מיטב - נייע ביליגע גראסערי נעץ

ציצית קניפער

היימישער קרעמלער
זיך איינגעשריבן
מערץ 9, 2026
מעסעדזשעס
39
רעאקציע ראטע
171
פונקטן
28
עס גייט זיך עפענען א נייע טשעין סטאר גראסערי אין די היימשע געגענטער דארך יואלי לאנדא , וואס גייט אונטערהאקן די גראסעריס.
דאס קומט נאך וואס די גראסערי׳ס האבן געהאט טענות אויף יואלי לאנדאס חלוקה׳ס און לאזט זיי נישט מאכן געלד, האט יואלי פרובירט צי מאכן די חלוקה׳ס דורך די גראסערי׳ס און למעשה די גראסערי׳ס האבן ליצנות געמאכט פון עם מיטן נישט געבן קיין נערמאלע דעליווערי און סערוויס און שיסן עטיטוד אויף די קאסטעמערס.
האט ער מחליט געווען מען דארף עפענען א אייגענע גראסערי נעץ, ויקרא שמו מיטב (איך מיין זיבורית וואלט מער געפאסט, איך שטעל מיך פאר אז ער גייט געבען בעיסיק סערוויס, אבער ימים ידברו) פלענער זענען אז אין יעדע היימישע שטאט זאל זיין א מיטב געשעפט.
 
אויף ווען רעדט מען אז עס וועט זיך עפענען?
 
דער מעיאר מאנדאני האט דאך גערעדט פונדעם אז די שטאדט,גייט ארינגיין אין די גראוסערי ביזנעס, צו געבען ביליגער ווי די סופער מארקעטס, איז מסתבר אז ער גייט ארבעטען צוזאם מיט די שטאדט גאווערנמענט, ווי די פרייזען זענען סובסידייסט - מי יתן והיה
די יקרות פון די געוועלבער איז דאך ממש היוקר יאמיר
 
מיטב האט זיך געפנט אפאר יאר צוריק אין מאנראו, זיי האבן דארט 2 לאקאציעס, אין מאנסי האבן זיי איבערגענומען מאטי'ס אפאר חדשים צוריק און אזוי אויך האבן זיי געעפנט און פעסעיק. יעצט איז די רייע פאר וויליאמסבורג.
סערוויס איז טאקע נישט דא דארט, אזוי אויך האבן זיי נישט אלע אייטעמס אבער די פרייזן זענען שפאט ביליג.
 
אויף ווען רעדט מען אז עס וועט זיך עפענען?
אין קרית יואל איז דא 2
מאנסי
פאססעיק
איז שוין אויך דא

יואלי עפענט גאר בקרוב אין וויליאמסבורג שמועסט מען
 
פלאנט נישט בינגאו צו עפענען אין וויליאמסבורג? סאיז געווען אזא שמועה נישט לאנג צוריק.
 
ווי איז די 2טע אין קרית יואל
און ווי אין מאנסי?
כ'מיין אז די מאנסי לאקאציע איז ביי די סטריפ מאלל פון College x Horton.

אין מאנרא איז איינס אויפן 17M קעגן איבער די מוזעאום ווילעדזש, און די צווייטע איז אויף סאטמאר דרייוו ביי די געוועזענע פרענדליעס סופערמארקעט.
 
ווער איז ביליגער בינגאו אדער מיטב?
 
מטיב איז ביליגער אבער: מטיב איז סובסידירט ביי עשירים נדיבי לב (זיי דעקן אלע ארומיגע קאסטן).

דאס באדייט אז טאמער קויפסטו ביי מטיב געניסטו פון צדקה געלט #להוי ידוע
 
מ'קען עס אנקוקן ווי צדקה אבער ס'איז נישט ממש אזוי.

אפאר עשירים צאלן די רענט און עלעקטריק. אלע אנדערע זאכן צאלט דער קאסטעמער
 
כ'מיין אז די מאנסי לאקאציע איז ביי די סטריפ מאלל פון College x Horton.

אין מאנרא איז איינס אויפן 17M קעגן איבער די מוזעאום ווילעדזש, און די צווייטע איז אויף סאטמאר דרייוו ביי די געוועזענע פרענדליעס סופערמארקעט.
מאנסי איז מאטיס גראסערי
 
די רגע וואס די סטאר/גראסערי אייגענטומער פאקאוסט נישט אויף מאכן געלט, די סטאר מענעדשער באקומט א פיקסעד פעיטשעק פון די נדיבים וואס צאלן עס, און זיי צאלן רענט/ עלעקטריק וכו

אוטומאטיש, אלע פרייזן דראפן אסאך זייט עס איז שוין נישט דא א בעל הבית וואס דארפן לייגן גענוג א הויעכן מארקאפ צו קאווערן רענט/עלעקטריק/ארבעטערס וכו
 
מאנכע זאגן אז מיטב מאכט יא געלט
וואס איז זיכער איז אז זיי לייגן א קליינע צארק אפ בערך 10% אנשטאט די געווענטליכע 35% און פארדעם דארפן זיי צושטעלן אסאך ווייניגער
 
די רגע וואס די סטאר/גראסערי אייגענטומער פאקאוסט נישט אויף מאכן געלט, די סטאר מענעדשער באקומט א פיקסעד פעיטשעק פון די נדיבים וואס צאלן עס, און זיי צאלן רענט/ עלעקטריק וכו

אוטומאטיש, אלע פרייזן דראפן אסאך זייט עס איז שוין נישט דא א בעל הבית וואס דארפן לייגן גענוג א הויעכן מארקאפ צו קאווערן רענט/עלעקטריק/ארבעטערס וכו
Communism with it whole beauty.
 
Back
Top