופר איז דא א מימרא, ער האט געלייגט זייערע ביידע ספרים צוזאמען (רבי יונתן'ס און רבי יעקב'ס) זאגנדיג "עבדא רבנן שלמה בהדייהו" אין עולם העליון. מעניין אז זיי ליגן טאקע אויך לעבן.
 
איך ווייס נישט צו די באווייזן זענען נייע, אבער עס זענען דא קראנטע באווייזן אז קמיעות וואס ר' יונתן האט בלי ספק געשריבן קען מען נישט אויסטייטשן אנדערש ווי די יעב"ץ, איך פלאן צוריקצוקומען צו די דיטעילס נאכן ענדיגן די סעריע
גרשום שלום טענה'ט אזוי אז דער יעב"ץ היה צודק ורבי יונתן השתייך לכת ש"ץ, אבער אנדערע זאגן ער האט געהאט אן אגענדע יעדעם צו מאכן אלס שבתאי ולהד"ם, אבער מיר וועלן ווארטן מיט געדולד אז ידידינו 'אפענער' זאל עס שפעטער אויסקלארן.
 
עס איז אמת אז די יעב"ץ איז געווען א גערעגטער און שארפער טיפ און ער האט מעגליך געהאט אלטע חשבונות, און עס איז אמת אז גרשום שלום האט געזיכט צו מאכן פאר שבתאים מענטשן וואס זענען נישט געווען. אבער עס איז אויך אמת אז ר' יונתן איז געווען א באהאלטענע שבתאי.
 
עס איז אמת אז די יעב"ץ איז געווען א גערעגטער און שארפער טיפ און ער האט מעגליך געהאט אלטע חשבונות, און עס איז אמת אז גרשום שלום האט געזיכט צו מאכן פאר שבתאים מענטשן וואס זענען נישט געווען. אבער עס איז אויך אמת אז ר' יונתן איז געווען א באהאלטענע שבתאי.
לויט מיין חקירה אין די יעב"ץ, איז די יעב"ץ בכלל נישט געווען קיין גערעגטע טיפ. אדרבה ער איז געווען א באליבטער מענטש וואס מען האט געקענט מיט אים רואיג אויסשמועסן זאכן, און ער האט מודה געווען און איז געווען גרייט מודה צו זיין אויב ער האט געמאכט א טעות, ער איז געווען דורכגעטראכט מיט זיינע מערכות, און נישט די ערשטע רגע ווילד געשפרינגען, נאר בלויז ווען ער איז געווען איבערצייגט מיט קראנטע הוכחות.

נאר וואס דען, יא, ער איז געווען א קנאי, דהיינו ער איז געווען זייער שטארק מיט זיינע מיינונגען, און איינמאל ער האט געהאלטן אויף א זאך אז דאס איז דער אמת. איז ער נישט געווען גרייט זיך צו בייגן פאר די סיסטעם אנטקעגן זאכן וואס ער האט איינגעזעהן פאר צדק ויושר. און טאקע אויף איינעם וואס ער איז געווען איבערצייגט אז ער איז א סכנה פאר יהדות האט ער יענעם נישט אפגעשוינט און געשריבן אויף יענעם אלע סארטן זיסע מליצות מיט לשונות של גנאי כדי אפצושטעלן יענעמ'ס השפעה.

בכלליות איז ער געווען א ריזיגע גאון און חכם בכל מיני חכמות, א שטארקע מבקש האמת וואס האט זיך נישט דערשראקן צו זאגן זאכן וואס איז נישט געווען ווי מען זאגט "אין סטייל", און דערצו איז ער געווען א צדיק מיט גאר אסאך אנהענגער וואס זענען נתפעל געווארן פון זיין מהות.
 
לעצט רעדאגירט:
חלק ה'

דורך הרב פנחס אליעזר הלוי דונער (איבערגעטייטשט פון דא)

דער געשיכטע ביז אהער: כאטש דער פאלשער משיח שבתי צבי האט זיך געשמדט צו איסלאם אין יאר תכ"ו (1666), און איז געשטארבן אין תל"ו (1676), האבן געהיימע געזעלשאפטן פון שבתאים וואס האבן נאך אלץ געגלויבט אין זיין משיח'ישע שליחות געבליט אין קהילות איבער גאנץ אייראפע, און זענען געבליבן אקטיוו ביז טיף אין אכצנטן יארהונדערט. איינער פון די בארימטע רבנים וואס איז אריינגעפאלן אין חשד איז געווען ר' יהונתן אייבשיץ, וועמענס נאמען איז ארויפגעקומען בשעת א קאמפיין צו אויסראטן שבתאים אין תפ"ה (1725). כאטש ער האט דעמאלט באוויזן אפצושלאגן די באשולדיגונגען, ווען מען האט אים באשטימט אלס הויפט-רב פון די בארימטע טריפל קהילה פינף און צוואנציג יאר שפעטער, זענען די באשולדיגונגען צוריק ארויפגעשווימען. קבלה' קמיעות וואס ער האט געגעבן פאר טראגעדיגע פרויען פאר זייער באשיצונג זענען געעפנט געווארן, און ר' יעקב עמדין האט באהויפטעט אז ער האט דארט געטראפן רמזים אויף שבתי צבי. כאטש זיין מיינונג איז געגעבן געווארן מיט א תנאי אז עס זאל בלייבן א סוד, איז זיין פסק שנעל אנגעקומען צו די אויערן פון די קהילה פירער, וועלכע האבן אים גערופן צו אן עמערדזשענסי זיצונג דינסטאג, ז' שבט תקי"א. דעם קומענדיגן טאג האט ר' יעקב געהערט שרעקעדיגע נייעס - אז שטיצער פון ר' יהונתן גרייטן זיך אים צו שעדיגן, מעגליך אפילו הרג'נען. זיין רעאקציע איז געווען עפנטליך ארויסצורופן ר' יהונתן צו באווייזן אז די קמיעות זענען נישט שבתאי’ש, אזוי אז די זאך זאל קענען געשליכטעט ווערן.

אינערהאלב שעות האט די גאנצע טריפל קהילה געהערט וועגן דער אנאנס, און אזוי אויך ר' יהונתן. איינער פון זיינע שטיצער וואס איז געווען אנוועזנד ווען ר' יעקב האט גערעדט האט באריכטעט צו דעם הויפט-רב. ר' יהונתן האט נישט פארלוירן קיין מינוט; ער האט גלייך גערופן די קהילה פארשטייער צו זיין הויז און זיי געלאזט וויסן אז ר' יעקב האט עפנטליך גערעדט וועגן די קמיעות און אים באשולדיגט אין זיין א שבתאי. אן צו פרובירן הערן וואס ר' יעקב האט צו זאגן וועגן דעם ענין, האט די קהילה פירערשאפט באשלאסן אז זיי קענען נישט ערלויבן פאר קיינעם, און ספעציעל נישט פאר איינעם פון ר' יעקב'ס מדריגה, צו אונטערגראבן די קהילה אויף אזא אופן.

מען האט געלאזט וויסן ר' יעקב דורך א שליח אז זיין צווייטע באגעגעניש מיט די עקזעקוטיוו באורד שפעטער אין טאג איז אפגעזאגט געווארן, און פון יעצט און ווייטער וועט ער מער נישט מעגן אנהאלטן די טעגליכע דאווענען אין זיין הויז, ווי ער האט געטון די לעצטע אכצן יאר. מען האט אים אויך ארויפגעלייגט הויז ארעסט, פארבאטן צו פארלאזן זיין הויז ביז ווייטערדיגע מעלדונג. דעם קומענדיגן אינדערפרי איז געמאכט געווארן אן אנאנס אין דער גרויסער שול אז ר' יעקב איז געלייגט געווארן אין חרם, און קיין איין מיטגליד פון דער קהילה טאר נישט האבן קיין שייכות מיט אים, אדער וועלן זיי אליין ווערן ארויסגעווארפן פון דער קהילה. די זעלבע ערקלערונג איז פארגעלייענט געווארן פאר ר' יעקב ביי אים אין שטוב שפעטער אין טאג. זיין ענטפער איז געווען פשוט און שארף: "די וואס האבן מיך געלייגט אין חרם זענען אליין אין חרם, ווייל זיי האבן נישט געפאלגט די הלכה'דיגע פראצעדור איידער מיך לייגן אין חרם. זיי האבן געהאנדלט קעגן די תורה און געמאכט א חוזק פון אידישקייט".

די טראציגע רעאקציע האט נאר געמאכט די קהילה פירער נאך מער אין כעס, און זיי האבן רעאגירט דורך אראנזשירן אז די לאקאלע גוי'אישע אויטאריטעטן זאלן צוריקציען ר' יעקב'ס רעכט צו וואוינען אין אלטאנא. דעם קומענדיגן זונטאג האט מען אים באפוילן צו פארלאזן אלטונא פאר זעקס חדשים זענען אריבער, און קיינמאל נישט צוריקצוקומען. ביז מאנטאג זענען שוין געשטאנען וועכטער ביי ר' יעקב'ס הויז צו פארמיידן אז ער זאל ארויסגיין, און קיינער זאל אריינגיין. עס האט אויסגעזען ווי ר' יהונתן'ס פראקציע האט געוואונען דעם טאג, מיט ר' יעקב אינגאנצן נייטראליזירט און די סכנה צו דעם הויפט-רב'ס אויטאריטעט און קהילה שלום איז פאריבער.

אבער ווער עס וואלט געקומען צו דעם אויספיר איבער יענעם קאלטן שבט וואך, וואלט געווען אינגאנצן פארפירט. מען האט נישט געקענט אזוי גרינג אוועקמאכן ר' יעקב עמדין. פון זיין שטאנדפונקט האט די שארפקייט פון דער רעאקציע צו זיין דאנערשטאג'דיגער אנאנס נאר באשטעטיגט וואס ער האט שוין לאנג פארדעכטיגט: ר' יהונתן אייבשיץ איז געווען א געהיימער שבתאי וואס וואלט קיינמאל נישט געקענט איבערלעבן קיין שום אביעקטיווע אויספארשונג פון זיינע קמיעות, און ער האט דאס געוואוסט. דעריבער, טראץ די אומגלויבליכע כוחות וואס זענען געשטאנען קעגן ר' יעקב, און מעגליך טאקע צוליב זיי, האט זיין פולשטענדיגע איבערצייגונג אז ער איז גערעכט אים געטריבן פאראויס, ווי אויך זיין גלויבן אז די אמת וועט סוף כל סוף טריאומפירן. ווען קיינער פון די היימישע איינוואוינער האט נישט געוואלט אים פארטיידיגן אדער זיך אננעמען פאר אים צוליב די סכנה פון חרם, האט ר’ יעקב באשלאסן זיך צו ווענדן צו דריי רבנישע חברים מיט א בקשה פאר הילף. אין א דעטאלירטע בריוו האט ער פארזיכטיג באשריבן די לעצטיגע געשעענישן, און ערקלערט ווי זיין אנהייב צוריקגעהאלטענע אריינמישונג האט צום סוף געפירט צו די שטרענגע מיטלען קעגן אים. די דריי אדרעסירטע זענען געווען: ר’ שמואל הילמאן - ר’ יהונתן אייבשיץ'ס נאכפאלגער אלס הויפט רב אין מעץ; ר’ אריה לייב פון אמסטערדאם, פארהייראט מיט ר’ יעקב'ס שוועסטער; און ר’ יעקב יהושע פאלק - הויפט רב פון פראנקפורט, דער בארימטער מחבר פון 'פני יהושע' אויפן תלמוד, און אן קיין ספק דער מערסט געשעצטער רב אין דייטשלאנד, און מעגליך אין גאנץ אייראפע.

ר’ יעקב האט נישט געשוויגן. ער האט באצייכנט זיין פראבלעם ווי א 'מלחמת קודש', און האט באשולדיגט ר’ יהונתן - וועמען ער האט מיט פאראכטונג גערופן 'אייבשיץ' - פון 'סקאנדאליעזע אויפפירונג' און 'געטלאזע איבערצייגונגען.' ר’ יעקב האט באהויפטעט אז ער האט שוין לאנג געוואוסט וועגן ר’ יהונתן'ס שבתאי'שע נייגונגען, כאטש ער האט צוגעגעבן אז ער האט זיך נישט קעגנגעשטעלט ר’ יהונתן'ס באשטימונג אלס הויפט רב כדי צו פארמיידן די אומפארמיידליכע קהל'ישע מחלוקת וואס דאס וואלט פאראורזאכט. זיין טאלעראנץ פאר ר’ יהונתן האט זיך דראמאטיש געענדערט ווען די שבתאי'שע קמיעות זענען ארויסגעקומען, און ספעציעל ווייל ר’ יהונתן איז געווען אומפעאיג אדער אומווילנדיג צו געבן סיי וועלכע איבערצייגנדע ערקלערונג זיך צו ריינוואשן .

אלע דריי בריוו האבן זיך געענדיגט מיט די זעלבע קלארע סיכום וואס האט ערקלערט פארוואס ר’ יעקב רופט זיינע חברים צו האנדלען תיכף און מיט אנטשלאסנקייט: "אויב, חס ושלום, וועלן מיר בלייבן שטיל, ווי וועלן מיר ענטפערן פאר די קומענדיגע דורות ווען זיי וועלן פרעגן, 'פארוואס האט איר געלאזט דעם מכשול בלייבן, און פארנאכלעסיגט אייער פליכט עס אויסצוראטן?' מיר מוזן זיין מוטיג! מיר מוזן זיין שטארק פאר אונזער פאלק און פאר השי"ת! מיר מוזן מפרסם זיין די תועבה ווייט און ברייט, אז די קרענק זאל זיך נישט פארשפרייטן! און אויב מיר וועלן דאס טון, בין איך זיכער אז דער אייבערשטער אליין וועט אונז באצאלן פאר די ריכטיגע אקט."

די בריוו זענען געשיקט געווארן אין געהיים און האבן זיך לאנגזאם דורכגעוויקלט איבער אייראפע. אינצווישן איז ר’ יעקב געווען אונטער הויז ארעסט מיט לאקאלע פאליציי ביי זיין טיר צו פארמיידן סיי וועלכע פארבינדונג מיט דער אויסערליכער וועלט.

אנהייב האט אויסגעזען אז דער פלאן צו אפזונדערן ר’ יעקב און זיינע שטיצער, און ארויפצווינגען דעם ווילן פון די קהילה פירערשאפט אויף דער גאנצער קהילה, איז געווען דערפאלגרייך. אבער מיט דער צייט איז געווארן קלאר אז עס איז נאך פארבליבן א וויכטיגע פראבלעם. כאטש די שריט קעגן ר’ יעקב האבן אפגעשטעלט די קעגנערשאפט, האט דאס גארנישט געטון צו באהאנדלען דעם פאקט אז ר’ יהונתן איז אפן באשולדיגט געווארן אין אפיקורסות דורך א חשוב'ן און געשעצטן חבר, און האט אינגאנצן גארנישט געטון צו אפווארפן די באשולדיגונגען. אפילו צווישן די קהילה פירערשאפט זענען געווען אזעלכע וואס האבן געשפירט אז די ספקות דארפן זיך ענדיגן, און עס איז געווען נאר איין מענטש וואס האט דאס געקענט ענדיגן - ר’ יהונתן אליין.

א דעלעגאציע פון קהל'ישע נכבדים האט זיך געטראפן מיט ר’ יהונתן און געבעטן אז ער זאל רעדן ביי א פובליק פארזאמלונג ווי שנעלער. ער וועט דארפן קלאר אפווארפן ר’ יעקב'ס באשולדיגונגען, און אויך ערקלערן פאר דער קהילה ווי אזוי ר’ יעקב האט בכלל געקענט קומען צו אזא שרעקליכער מסקנא. אבער דאס וויכטיגסטע איז געווען אז ר’ יהונתן וועט דארפן ניצן זיין אויפטריט עפנטליך אפצולייקענען שבתי צבי און די שבתאים, און אפווארפן שבתאות. ביז יעצט האט זיך ר’ יהונתן צוריקגעהאלטן פון רעאגירן עפנטליך אויף די באשולדיגונגען, גלויבנדיג אז דאס וואלט געווען אונטער דער ווירדע פון זיין פאזיציע, אבער נאכן הערן פון פריינט און חברים ווי וויכטיג עס איז האט ער מסכים געווען צו געבן די רעדע אום זונטאג, כ"ו שבט תקי"א.

מודעות וואס האבן אנגעזאגט די רעדע זענען אויפגעהאנגען געווארן איבער דער גאנצער שטאט. דער אוונט איז אנגעקומען און דער שול איז געווען איבערגעפילט ביז דעם לעצטן זיץ. דער הויפט רב איז געזעסן ביים פראנט פון שול, ארומגענומען פון די שטאטישע דיינים און די עקזעקוטיוו פון דער פארוואלטונג. נאך מנחה האט ר’ יהונתן זיך לאנגזאם דערנענטערט צום עמוד. וואו ער האט נאר געקוקט זענען געווען דערווארטנדע פנים'ער. אפילו די עזרת נשים איז געווען פול, אינדרויסן, אין די לאבי פון שול, האבן זיך פארזאמלט נאך הונדערטער מענטשן, האפנדיג צו הערן, ווי שוואך עס זאל נאר זיין, וואס ר’ יהונתן גייט זאגן. די רעדע איז געווען אויסערגעווענליך. ר' יהונתן האט שטענדיג גוט גערעדט, אבער דאס מאל האט ער ארויסגעצויגן אלע שטאפלען און געגעבן די רעדע פון זיין לעבן.

ער האט אנגעהויבן מיט באמערקונגען וועגן דוד המלך און זיין בונטעווישן זון אבשלום, וואס האט אין דער אלטער אידישער געשיכטע פרובירט צו פארנעמען זיין פאטער'ס פלאץ אלס קעניג פון די אידן – כאטש זיין פאטער איז געווען דער מענטש וואס איז באשטימט געווארן פון ג-ט צו פירן דעם פאלק. פלעכטנדיג צוזאמען א רייע מקורות און געדאנקען, אלע פארשטארקט מיט די רעדנערישע פעאיקייט פאר וועלכע ער איז געווען אזוי בארימט, האט ר' יונתן געמאלן א לעבעדיג בילד וואס האט אים פארגעשטעלט ווי דער ליידנדער מלך דוד פון זיין דור, אויסגעשטעלט צו אן אכזריות'דיגן אטאקע פון א רחמנות'לאזן אבשלום. נאכדעם וואס ער האט איינגעפלאנצט די מעכטיגע סימעטריע פעסט אין די מוחות פון זיין עולם, האט ר' יונתן זיך יעצט געוואנדן צום צענטראלן טעמע פון זיין דרשה, און צום ערשטן מאל אין מער ווי פינף-און-צוואנציג יאר זיך דירעקט באצויגן צו דער אומרואיגער טעמע פון זיין כלומר'שטער פארבינדונג מיט שבתאות.

"מיינע פריינד, איך בין נישט געקומען היינט אייך צו געבן א דרשה. איך בין געקומען היינט ווייל מען האט מיך פארשווארצט. עס דרייען זיך ארום קלאנגען אז איך בין א מיטגליד פון דער סעקטע פון שבתי צבי, ימח שמו."

"ווען עס וואלט נאר געווען וועגן מיין כבוד, וואלט איך אפשר גארנישט געזאגט. אבער דער ענין רירט אן דעם כבוד פון מיינע הייליגע עלטערן. עס רירט אויך אן דעם כבוד פון מיינע תלמידים, פון וועלכע פיל זענען געווארן גרויסע רבנים און תלמידי חכמים אין זייער אייגענעם רעכט. ווי קען איך דערלאזן אז מען זאל זאגן אז זייער רבי איז א פאלשער, אז דער קוואל פון וועלכן זיי האבן געטרונקען איז געווען פארסמ'ט? אבער וויכטיגער פון אלעם איז דער כבוד פון די תורה אליין. ווי קען איך לאזן די תורה ווערן פארשוועכט? וואלט דאס נישט געווען דער גרעסטער חילול ה' ווען איך זאל אזא זאך דערלאזן?"

"איך מוז דעריבער נעמען דעם אויבערשטן אליין אלס מיין עדות, און דערקלערן קלאר און איינדייטיג אז איך בין אינגאנצן ריין פון אלע באשולדיגונגען קעגן מיר! סיי יעצט און סיי אין דער פארגאנגענהייט בין איך קיינמאל נישט געווען פארמישט מיט דער סעקטע וואס גלויבט אין שבתי צבי!"

א קאלעקטיווער אטעם-כאפ האט זיך געהערט פון די צוהערער. דער הויפט רב'ס דערקלערונג איז געווען אומצוויידייטיג. עס איז געווען א פולשטענדיגע אפלייקענונג. און דאך, עס האט פשוט נישט געמאכט קיין זין! וואס איז מיט ר’ יעקב'ס באשולדיגונגען? האט דען נישט ר’ יעקב באמערקט קלארע שבתאי'שע רמזים אין דער קמיע וואס ער האט אונטערזוכט? פארוואס זאלן די רמזים דארט זיין, אויב - ווי זיי האבן יעצט געהערט - ר’ יהונתן איז נישט קיין שבתאי?

pic1.jpg

ר’ יעקב עמדין האט פארעפנטליכט פילע ספרים און קונטרסים וואס האבן באשריבן ר’ יהונתן אייבשיץ'ס געהיימע שבתאי'שע זייט, און אויך געגעבן זיין זייט פון דער מעשה בנוגע דער קאמפיין קעגן ר’ יהונתן. איינע פון די ערשטע אזעלכע פארעפנטליכונגען איז געווען 'עקיצת עקרב', פארעפנטליכט אין 1752. דער שער בלאט צייגט אן אז עס איז געדרוקט געווארן אין אמסטערדאם; אין דער ווירקליכקייט איז עס געדרוקט געווארן אין אלטונא

ר’ יהונתן האט אויסגעזען גרייט פאר דער פראגע, און האט עס גלייך אדרעסירט: "עס קענען זיין צווישן אייך וואס וואונדערן זיך ווי אזוי קען מען מיך באשולדיגן אין אפיקורסות אויב איך בין עס נישט. דער ענטפער איז פשוט - מיינע באשולדיגער האבן נישט קיין באגריף פון וואס זיי רעדן! איך וואלט געווען באזארגט ווען זיי וואלטן געהאט די וויסנשאפט וואס מען דארף האבן מיך צו באשולדיגן. אבער זיי האבן עס נישט. לאזט אייך נישט נארן בלויז ווייל זיי זענען תלמידי חכמים. זיי האבן אינגאנצן נישט קיין הינטערגרונט אין קבלה, און האבן נישט קיין באגריף ווי אזוי א קמיע דארף געשריבן ווערן. נאר אן אמת'ער מומחה אין קבלה ווייסט ווי אזוי די ווערטער און די אותיות אין א קמיע זענען פארבונדן איינס מיטן צווייטן. דער צוזאמענשטעל פון א קמיע איז א קאמפליצירטער סוד באקאנט צו זייער ווייניג מענטשן, איבערגעגעבן דורך די מייסטערס פון קבלה צו א קליינע צאל פון זייערע תלמידים. נאר א נאר קען זיך איינרעדן אז ער ווייסט די באדייט פון קמיעות אויב ער איז קיינמאל נישט געלערנט אדער דערצויגן געווארן אין זייער צוזאמענשטעל. אותיות און ווערטער וואס זעען אויס צו זאגן איין זאך קענען מיינען עפעס אינגאנצן אנדערש, און זיי וואלטן דאס קיינמאל נישט געוואוסט. אפשר מיינען מיינע שונאים גוט, און איך האב נישט קיין קפידא אויף זיי אויב יא. אבער איין זאך ווייס איך - זיי זענען טועה, און איך בין אומשולדיג. עס איז אזוי פשוט ווי דאס."

דערנאך, מיט א שטימע וואס האט אנגעפילט דעם שול און האט זיך קלאר געהערט צו די וואס זענען געשטאנען דרויסן אין לאבי, האט ר’ יהונתן פארענדיגט זיין רעדע מיט די פאלגנדע מאכטפולע ווערטער: "זאל דער אייבערשטער מיך שטרענג משפט'ן אויב איך בין אמאל געווען א טייל פון דער שבתאי'שער סעקטע. זאל פייער און פלאמען אראפקומען פון הימל און מיך פארניכטן אויב איך האב אמאל אריינגעשטעלט שבתי צבי'ס פארשאלטענעם נאמען אין סיי וועלכע פון מיינע קמיעות. זאלן אלע קללות וואס זענען רעזערווירט פאר אפיקורסים מיך טרעפן אויב איך האב אמאל פרובירט צו פארפירן מענטשן צו אפיקורסות אדער צו אמונות וואס גייען קעגן אונזער הייליגע תורה. ווייל די וואס פאלגן שבתי צבי זענען שלעכטע מענטשן, און זייער אנוועזנהייט צווישן אונז איז א גרויסע סכנה. איך שליס מיך אן מיט גאנצן הארצן מיט אלע אונזערע גרעסטע רבנים וואס זאגן אז די רשעים דארפן עפנטליך אידענטיפיצירט ווערן און זיי מחרים זיין. זיי זענען שווינדלער און צעשטערער פון אונזער אמונה וואס קענען נישט האבן קיין חלק אין אונזער גאולה. לאמיר בלייבן שטאנדהאפטיג אין אונזער אמונה, און אין אונזער הייסער האפענונג פאר די אמת'ע גאולה, אזוי אז מיר זאלן זוכה זיין צו זיין א טייל דערפון, במהרה בימינו אמן."

די קהילה האט אלע געענטפערט 'אמן!' אינאיינעם און ר’ יהונתן האט זיך לאנגזאם צוריקגעקערט צו זיין פלאץ. צענדליגער מענטשן האבן זיך געדראנגט ארום אים, גערן צו געבן א האנט און אים גראטולירן פאר זיין באוועגנדע רעדע. שפעט אין דער נאכט האט דער שול ווייטער געברומט מיט דער ענערגיע וואס זיינע ווערטער האבן באשאפן. ענדליך האט אויסגעזען אז די פרשה איז פאריבער, און אז יעדער קען ווייטערגיין פון די שמועות און רמזים וואס האבן געפלאגט די קהילה פאר אזויפיל חדשים.

אבער אנשטאט צו פארלאנגזאמען זאכן, האט ר’ יהונתן'ס רעדע באשאפן א גאנץ נייע שטאפל פון שפאנונג אין דער קהילה. ר’ יהונתן האט באהויפטעט - אן צו דערמאנען זיין נאמען - אז ר’ יעקב עמדין ווייסט גארנישט וועגן קבלה אדער דעם צוזאמענשטעל פון קמיעות. בעת די וואס האבן אים נישט געקענט האבן זיך מעגליך פארגעשטעלט אז דאס איז אמת, אבער ר’ יעקב'ס נאנטע פריינט און באקאנטע האבן אים געקענט אלס א באהאוונטער מקובל. דעריבער, די פארשלאג אז ער איז נישט 'אויסגעשטאט' צו אונטערזוכן א קמיע, אדער אז ער האט נישט קיין 'הינטערגרונט' אין קבלה, איז געווען אוממעגליך און האט אויסגעזען גליטשיג. אויב אזוי, איז ר’ יעקב געווען מער ווי קוואליפיצירט צו באמערקן קאמבינאציעס פון אותיות וואס האבן געהאט רמזים צו שבתי צבי אין א קמיע. דעריבער, טראץ ר’ יהונתן'ס איינדרוקספולע רעטארישע פרעזענטאציע, איז פאר ר’ יעקב'ס שטיצער זיין פארטיידיגונג געווען נישט מער ווי אן אומאיבערצייגנדער פרואוו זיך פארצושטעלן אלס איינציג קוואליפיצירט צו פארשטיין דעם אינהאלט פון קמיעות, און סיי וועלכע אלטערנאטיווע ערקלערונג פון די קמיעות האט מען געקענט תיכף אפווארפן.

די צעטיילונג אין דער קהילה האט זיך אנגעהויבן פארשטארקן ווען די זארגן זענען ארויסגעברענגט געווארן. פאר ר’ יהונתן'ס זייט איז נישט געווען וואס ווייטער צו דיסקוסירן. ר’ יהונתן האט זיך עפנטליך ערקלערט, ער האט צופרידנשטעלנד אפגעווארפן זיינע באשולדיגער, און ער האט קלאר פארדאמט די שבתאים. אבער פאר די אין דער קהילה וואס זענען געווען סקעפטיש, האבן זייערע זארגן וועגן ר’ יהונתן זיך נאר פארמערט נאך זיין רעדע. זיי זענען אויך געווען ברוגז אויף ר’ יעקב'ס אנגייענדן הויז ארעסט, און די פולשטענדיגע אפשטעלונג פון סיי וועלכע שמועס וועגן די קמיעות. עס האט אויסגעזען אומפארמיידליך אז עס וועט זיין אן אויפרייס. די געמיטער זענען געווען צוהיצט, און כעס האט זיך געקאכט גלייך אונטער דער אויבערפלאך.

דער אויפרייס איז געקומען כ"ב אייר תקי"א, בשעתן דאווענען שבת אין גרויסן שול. דער חזן, משה קאסוויץ, א באקאנטער שטיצער פון ר’ יעקב, האט זיך געלאזט צום חזן'ס שטענדער אנצוהייבן פירן דאס דאווענען. אבער ווען ער איז געגאנגען צום פראנט פון שול האבן דריי פון ר’ יהונתן'ס שטיצער זיך געשטעלט אין גאנג צו בלאקירן זיין וועג.

"אנטשולדיגט," האט ער געזאגט, און פרובירט דורכצוגיין.

"דו גייסט אין ערגעץ נישט, יונגערמאן," האט איינער פון זיי געזאגט, "דו ביסט אן עקלדיגער מענטש, און עקלדיגע מענטשן קענען נישט פירן אונזער קהילה דאווענען."

"וואס רעדסטו?" האט ער געפרעגט. ער האט זיי שארף אנגעקוקט, און זיי האבן צוריקגעקוקט.

"ווי וואגסטו זיך צו שטיצן דעם שונא פון אונזער הויפט רב, דעם מחרחר ריב יעקב עמדין? טראכסטו טאקע אז מיר ווילן איינעם ווי דיר אלס חזן פון אונזער קהילה? מיר ווילן דיך נישט! גיי צוריק צו דיין פלאץ! אדער נאך בעסער - פארלאז דעם שול, און קום קיינמאל נישט צוריק!"

אנדערע האבן זיך שוין יעצט אריינגעמישט. זיי האבן אנגעהויבן זיך קריגן מיט די דריי גאנג-בלאקירער, און פרובירט העלפן דעם חזן זיך דורכשטופן צום פראנט. מענטשן האבן געשריגן איבערן שול צו דער סצענע פון דעם אינצידענט און איינער צום צווייטן. פלוצלונג האט איינער פון די דריי מענער געגעבן דעם חזן א פאטש אין פנים. קאסוויץ איז געפאלן צו דער ערד, זיין מויל בלוטיגט.

"דאס איז וואס פאסירט מיט איינעם וואס באליידיגט דעם גרעסטן תלמיד חכם פון אונזער דור!" דער אטאקירער האט געשמייכלט מיאוס, און דערנאך געשפיגן אויפן פארטומלטן חזן.

קאסוויץ האט זיך געמוטשעט אויפצושטיין, בלוט טריפט פון זיין מויל. אין יענעם מאמענט האט איינער פון דעם חזן'ס פריינט, א גרויסער ברייטער מענטש, אנגעכאפט דעם אטאקירער ארום האלז און אנגעהויבן אים ארויסשלעפן פון שול, די גאנצע צייט אים געבנדיג פעטש אין פנים. אנדערע האבן זיך יעצט אויך אריינגעמישט, און פלוצלונג איז דער שול אריינגעפאלן אין א געוואלדטאטן אויפשטאנד. מענטשן וואס מיט מינוטן פריער האבן רואיג געדאווענט אין זייערע פלעצער האבן יעצט געשריגן באליידיגנדע באמערקונגען איינער צום צווייטן, און זיך געשטויסט און געשלאגן. קליינע קינדער האבן געוויינט ווען זיי האבן געזען זייערע ווילד-אויגיגע טאטעס זיך אויפפירן ווי חיות. עלטערע מענטשן האבן זיך צוזאמענגעדרוקט אין די בענק, מורא האבנדיג זיך צו רירן. די סצענע איז געווען פולשטענדיג כאאס.

אין עטליכע מינוטן איז די לאקאלע פאליציי אנגעקומען צו צעברעכן דעם אויפשטאנד. זיי האבן אויסגעליידיגט דעם שול פון מענטשן און פארלאנגט אז ער זאל בלייבן פארשלאסן ביז די קהילה פירערשאפט וועט קענען גאראנטירן דעם שלום. אבער עס איז נישט געווען קיין גאראנטיע. די שטימונג אין דער קהילה איז געווען צו אומסטאביל. דערווייל האבן די שולן געדארפט בלייבן ליידיג בעת יעדע פראקציע האט אנגעהויבן דאווענען אין קליינע גרופעס אין מענטשן'ס היימען. אפילו די אפטיילונג איז נישט געווען גענוג צו פארמיידן אויסברוכן פון געוואלד. נאכאמאל און נאכאמאל האבן באליידיגנדע באמערקונגען געזאגט אין פובליק געפירט צו געוואלדטאטן און גאסן געשלעגן. די קהילה איז ממש צעפאלן.

ווי די קריזיס האט זיך פארשטארקט האבן ר’ יהונתן'ס שטיצער אנגעהויבן עפנטליך צו סטראשען ר’ יעקב, וועמען זיי האבן געגלויבט שטייט אקטיוו הינטער די אומרוען. ווי נאר ר’ יעקב האט דאס געהערט האט ער מיט ווידערווילן באשלאסן אז ער האט נישט קיין ברירה נאר גלייך צו פארלאזן אלטונא, און גיין קיין אמסטערדאם, וואו ער וועט בלייבן ביי זיין שוועסטער און שוואגער ביז די סיטואציע וועט זיך בארואיגן. ער האט אינפארמירט די לאקאלע אויטאריטעטן, אבער זיי האבן אים געווארנט אז פארלאזן די שטאט וועט נישט זיין פשוט. אין זיין היים איז ער כאטש געווען עטוואס זיכער, באשיצט פון שאדן דורך די לאקאלע פאליציי מאכט. איינמאל ער וועט זיך ארויסלאזן אינדרויסן איז דא אן אמת'ע געפאר אז ער קען אטאקירט ווערן, אדער אפילו גע'הרג'עט ווערן. דעריבער איז באשלאסן געווארן אז ער זאל אוועקגיין האלבע נאכט מוצאי שבת, ווען די ווייניגסטע מענטשן זענען אנוועזנד אויף די גאסן, און כדי נאך מער צו מינימיזירן סיי וועלכע מעגליכקייט פון אנטדעקונג, וועלן זיין ווייב און קינדער דארפן בלייבן.

דער געזעגענען זיך מיט זיינע פריינט און משפחה איז געווען זייער עמאציאנאל. ר’ יעקב האט געבענטשט זיינע וויינענדיגע קינדער און דערנאך ארויפגעקוקט אויף זיין הויז. וועט ער עס נאך אמאל זען? די סיטואציע האט אויסגעזען אזוי טרויעריג. ווי אזוי איז ער געקומען צו אזא נידעריגן פונקט? ער האט א צי געטון מיט די פלייצעס און געשאקלט מיטן קאפ ווען ער האט גענומען זיין פלאץ אין דער קארעטע וואס וועט אים ארויספירן פון שטאט. ער האט גענומען א לעצטן בליק אויף זיין ווייב און קינדער וואס שטייען פארלוירן אויף דער גאס אין דעם בלאסן לבנה ליכט. ווי וועט דער קאשמאר זיך ווען ענדיגן?

נעקסטע מאל: די קאנטראווערסיע פארשפרייט זיך ווען דער הויפט רב פון מעץ שטעלט צו באווייזן צו שטיצן ר’ יעקב, בעת ר’ יעקב יהושע פאלק פון פראנקפורט קומט אריין צו אונטערבעטן ר’ יעקב און נעמט איבער די פירערשאפט אין דער קאמפיין קעגן ר’ יהונתן. גיך ווערט דער קעניג פון דענמארק אריינגעצויגן אין דעם קריג, ווי אויך אן אפגעפארענער אידישער פארטיידיגער פאר ר’ יהונתן. דאס וואס האט זיך אנגעהויבן אלס א לאקאלע קהילה מחלוקת האט זיך געגרייט צו אנטוויקלען אין אן אינטערנאציאנאלן סקאנדאל.
 
לעצט רעדאגירט:
א ריזיגער שכוח פאר'ן נעמען די מיה! אויסטערליש אינטערעסאנט און באלערנד! עס ליינט זיך עקסטער געשמאק!
 
Back
Top