מיין גלויבן: אדער רויט אדער טויט

אינטעליגענט

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 20, 2024
מעסעדזשעס
1,205
רעאקציע ראטע
2,960
פונקטן
443
מיט א רויט היט וועל איך שטארבן,
און מיט א רויט היט וועל איך לעבן
און זיינע זינד אלעמאל פארגעבן
ווייל איך גלייב אז אדער רויט אדער טויט

"ראדיקאל אוי ראדיקאל" קען נאר א קאמאלא חסיד זיין...טי ריי ראם
אבער איך, איך איך איך אליין גיי מיטן טראמפיש'ן מאגא פלאן
קאנצעפטן, געשעפטן,
24 שעה און אין צוויי וואכן בקרוב... גייט ער אין פולן קראפט אריין
אזוי וויין איך צו מיר אויפן וועג צום אייגענעם געגראבן באד אריין
אבער "פילן" פיל איך ווי די עקאנאמיע הערליך פארט, און פון ”טראכטן” האט נאך פאקטיש קיינער קיין טעקס נישט געשפארט
טעותים קען נאר ביידן מאכן
אבער טראמפ איז infallible און ווער עס האלט אנדערש איז גאליבל - און א מח א פלאכ'ן

איך גלייב אין פרייע רעכטן פאר מיר, פאר מיין קינד, ווייסטו וואס איך בין דאך נישט קיין ראסיסט זאל זיין שווארצע אויך
די גאנצע מעשה
אבער די אי איי איז כפירה
און אימיגראנטן האבן א גרויליגע איסלאמישע צורה
איך? איך בין נישט קיין ביגאט אדער האסער נע, אבער וואס זאל איך טוהן דזשאב'ס רויבן צו די אידן, כ'מיין כ'מיין די גואטאמאליענ'ס
און א רחמנות אויף דער ווייסער

איך בין אזוי רויט איך עקל מיך פון די וועסט האליוואד און סקיד ראו וועגן
אבער איך שטיץ מאגא, א ראסיסטיש סלאגאן פון ראנעלד רעיגן
וואס האט דייקא געשניטן אן אסטראנאמישע 100 ביליאן האוזינג און העלטקעיר פארמעגן
צו העלפן דראג יוזערס האבן א מסגרת און ווערן ריין
כ'ווייס נישט... כ'פארשטיי איך סאונד ווי א אידיאט מיר האט מען געזאגט בלויז אויף געווין נוסאם זיך צו רעגן
מאגא מאגא יוטאפיע, נו ווי איז עס? שוין פון די 80'ס מיר אלע ווארטן און פרעגן?
פארפאלן, זאגסט נישט שלעכט אבער דאך
מיין קאגניטיוו די... ניין מיין אמונה איז שטערקער עם כל זה גלייב איך נאך אלס... אדער רויט אדער טויט.

עכט פארשטיי בכלל נישט צו קיין פאליטיק
בשעת נישט מודה זיין מיין רעטאריק
זענען האלב געפילן
האלב פאדקעסט
נישט פון א ביכל גאנץ דיק
האלב פון מיין אומסאפיסטיקירטן אמאויסגעקאכטקייט
און די אנדערע האלב פון א קאנספיראציע וואנזיניגן
וועלכע קלערט אונז אויף אז טיילענאל איז גאר דאס וואס טוט אונז אויטיזים באוויליגן
אלעס ווייל איך האב געשוואוירן געטרייקייט צום געטשקע: אדער רויט אדער טויט

אמעריקע האב איך זייער זייער ליב
און איך פרעדיג דאס אין גאס און אין שטוב
אבער ווען מ'זאל מיט מיין קינד אויסלערנען
אז אין אמעריקע זענען סמנים פון סיסטעמאטישע ראסיזם נאך פארבליבן
אדער אז סעקסואליטי איז פארדרייט געווארן פון די פיוריניסטן וועלכע האבן זיך דא אנגערוקט פיל נאכן גרינדונג
ווער איך אינגאנצן אויסער זיך כדבעי
פוי פוי woke woke פלאצט פון מיר אויס א מחאה

איך האב דאך אזוי ליב דעם לאנד
פארוואס הארגענען זיי אפ מיינע פיסקע פערל שייניגע ברילן
מיט פוסטע woke שפאט און שאנד?
נו, זאל זיין אייס געסטאפא לייט אין די גאסן
זיי מיינען דאך נאר די ערנסטע קרימינאל
נישט מיין אמעריקע פון ריין (ווייס) קריסטאל

פע! נישט דאס איז "מיין אמת'ע אמעריקע" מיטן געפילישן גלאנץ
וואס סייענס שטעלט פאר אין די ביכער און אין טעאריעס
דאס אלעס מאך איך אוועק מיט דרעג חזיריי טאנץ
"מיין" אמעריקע איז פיין, שיין, געפיליש און ווייס
אבער אז שווארצע און ברוינע ליידן נאך אלס פון redlining אויסגעשלאסנקייט, און האבן נישט קיין נכסים און סטאקס?
א פראבלעם?
ס'גוט... זאלן זיי ארויסקריכן פון זייער פוילע וויקטים באקס?
(ווי אהין?)
כ'ווייס נישט. אבער נישט דארט ווי איך שטעך זיי אין רוקן
מ'דארף זיך פשוט מער אויף די זיסע (פארט ווייסע) אמעריקען דרים אומקוקן

איך האב אזוי ליב דאס לאנד
אז עס איז מיין פארשטאנד
אז די האלבע וועלט דארף מען איינמאל פאר אלעמאל שטארק באשטראפן מיט טעריף שטייערן
אבי אמעריקע זאל צוריק גרייכן איר אטאנאמיע
טראץ וואס מיר האבן אקוראט דאס געטוהן ווען מיר האבן יארן פאר אויסגעטרענט פאר אונזערע נגיעות - קיובא'ס עקאנאמיע...
אויף זייער חשבון רייך געווארן ווען 90% פון זייער טרעיד פאר אמעריקאנע ביזנעס פאר חצי חינם געטוהן פארוואנדלען
אבער ווען טשיינע טוט דאס צו אונז? ווע ווע 😭😭 מ'האט אונז געטשעפעט - קענען מיר דאס אינגאנצן נישט האנדלען
פארוואס? אה יא, ווייל אלס פאטריאט ווייס איך איין זאך: אדער רויט אדער טויט.

אזוי שטארק גלייב איך אן זיין אינפארמירט
אז איך ווייס אז "ריסיראפריקל טעריפ'ס"
דאס איז די סוד
Wow קען אפילו נישט אונזער גרעיט דעפרעישן היסטערי ווי דייקא דאס האט אונזער דזשי די פי פאר גאנצע צען יאר פאראליזירט, כל הכבוד
בכלל אין טעאריע אפילו,
קענען מיר נישט קיין חבר און שכן,
נישט קיין לאטינא, נישט קיין אזיאנע א שטילע
און נישט קיין קאזין ישמעאל
וואס איז גרייט צו ארבעטן פאר 3 טאלער אפצאל

דאס איז חוץ וואס די גאנצע "צוריקרויבן דאס גערויבטע" איז מער ווי פאקט, מער מיסאינפארמעישן
נאר די אמת איז אז אמעריקע האט זיך גראדע גערוקט צו פראגרעסיווע טעק אינאוועישן
אבער וואס א פריקן נפקא מינא
טעריפ'ס ארבעטן!!! דארף מען אלעמאל האמערן די פשוטה'דיגע אמונה
און פון טויזנטע עקספערט עקאנאמיסטן אפלאכן
ווייל ”א איד נעווער ברעיקס” פון די רויטע גאט ביז מסירת נפש טויטע - קיינמאל אפשוואכן

זאל זיין וואס זאל זיין! זאלן 600 פארמערס וויינען און שרייען
הער פירער מיר קענען נישט ווייטער אזוי, כי באו מים!
נאכן זיי גענצליך באנקראטירן 35 ביליאן שטייער טאלער וועט מען זיי ווארפן
אויפשרויפן וואש מאשינען און שטאל, די שארפן
אבער קיין איינציגן דזשאב פון יענע וואש מאשין טעריף חתונה פארבליבן...
אפילו אנגעזעצט 20 ביליאן פון אונזער סאוביענס, וואס טשיינע איז געגאנגען קאטן א נייע ארט אף די דיל
יא מיט וועם נאר? נישט אמעריקע, א נאנטע שכן, בראזיל... ווארט נישט צו לאנג מיט זיי זאלן אגריקולטור ריבאונדן זאג איך שטיל פאר דיין געפיל

אלעס איז נאך למעשה ווערט צו סעקריפייסן
ווייל א רויטער קוה מיט יארן נאכאנאנדע קעיבל נייעס נאלידזש האט אזוי געהייסן
האסט אן אנדערע עצה? שאר! זאל קענעדע די לוזער, וואס האלט פון אונז 400 ביליאן טאלער סחורה ווערן א סטעיט וועלן זיי זיך קענען מיטפרייען
אםם...🙄 ו ו א ס ?

די לאנד איז אזוי באנקראט, כל לבב דוי וכל ראש לחלי
קען מען זאגן ווען די צודרייטע טעריפ אידאט
ווייסט נישט צו זאגן קיין מילה פון די ביל ”סמוט האאלי”
נאך ביז היינט באטראכט אלס די גרעסטע אמעריקאנע עקאנאמישע קאטעסטראפ
ווייל ווען א שטיצער גייט מיט איין אלמעכטיגע גאט איז אלעס אנדערש נישט רעלעוואנט, אפילו א טראפ
אבי נישט בלוי, נאר רויט און (אדער) טויט.

איך בין אזוי אמעריקאניזירט אז איך וויל אזויפיל קינדער וואס וועלן וואקסן שיין, ערליך און מיט מיין לאנד שטאלצירן
איך דארף אבער נישט קיין סאציאליסטישע 28 טאג באצאלטע אפרוה אלס טאטע/מאמע
ווייל קיינער האט מיר דערווייל נישט אויפגעקלערט אז פון אלע אפפאל סאציאליסטישע מארקסיס'טישע מדינות
טוט בלויז אמעריקע דאס נעבעך נישט פראקלאמירן
נאר קינדער און פאמיליע לעבן אלס "פרא לייף"
וואס איז מיט פרייע העלטקעיר? וואס איז מיט העלפן די געבורטן אגענדע? מיט טשיילד טעקס קרעדיט, טשיילד קעיר און פעיד ליוו? וואס מיינט דאס? פרעג איך ווען אין מיינע פאזיציעס האלט איך מיר נאך אן פעלזן שטייף

איך בין אזוי פארגלייבט אין אמעריקע און לאך פון די וועלטל'ס באבל און ווי זיי האבן נעבעך נישט קיין וועג זיך צו שיסן און אפשיידן פון זייער נאריש קאמיוניסיטיש פארלאמענט
אין די צייט וואס ביי מיר - דוקא מערסטנס אין רויטע שטחים - מאסן שיסערייען מערן זיך נאר אין די שולע ווענט

אבי רויט און אבער אויך... הע, טאקע טויט

העלטקעיר א פרישע אנשיקעניש שרייען מיר די woke באנדיטן איז עפעס א רעכט
און איך שריי צוריק אז 93 פראצענט טעקס איז מיר נישט ווערט די אומרעכט

לייף עקסטרעפעטעקענסי שמעקענסי... קענסטו פארקויפן פאר יאפאן
זאל זיין וואס זאל זיין, זאלן מיר אלע בלינד ווערן וועט דא קיין קאמוניזם חס מלהזכיר נישט זיין!!!
בכלל האקן זיי אין קאפ ווען די גאנצע וועלט אנלויפט ממילא אהער
חוץ דאקטורים וואס האלטן שוין טיף אינמיטן די אקעאן קיין ען עידש עס
ווי יעדער ווייסט דאך זינט אבאמאקעיר

ענד עידש עס פוי. דארט שטעלט ער זיך אפ.
מה פתאום
דענמארק?
שוועדן?
נארוועגיע?
שווייץ?
אונגארן?
די נעדערלאנדס?
אויסטראליע?
ניו זילאנד?
שפאניע?
סאודי אראביע?
מאלאזיע?
פארטוגאל?
און סינגעפור?
קום צוריק צו מיר ווען דו לערנסט און נאגעלסט די סיסטעם'ס אויך אראפ


שוין, די רויטע מאג"א ערפאלג און ערייכונג פון צוזאגן שוין פאר עטליכע יאר שטארק זיך דערקענט
ווען זייער הייליגסטע אויפגאבע איז קלאר געווארן: אויסראטן די טרענס קאמיוניטי וועלכע מאכט נאר אויס אינגאנצן 1 פראצענט
פון 500,000 אטעלעטן אין די נאצינאלע קאלידזש ספארטס א פרישע טראגעדיע האט מען געזעהן
א פירצה פון טרענסדזשענדער פרויען האבן זיך אריינגעכאפט רח" ל! טשידערס, גאנצע צען!

פארפאלן דאס האט מען מיר געזאגט הייסט זיין א רויטער איז דאס מיינס א האלי שיטה
מיין אנדערע אפשן איז..
ס'איז נישט דא...
אבער רויט אבער טויט.

איך גלייב גאר שניידן שטייערן, אבער איך קען נישט אויסרעכענען איין סעמפל פון א לאנד מיט געשניטענע שטייערן ווי אינאוועישן און עדזשוקעישן און דזשאבס שפרודלט
ווייל איך בין פשוט גוט צופידלט
וואס איז דאס נוגע? זיי אלע זענען דאך די חסר דעה.

איך גלייב אין אינקארידזשען פריוואטע ביזנעס און ענטרעפענוערשיפ
אבער איך וויל בשו" א נישט צולאזן אויפגעבן סטודענט דעט צו העלפן לינדערן די לאסט פונעם קומענדיגען ענטרעפענוער
אדער זיי געבן אומזינסטיגע סקאלערשיפ

פעלאוסי'ס דזשאב? די נאצינאלע גארד צוצואיילן
אבער ניין, איפכא מסתברא ווען ס'איז peace through strength ווייסט ער פונקטליך וועם און ווען צו דייעלן

נישט אלעמאל טוטס'עס
אין בעסערע גיסטעס
טראכט מען אפשר אולי יכול להיות זענען לעפטיסטן אויך אמאל עטוואס גערעכט
אבער אין א רעליגיע איז באלד תוך כדי
לא פסיק פומיה
לויף איך גראד צוריק צום קאמפטערבל
רויטן געצעלט

פאר טראכטן כאפט זיך אין מיר אריין
און זאג: וואטעווער אבער דאס "עקשן" און "קאמעדי" זיין איז דאך מיינע געפילן ווערט אלע געלט
דיינע אלע פענצי ווערטער און סתם "לאדזשיק" דארף איך נישט קענען, וויסן, אדער האלטן ס'איז מיר נישט וויכטיג
ווייל העי, באדאאם ליין, א סוחר איז ער טיכטיג

רויטקייט ווייסט נישט קיין גרעניצן
מילא מיר, מיר זענען פארדרייט און פאריקט, ווי איר גלייכט שטענדיג צו געניצן
אבער עטס אליינס געדענקט נישט פון נעכטן און אייער
ענקער אייגענע שיטות ווי פרי ספיטש איז הייליג און טייער
אפילו ריין קאנסיפיראציע איבער פראוד/אינסייטמענט אף וויילענס ווי אויך!

יו, כאטש דאס האלט נאר קאנסיסטענט אן
ניין, יעצט איז יעדער וואס איז א פערפלוכטע כופר נישט ענטייטלד צו רעכטן
פון דזשימי קימל ביז די פאולסטער ען סעלזער
סוען סי ען ען און די ניו יארק טיימס
ארויסווארפן פרעסע מיט וועם ער האלט נישט פון ווייסן הויז
אפילו פארברענען א פאן
איז א גרעסערע טרעט ווי קים דזשאנג אן

מיין, איך דארף נישט קאנסיסטענסי? איך? איך געדענק נישט דאס חלומ'ען אויף די מידיא אדער סיי ווער עטליכע יאר פארביי
ווי א שוואנס מוז איך בלייבן ברענען
מיינע בליינדספאטס און אינקאנסיטענסיס נישט אנערקענען
אז מיין עי.פי.אר. איז 33 נישט אויף דאס איך אויפהעץ, הע די נאר איינער, די עיקר איז אז מער וועלן שווארצע אימיגראנטן אין אמעריקע נישט עסן קיין קעץ
יא. אמת, ער נעמט טאקע אוועק מיין פרייהייט...
און מיין מעדיקעיר
און מיין סאושל סעקיוריטי
און מיין אימפארט ביזנעס
און מיין סטאק ריטור'נס
און מיין אכטער האוזינג דיפארטמענט הא"ד
און מיין פיינענשל פראטעקשן ביורא
און מיין פרי ספיטש
און מיין שטיצן די וועטעראנען אגענדע
און מיין עמפעטי און טאלערענץ צו מענטשן צו וועם איך קען נישט
און מיין קאנצענטרירונג אויף וואס איך און אונז ווילן, נישט וואס די "אנדערע" ווילן נישט

...אבער איך בין דאך פארט א פרייע בירגער נישט אומזונסט
נאר צו קענען לאכן פון זיין וויץ קונסט
נאר פאר דעם האט מען דאך 250 יאר צוריק א מלחמה פאר פרייהייט געקעמפט
גיסן בלוט זאל אפילו פון טויזנטער קליינע שולע קינדער
אבער געווער זאל זיין

ראסיסם, פאשיסם, נאצי דעפארטאציעס פון אובער מאטאריסטן, קאניע דזשאונס אנטיסעמיטיזם, רעליגיע און פאליטיק מישן, קענסול קולטור, שניידן בעיבי'ס אן קאנסענט, קאנספיראציעס, אלעס זאל זיין ערלויבט אומגעשטערט
אבער אוי ואבוי צורירן די הייליגע פרייהייט!!! זאלסטו נישט אין חלום ווערן אויפגעקלערט! איך בין "פראודלי עמעריקן איז אלל"

און די ערשטע ענטפער אויף דעם וועט זיכער זיין: יא יא כ'הארך דיר... אבער מיט דעם אלעם פארשטיי גוט, ובכל זאת אנו ליה ועינינו ליה!
יא, איך בין ווייטער א נאר, און איך גלייב מיר אזוי אלעמאל און איבעראל: אדער רויט אדער טויט!
 
לעצט רעדאגירט:
Back
Top