מיין דשורני מיט IBS

שומו שמייעם

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
יולי 23, 2025
מעסעדזשעס
103
רעאקציע ראטע
502
פונקטן
113
IBS איז עפעס וואס אסאך מיטשענען זיך מיט דעהם, און אסאך ווייסען נישט אז זיי ליידן אויף דעהם בכלל, אדער וואס מ'קען טוהן צי דעהם, עס איז אייגנארטיג, ווייל עס איז א פיזישע זאך, אבער דאך קומט עס אין מענטעל העלט שנירל, אויב פארשטייסטו נישט פארוואס דאן ליין מיין מעשה
איך בין דורך א לאנגע דשורני מיט IBS און היינט ב"ה איז עס טעיקען קעיר אף, כ'גלייב מיין מעשה קען זיין אינטערסאנט פאר יעדעם, בפרט איינער וואס ליידט אויף דעהם, ובפרט אויב ער ווייסט נישט אז ער ליידט אויף דעהם, כ'גיי עס דא מיטטיילן, עס איז גאנץ לאנג, כ'גיי עס ציטיילן אין האלב
 
לעצט רעדאגירט:
מיין דשורני מיט IBS
מוצ"ש א' סליחות ירושלים עיה"ק



'שושו מעי, שושו מעי' א פיינע סעודה געהאט דעהם שבת צופרי, אבער מ'האלט שוין יעצט עטליכע שעה שפעטער און דער בחור האלט זיך נישט ביים ריקן אין ערגעץ... שוין אפגערייכערט עטליכע ציגערעטלעך, 'אין קול ואין עונה'... שוין מאכט זיך אמאל, שוין געהערט אזאנס...

מ'ברויך זיך גיין צולייגן נאך אפאר שעה גייט מען זאגן סליחות... נישט אז געווענטליך שלאף איך יענע שעה, אבער איך האב פונקט געהאט עפעס וויכטיג צי ערלעדיגן זונטאג פארמיטאג, אריינגעכאפט צוויי סלייסעס פיצה לכ' מלוה מלכה כמנהג הבחורים, און אריין אין בעט, למעשה האט דער מאגן גענודשעט ולא עלתה בידי צי דרימלען עד שבאו ואמרו... הגיע זמן 'שטייטס אויף צי סליחות'

גענדיגט סליחות קום איך צוריק אין דירה, כ'גיי פראבירן מיין מזל אין 'הכנות שטיבל' אולי יחוס... פלוצלינג איז מיר באפאלן אזעלעכע יסורים, שמערצן, קרעמפפן.... אזש ס'האט זיך מיר געוואלט שרייען ווי רבינו הקדוש..... כ'בין געלאפן אויפן קאויטש... כ'האב געזעהן שטערנס... ס'האט געפילט ווי איינער אינערווייניג שניידט מיט א מעסער!! קיינער איז נישט געווען אין דירה און איך האב באמת מורא געהאט וואס קען געשעהן.... בינעך ארויסגעקומען פון דירה, טרעף איך א בחור פון די נעקסט דאר דירה, כ'קען איהם גוט, אן עלטערע אחריות'דיגע בחור, ער פרעגט מיר גלייך, "וואס גייט פאר מיט דיר?, דו זעסט נישט אויס גוט", "מיין בויך רייסט אויף א נעקסט לעוועל", כ'האב ממש נישט געקענט רעדן, מיין גאנצע גוף האט ווייבערעיטעט, כ'זאג איהם אפשר דארף מען ריפן הצלה..., "טרייב נישט איבער.. גיי דא אויף יואל איז דא א דאקטער פון מאוחדת, לויף אהין!!" כ'האב ממש נישט געקענט גיין, קוים שלעפ איך מיך צי די דאקטער, די צוויי מינוט וואס כ'האב געדארפט ווארטן האט אויסגעקוקט ווי אן אייביגקייט! ענדליך הייבט ער אן טשעקן, פרעגט א ים מיט קשיות, פארשרייבט מיר א פערסקריפשען פאר לוקטולוז (העלפט פאר עצירות), און געבט מיר א 'הפניה' – 'רעפערל' צי מאכן א 'בדיקת נשיפה' (וואטעווער איט מיענס...) אין די צענטראלע סניף פון 'מאוחדת' אויף 'הטורים', מיט איין אטעם לויף איך צי מאוחדת, אראפ גאנץ גאולה לויף איך ווי א שלאנג געביסענער.... איך געב א שטורעם אריין צי מאוחדת כ'לויף צי צום דעסק, די סעקרעטערי האלט אינמיטן רעדן מיט איינעם, כ'טריי צי כאפן איר עטענשאן, אבער איך... אךךךך אריינגעשמיסן אין די ערשטע ביה"כ, און זיך גענימען ברעכן ווי א ברעכן מאשין..... און ברעכן, און ברעכן... 'אדוני! הכל בסדר איתך?' (באמת, נראה לך?...) ווייז איך פאר די נורס די 'הפניה' פאר דעהם 'בדיקת נשיפה', זאגט זי אז מ'מאכט עס נאר צוויי טעג א וואך, און נאר ביז 11 אזייגער... שוין, פאר היינט איז עס שוין דערנאך, דארף מען אריינריפן מאכן אן אפוינטמענט.

למעשה נאכן ברעכן האב איך אנגעהויבן שפירן בעסער... גענומען עפעס וואס העלפט פאר געז, וכדו', (שוין מסתם איז עס געוועהן עפעס א שווארמה וואס כ'האב געגעסן.... געטראכט) כ'העל שוין קעיר נעמען אינדערהיים אין אמעריקא, מ'פארט דאך שוין אהיים נעקסטע וואך.... אזוי איז עס געווארן א רוטין, יעדן טאג נאכן אויפשטיין האב איך געהאט ווייטאגן, געליגן אויפן קאוטש א וויילע ביז עס האט נאכגעלאזט, און מ'געקענט אנגיין ווייטער מיטן טאג....

ערב ראש השנה. כ'בין געגאנגן צום כותל המערבי זאגן סליחות, אבער די בויך האט אזוי מין אנגעהויבן נודשען אז כ'האב זיך נישט געקענט מרכז זיין אויף קיין איין ווארט, כ'האב געהאלטן אין איין לויפן אין ביה"כ און צוריק... אויפן וועג צוריק בין איך אראפ פונעם באס אויף גאולה, אריין און בית מרקחת, געקויפט די 'לוקטולוז' וואס די דאקטער האט מיר פארשריבן.

ראש השנה ביינאכט האב איך געגעסן ביי איינעם די סעודה, און זיינע צוויי קינדער האבן געהאט שטארקע בויך וויי, איינער פון זיינע קינדער האט ממש געוויינט פון יסורים, פונקט איז געוועהן א חבר מיינע וואס האט אויך געהאט בויך וויי, האט מען מחליט געוועהן, דאס איז עס! עס איז זיכער א וויירוס וואס גייט ארום...

די תפילות ראש השנה איז געוועהן אזוי איי איי איי (כפשוטו...) די 'לוקטולוז' האט גראדע געהאלפן אביסל, און שוין, 'צום גדליה' פארט מען אהיים.

כמעשהו בארץ כך באמעריקא, אויפגעשטאנען, קרעמפן, מקוה, יסורים, סליחות, שמערצן, וחוזר חלילה, יעדן טאג נאכן דאווענען געליגן אויפן קאוטש, געדרייט אלע פאזיציעס, בשעת כ'פיל ווי מיין מאגן פארדייט שטייטליך און פיינפול די נעכטיגע וועטשערע.... ארום 2/3 אזייגער האב איך געקענט אנהייבן טראכטן פון עסן... און די ערשטע געלעגנהייט האב איך געמאכט אן אפוינטמענט ביי די דאקטער (למען הדראמא, איז מיין אינשורענס פונקט נישט געווען עקטיוו... ווייסעך נישט פארוואס....)

די דאקטער האט גלייך געזאגט אז לויט ווי ס'זעהט אויס רעדט זיך עס פון קראונס אדער קאליירעס דעזיז רח"ל "יא, ס'דא אסאך בחורים וואס קאמפלעינען, דאס איז די עידש וואס עס קומט ארויס.... " א סקרוך איז דורך מיינע ביינער... (עכט...) כ'בין דאך אין שידוכים, נאר דעיס פעלט מיר אויס יעצט טאטע אין הימל.... "לעטס פירסט טעיק סאם טעסטס ענד וויל סי.... לעטס הויפ פאר די בעסט..." והסדר כדלהלן: x-ray /blood test /stool test

בלוט-טעסט ריזאלטס קומען צוריק, ב"ה אלעס איז פיין!!!

אין די עקס רעי זעהט די דאקטער א שרעקליכע אנגעלייגטקייט, ממש פון אונטען ארויף, ער פארשרייבט מיר צי נעמען מירעלעקס

די ריזאלטס פון די סטול-טעסט נעמט כאטש 7 טעג ביז עס קומט צוריק

ביזדערווייל האב איך אנגעהויבן נעמען מירעלעקס... לאמיר האפן ס'איז נאר דאס

יום כיפור איז געווען חורבן, היות כ'האב נישט געקענט נעמן קיין מירעלעקס אדער טרינקען סיי וואס, א מין עצירות וואס די וועלט האט נאכנישט געזעהן... כ'האב נישט געקענט שטיין און נישט זיצן.... די רוקן האט געריסן שטיקער (כידוע פאר די מלומדים בעצירות...) די קאפ האט געשאסן... כ'האב ממש נישט געקענט דאווענען, אבער פארוויינט געשריגן צום באשעפער, ער זאל מיר פארשרייבן א 'גמר חתימה טובה' און א געזינטע יאר... כ'האב דאך געציטערט וואס גייט פאר מיט מיר, וואס איז מיין פראבלעהם... סוף טאג איז די מצב געווארן ערגער עט סאם פוינט בין איך געלאפן ברעכן יעדע מינוט... פיינעלי האט מען אויסגעפאסט! קומט יעצט די סעודה מוצאי, כ'האב געטרייט צי וואטשען וואס איך עס, אבער ס'האט מיר גאנץ ווייניג געהאלפן... שעות בין איך געליגן אין בעט מיט יסורים, ווען די עסן האט ווי כאילו נישט געקענט מחליט זיין אויב ער זאל גיין אראפ אדער ארויף, ביז אין די פארטאגס שעות, בקיצור דאס איז א טעימה קלה פון די שווערע טעג נעכט ווען אלעס דרייט זיך ארום די עסן/דיידשעסטן סיסטעם, ס'נעמט ממש איבער די גאנצע לעבן כמאמר חז"ל 'קשין נקבים, כקריעת ים סוף', (אפשר מיינט מען ווי די מרכבות פרעה וחילו...)
המשך יבא
 
חלק ב': די ריזאלטס קומען צוריק!

ערגעץ פאר סוכות איז צוריקגעקימען די 'סטול טעסט ריזאלטס' און ס'האט געוויזן אז ס'איז אינפלעימט... עפעס גייט פאר... דיי דיי דיי דיי דיי, מ'דארף גיין צי א GI, א פראפעשינעל מאגן דאקטער האצעך אנגעהויבן א מעשה, מיט חיים מעדיקעל, בקיצור מ'האמיר אן אפוינטמענט ביי א GI חול המועד סוכות, שוין, לאמיר נישט אריינגיין באריכות ווי יעדע סעודה איז געווען א פיינפולע 'מסע של יסורים'.

זעמיר דא ביים דאקטער, גענומען די ווייטעלס און אויסגעפרעגט א טוץ מיט קשיות, גענומען אפאר קליינע טעסטס, און ער איז פארטיג, "הכל בסדר! קענסט אהיימגיין, האסט נישט גארנישט! איך זעה יעדן טאג מענטשען, זייער לעוועל אינפלעמעישען איז סאך סאך א העכערע רעינדש, אויב ס'דא א דעזיז... כ'פארשרייב דיר עפעס פאר מאגן ווייטאג, נעם ווייטער מירעלעקס, שיק אריין נאך א סטול טעסט (מ'גייט נישט אהיים קיינמאל אן קיין סטול טעסט...) און א גוטן טאג!! קום צוריק און צוויי וואכן פאר א פאלאו אפ!!

ארויס פון דארט מיט א פארלייכטערונג, כ'קום אהיים און ווי וואונדערליך עס הערט זיך איז די גאנצע מעשה ווי פארשווינדען געווארן... די אשר יצר זאגט זיך א מחי'!!

צוויי וואכן שפעטער צוריק צום דר. מ'נעמט נאכאמאל אלע טעסטס, ער זאגט אז כ'קען שוין אויפהערן די מעדיקעשאן, נאר נעמען ווען ס'טוט וויי, "יעצט לייג דיך איבער אויפן בעט.... המממ... עפעס זעה איך איז נאכנישט אינגאנצען מסודר... כ'וואלט דיר נישט געלאזט גיין סתם אזוי... די דארפסט מאכן א קאלאנאסקעפי און ענדאסקעפי" (מ'גייט אריין מיט א קאמערע פון אינטען ביז די קישקעס, און פון די מויל ביז די מאגן)

פאר די קאלאנאסקאפי האב איך געדארפט טוישן צי אן אנדערע אינשורעס וואס עפראווט עס אין מיין פאל... ס'געווען דעמאלטס די 15טע און ס'ווערט אקטיוו אין די 1טע, צוויי וואכן פונקט, געמאכט אן אפוינטמענט פאר צוויי וואכן, שוין וואס קומט יעצט? געמיינט כ'בין פארטיג..., אויפן וועג צוריק בין איך ציגעגאנגען צי מיין זיידעס קבר, וואס איז דארט אין געגנט זאגן אפאר קאפיטלעך תהילים, אז אלעס זאל זיין גוט.

כ'קום אהיים פון די דר., (א דאנערשטאג איז עס געווען) נאך נאכטמאל, די עסן הייבט פלוצלינג אן צי נודשען, שנעל האב איך איינגעשלינגען א טאבלעט, אבער ער בארואיגט זיך נישט... כ'גיי אין ביהמ"ד צי מיין חברותא... אבער כ'דארף לויפן עמערדשענסי... און איין מינוט איז די אלטע פיין געווען צוריק אבער דאסמאל סאך שטערקער! די מצב האט זיך פארערגערט יעדע סעקונדע! כ'האב אנגעהויבן אהיימלויפן, אריינגעסטאפט אין א מניינים סענטער דאווענען מעריב, אבער כ'האב נישט מצליח געווען צי שטיין גראד, אזעלעכע יסורים! כ'בין אהיימגעלאפן, און ווען איך בין אנגעקומען האב איך געזעהן שטערנס!!! כ'האב אנגעהויבן ארומלויפן די דיינינג רום טיש ווי א וואנדזיניגער!!! און ווי א מינוט ווערט עס ערגער, כ'האב אנגעהויבן שרייען פאר יסורים, "ריף הצלה ווייל כ'פיל ווי דאס איז מיין סוף!!! כ'האב מיך גערוילט אויף די ערד!!! און זיך געווארפן פאר יסורים!! נישט משיג צי זיין די יסורים, כ'האב געפילט ווי כ'טראג עס נישט איבער.

נאך אפאר מינוט האב איך אנגעהויבן ברעכן, און ס'איז געקומען אזוי ווי קאנטרעקשענס און א פעטטערן, קרעמפפן ארויף ביזן קלימאקס, געבראכן, (אפי' ס'שוין נישט געווען וואס..) זיך בארואיגט א מינוט, וחוזר חלילה... לכאורה געווען מיין שווערסטע נאכט (פיזיש) אין מיין לעבן (נישט מער געדאכט...) אבער אויך די שווערע נאכט איז געקומען צי אן ענדע...

יעצט האט מען אנגעהויבן נעמען זאכן מער ערנסט, מען האט אנגעקלאפט ביי אלע גוטע אידן און אידענעס, זיך געשלעפט ביזן אנדערע עק שטאט קויפן עפעס וואס 'מ'זעהט פלאות' און ס'איז 'בדוק ומנוסה', מ'קען זאגן אז ס'האט געארבעט א רעטעך...

זונטאג דערויף האב איך געהאט אן אפוינטמענט ביי די לאקאל דר. צי נעמען אפאר טעסטס אנבאלאנגט די באפארשטייענדע קאלאנאסקעפי, ווען כ'בין אהיימגעקומען האב איך אנגעהויבן פילן ווי זאכן גייען אין די נישט גוטע דירעקציע, כ'האב שנעל אנגעריפן די GI ער האט אנגעהויבן פרעגן נאכאמאל א זאק שאלות (די מאגן סוגי' איז זייער אייגענארטיג, און יעדע זאך וואס מ'פילט מאכט אויס, מאגן דר. לייגן א גרויסע געוויכט אויף שאלות, און מ'דארף ענפערן זייער ספעציפיש) ער האט געהייסן קויפן עפעס פון פארמעסי, וואס כ'האב גלייך אויסגעבראכן, און ביז א קורצע צייט געווען אינמיטן א מאסיווע אטאקע אזויווי דאנערשטאג, נאר יענע טאג האב איך כ'מעט גארנישט געהאט געגעסן אויס מורא אז ס'גייט זיך נישט גוט ענדיגן, מילא בין איך נאך עטליכע מינוט געבליבן ליגן מאכטלויז און פאר'חלש'ט פון די יסורים, די דר. האט געזאגט תיכף אריין קומען אין שפיטאל...

ליג איך אזוי אינמיטן נאכט אין עמערדשענסי רום, כ'שפיר שוין סאך בעסער, כ'באקום אינטערווינעס, מעדעצין אין פעינקילערס, יעצט ווארט מען קודם פאר א קעט סקען... אפשר איז עס דעיס אפשר יענס, כ'געדענק נישט און כ'וויל נישט זאגן, אלעס וואס מ'האט אלס ארויפגעברענגט, דערווייל דארף איך טרינקען עפעס א קאלטע פינקע טרינק... מאנטאג צופרי האט מען מיך גענימען צי א קעט סקען...

אלעס איז צוריקגעקומען גוט!!, אבער פון דא גייט מען שוין נישט אהיים אן קיין 'קאלאנאסקעפי'... לכבוד דעהם דארף מען אויסליידיגען די מאגן... א ריזיגע שאל וואסער מיט א ריזן קוואנטום מירעלעקס אין דעהם, דארף מען אויסטרינקען משך אפאר שעה... פעךךךך.... ס'איז עקלדיג, אבער שוין, נאך א שטיק צייט הייבט די מירילעקס אן ווירקן אין מ'דארף זיין אין די ראדיאס פון א רגע כמימרא פון א ביה"כ.... ס'קומט אן אויפהער ביז ס'קומט ארויס ריינע וואסער און דעיס מיינט אז די מאגן איז אויס-גע-ליי-די-גט! דינסטאג צופרי בין איך אריין צי די קאלאנאסקעפי, כ'זעה ווי נורס דרייט עפעס ארויף ביי מיין אינטערווינעס, חחחחח..., א שעה אהאלב, און פון שלאף האב איך זיך אויפגעוועקט!

"העללא, יאנג ענד העלטי גיי!" האט די דאקטאר אויסגעריפן צי מיר ווען ער איז צוריק אין צימער "אלעס קוקט אויס גוט!!!" ביסט באפרייט פון שפיטאל... נאך אפאר טעג גייט זיין מער פונקטליכע ריזאלטס, מ'גייט אייך דעמאלטס ריפן, פארשטייט זיך מיטגעשיקט נאך א פעקעלע מעדיקעשאן, מ'גייט נישט אהיים מיט ליידיגע הענט, אזויווי באבי...

דא בין איך געווארן אינגאנצן צימישט, פון איין זייט בין איך זייער פריילעך אז אלעס איז אקעי, אבער פון די צווייטע זייט ס'טוט מיר וויי וואס איז עס באמת? מיין מאגן איז דאך 'נישט' אקעי.... אויפן מינוט איז מיין מאגן געווען מסודר איז דאך נישטא וואס ציטאן, גיימיר אהיים, ווארטן פאר די נעקסטע סטעפ....

אריבער אפאר טעג אין די דאקטער ריפט, "אלעס איז אקעי, כדי צי קענען זיין אינגאנצן זיכער וויל איך זאלסט מאכן נאך א טעסט, און צוויי טעג ארום זיי ביי מיין אפיס..." דעי טעסט איז שוין אינטערסאנט... עס איז א פיל וואס איז בעצם א קאמערע, ס'פלעשט אגאנצן צייט, ס'כאפט בילדער... עס איז אן איזרעילי ערפינדונג, מ'שלינגט עס אראפ און ס'האקט פיקטשערס פון די מאגן, ס'גייט אראפ די גאנצע מעשה, מ'דארף אויך אנטון אזא מאשין/הארדרייוו, צי וואס, די בילדער ווערט געשיקט אהין מיט בלוטוט, און מ'ברענגט עס צוריק צו די דאקטער, אזויווי די קאלאנאסקעפי טאר מען נישט עסן א טאג פארדעהם, און מ'דארף אויסליידיגען די מאגן מיט די מירעלעקס.

איך האלט שוין נאך די טעסט, כ'מיין ענק ווייסן שוין וואס די ריזאלטס זענען.... יאפ ס'איז ב"ה גוט! נא שטעלט זיך די מיליאן דאלערדיגע פראגע: "וואס איז עס, פאר א גוט יאר?!"

דעיס איז ווארשיינליך” IBS”

וואס?! א רגע וואס דארף מען טון פאר דעהם?!"

"עי האג ענד עי קיסס" (A HUG & A KISS)

סתם ולא פירש.

עפעס האט ער געזאגט אז נאכן חתונה גייט עס זיין מסודר, און עפעס וועגן סטרעס.... נישט קלאר
........................................................................................................................................................................................................................................
 
סא וואס איז IBS

I.B.S. STANDS FOR Irritable bowel syndrome

(IBS) is a common chronic condition that affects the large intestine (colon). It is characterized by abdominal pain, bloating, gas, diarrhea, and/or constipation.

IBS is often categorized as a functional gastrointestinal (GI) disorder, meaning there's a problem with how the brain and gut work together, rather than structural damage to the digestive tract

און קורצן: ער שרייבט די סיפטאמען, דייעריע, קאנסטיפעישאן, בויך וויי, געז, וכו' און לייגט צי אז עס איז נישט א פיזישע פראבלעהם אין די מאגן, נאר זאגאר אין מח...

א שנעלע סוירטש אויף גוגל אדער AI וועט דיר גלייך זאגן אז עס איז נישט באקאנט וואס איז דער גורם פון IBS אבער דאס יא

Causes of IBS:

  • Stress, Anxiety, or Depression: Emotional states can significantly influence IBS symptoms.
  • Early life stress: Traumatic experiences in childhood may increase the risk of developing IBS.
מער איבער IBS

(ע"פ AI)

נאך מ'האט מיך געזאגט כ'האב IBS האב איך בס"ד געטראפן עטליכע וואס זענען אין מיין מצב, און ב"ה זיי האבן מיר געוויזן די וועג ארויס, אלע האבן געזאגט פה אחד: סטרעס, סטרעס, סטרעס, דאס איז עס.

תכלית איז אנגענומען, און ביי מיר איז עס בלי ספק געווען די פאל, אז עס קומט פון לאנג טערם סטרעס, וברצותו מאריך וברצותו מקצר, מיינענדיג צי זאגן אז בשעת ס'איז שוין דא וועט עס גיין און קומען געוואנדן אין די סטרעס שטאפלען בשעת מעשה, ווי מ'קען זעהן קלאר אין מיין מעשה, ווען כ'בין אהיים פון דאקטער האט זיך עס בארואיגט און די רגע די ד"ר האט געזאגט אז ער מיינט אפשר יא, מ'דארף מאכן א קאלאנאסקעפי האט עס גלייך אויפגעשפילט!, דהיינו IBS נעמט אריין אלע מאגן פראבלעהמען ווי , קאנסטיפעישאן, דייריע, קרעמפפן און געז, ועוד, אבער ווען מען קומט צי הויכע סטרעס קען עס אויפפלאקערן מיט יסורים נוראים, ווי געשילדערט

ווען מענטשען הערן דאס עפענען זיי צומאל גרויסע אויגן, אבער בעצם קען יעדער קלאר זעהן אז סטרעס האט א דירעקטע אפעקט אויף די מאגן, ווען מען ווערט אנגעצויגן אדער דערשראקן שטארק, דארף מען לויפן גלייך, און אינעם בעסטן פאל האט מען נישט קיין אפעטיט צי עסן, אינעם שלעכטן פאל קען מען ברעכן אויך... ווען סטרעס זיצט פאר א לענגערע צייט קען עס שאפן שווערע פערמינאנטע שאדנס פאר די פארדייאונגס סיסטעם, ווען מען איז סטרעסט אטעמט מען נישט געהעריג און געוויסע צעלן אינעם מאגן קענען אפשטארבן.

IBS איז נישט עפעס וואס מען קען ווארפן אונטערן קארפעט, און נישט קעיר נעמען, אך און וויי ווען די טאג קומט און מ'כאפט פאר דעהם, עס קען ווי געשריבן מאכן שווערע שאדנס, און ס'קען אויסקלאפן אויך אויף אנדערע פלעצער למשל ציין ווייטאג.

וואס איז די לעזונג צי IBS

קודם כל א גוטע דייעט, נישט עסן זאכן וואס טריגערט די מאגן, וואס קען זיין ביי יעדעם עפעס אנדערש

די לעזונג צי IBS איז טרעפן א לעזונג פאר סטרעס, א. גיין אויף העלפ אויב מען ליידט פון געוויסע טראומא,ענעקזייעטי, אדער ווייניג זעלבסזיכערקייט, אדער סיי וואס

ב. איז טוהן ברידינג עקסערסייז,
קודם כל מיט אסאך גוטע ברידינג קען מען מתקן זיין ווי תשובת המשקל, אז די אפגעשטארבענע צעלן אין די מאגן זאלן באקומען חיות, די מאגן שטעלט זיך צוריק אויפן פלאץ, ושנית נעמט עס אוועק די סטרעס, רעגלמעסיגע ברידינג אפאר מינוט צופרי און ביינאכט בארואיגט דיין מח! און נעמט אוועק די סטרעס, בדוק ומנוסה! (ס'איז סתם אזוי רייטזאם פאר א רואיגערע לעבן, מנוחת הנפש, אהההה...)

ווען עס מאכט זיך אז איך ווער געטריגערט, צי ווען ס'איז אנגעצויגן, (יא, ס'שאדט מיר גראד, אויב איך בין סטרעסט הייבט די מאגן גלייך אן צי קוועטשען...) אדער געגעסן עפעס נישט גוט, און די מאגן הייבט אן זינגען (ברכי נפשי את ה' וכל קרבי...) גיי איך אויפן קאוטש מיט א 11 מינוטיגע ברידינג סעשאן פון 'ווים האף', כ'אטעם אריין טיף טיף, אריין אין מיין בויך, ארויס, און נאכאמאל אריין.... און ס'בארואיגט זיך... א קוועטש!-א אטעם!

יא ס'קוקט אפשר אויס מאדנע, אבער ס'איז א פאקט! אריינאטעמען ריכטיג קען העלפן פארדייען א שטיקל קאקאש קעיק!

אטעם גוט, און זיי געזונט!
 
נישט געליינט, פשוט מקוצר הזמן. איך וויל אבער יא רעאגירן אז אויב פאל איך נישטא צוריק אריין זאל מיין הודעה כאטש קענען זיין הילפבאר.

דר' סארנאו'ס ביכל the divided mind האט פאר מיר ארויס געוויזן אותות ומופתים.
 
Wow wow גאנצע זאך איז מיר געווען חידושים, על אף די פאקט אז סטרעס און פרעשור און נערווען קענען איבערדרייען פיזיקלי האב איך געוויסט אבער נישט צו דער לעוועל
הערט זיך ווי א שווערע טענס דזשוירני.... איך פיל שלעכט פאר דיר
האסט זיך מסתמא גערישט אויף די ערגסטע בשורות צענדליגער מאל.

אבער אויב מעג איך פרעגן, וואס האסטו למעשה געטון? און ווי אזוי איז עס היינט?
 
(ווי געשריבן האב איך גענומען א תקופה מעדיקעישאן (גרינגע זאכן) אבער דעיס איז נישט צי אויסהיילן די שורש...)
כ'בין געווען אויף העלפ פאר אישוס וואס האבן אין מיין פאל גורם געווען די סטרעס, בגדול האט מען געמאכט שיינע פארשריט, אבער מ'קען אלס ווערן בעסער
אויך האב איך געטון טעגליכע ברידינג עקסערסייז, (כ'האב דערמאנט, ווים האף, ועוד..)
היינט צוטאגס בין איך בעיקרון מסודר, הגם מיין מאגן איז סענסעטיוו, און מ'דארף טראכטן פאר מ'ריקט אריין די גרינע דוריטוס....
אבער ווי געשריבן ווענד זיך עס אין די סטרעס שטאפלען, און מ'זעהט עס בחוש אויב כ'מאך נישט קיין ברידינג א שטיק צייט, ווער איך סטרעסט שנעלער, און די תוצאות זענען שטארקע קאנסטיפעישאן, ועוד...
 
א גרויסן דאנק פארן שעירן!
ס'וועט זיכער העלפן אנדערע!

ס'דא אזעלכע וואס ווען זיי גייען אריין אין א רוהיגע געשמאקע פלאץ, ווי א לייברערי, דארפן זיי פלוצלינג לויפן הכנות
כ'קען רילעטן. אז מ'האט צייט צו פיהלן די שטילע ווייטאגן.

כ'געדענק דעם מינוט וואס כ'האב מחליט געווען אז מיין בויך מוז נישט זיין אפסעט, איך מעג נעמען אפאר גוטע אטעמס און זיך מוחל זיין אויף וואס איך שפיר באמת שלעכט און מער נישט וויי טון מיין מאגן אלץ אן אופן פון זיך שלאגן מיט מיין פיין!

פון דארפן גיין אין ביה"כ מיט מאגן קרעמפן האט זיך אלעס פליצלינג בארואיגט, כ'בין געבליבן ווייטער זיצן אויפן קאוטש און טשילן קענענדיג הנאה האבן פון מיין לעבן!
 
Back
Top