- זיך איינגעשריבן
- אפר. 15, 2025
- מעסעדזשעס
- 235
- רעאקציע ראטע
- 1,305
- פונקטן
- 213
כידוע, קומט יעדע הונדרעט יאר ארויף א נייע ווינדער-ראבינער-למפרע, וואס בחיים חיותו האט קיינער נישט געוויסט אז זיי קענען עפעס, אבער הונדרעט יאר שפעטער ווען זייער אייניקעל דארף חתונה מאכן. און בצר להם קומט מען אויף אז די זיידע איז געווען א בעל מופת, און אין וועלכע ניטש די זיידע ספעציעלירט זיך. איז לאמער אריינגיין אינעם טיים מאשין, און פארן צו הונדרעט יאר ארום בשנת תתפ״ה לפ״ק.
ס׳וועט זיין דער בעל החיימאו מען וועט זעהן ביי עם ישועות, די מעשיות אויף עם גיין זיין אז ער האט זיך אראפגעלאזט צו די נידריגסטע פלעצער אויפן וועלט אבי נאר צי ראטעווען אידן, ער איז געגאנגען צי בארס צי דראג לאונדזשעס און אפילו צי זונה׳ס איז ער געגאנגן אויף אלעס אבי נאר למען כבוד השם ולתורתו. ביי זיין ציון וועט מען פארייכערען א דזשוינט און אלע פראבלעמען וועלן אוועקפליען.
נאך דעם וועט זיין דעם ציון פונעם מונסיער-מויד געוויסע פון אירע מתנגדים וועל זיך מתחצף זיין און איר רופן ביי איר הייליגן ערשטן נאמען פּעגי, איר ציון וועט זיין מסוגל פאר שלום בית. די נאכפאלגענדיגע מודעות אינעם קלאסיפיידס וועלן גיין ״זיינתי ארבעים בנות אצל קברה של המונסיר-מויד, והבטחתי לפרסם את שמותיהן, ונושעתי. (דהיינו, שלא סיפרו לאישתי מה עשיתי איתם).
נאך א ציון המציונת וועט זיין דער עדמין, יא דער עדמין מיטן ״דער״ הידוע, יעדע איד האט זיך זיין עדמין פון זיין גרופ, וואס ברצותו מעקט ער א מעסעדזש וברצותו ווארפט ער ארויס א גרופ מעמבער, די תורת-העדמין׳ס איז שטארק פארשפרייט געווארן בארצות וואטסעפ און טעלעגרעם. פארשטייט זיך אז וואס דער עדמין טוט איז נאר פון פרינציפ, און חס ושלום נישט קיין פאוער-טריפ. יעדע מאל איינער וועט פליען פון א גרופ וועט מען גיין צום ציון פונעם דער עדמין אז ער זאל איינרייסן ביים נייען עדמין פון זיין גרופ אז ער זאל עם צוריק אריינלאזן אינעם גרופ. אבער כידוע איז דער דער עדמין (די דאפלטער ״דער״ איז נישט קיין טעות) גאר א פרינציפליזירטער מאן און ער שרעקט זיך נישט פון בלויזע לעכט און אפאר קאפיטליך תהילים ביי זיין קבר, מילא ביי עם מוז מען שוין סטראשענען בלשון זה ״הייליגער דער עדמין איך ריר מיך נישט אוועק פון דיין קבר ביז די פויעלסט ביי מיין גרופ עדמין ער זאל מיר צוריק נעמען, און אזוי מאכט מען א טענטראָם, און אפילו ביזן צוברעכן די סמארטפאון וואס מען האט הערשט יעצט געקויפט אין וואלמארט פאר פופציג דאלער (ווייל מען וויל דאך נישט ציברעכן די $1200 דאלערדיגן אייפאון) ביז אולי יחוס אולי ירחם וועט דער דער עדמין רחמנות האבן אויף זיין פאלק שעפעלעך.
נאך א שטארקע ציון וועט זיין דער איש אייוועלט וואס א יעדע מאל איינער וועט זיך פילן נידריג אין דאפעמין, וועט מען גיין צום הייליגן איש אייוועלט און מען וועט עם דערציילן אלע פירצה׳ס וואס קומען פאר אינעם דור. ווי למשל אז א געוויסע פליפ-פאון איז צי גרויס און עס קען זיך דאכטן אויפן ערשטן בליק אז דאס איז א סמארטפאן, אדער וועט מען עם דערציילן אז עס איז דא פרויען וואס גייען ליידער בעונותינו הרבים מיט לאנגע פאנדזשעלאוס, אויך וועט מען עם אפדעטען אז ציונות איז ביי אונז דאס ארגסטע. וכלשונו של השפיטיוויקער ״די אפיקורוס דו, גוי וואס די ביסט, טוה אויס דיין קאפל״ און אויפן קבר וועט מען ארויפלייגן א הארד דרייוו מיט אלע לינקס צי יוטיוב וואס מען האט געדראפ-באקס׳ט. ביי דעי קבר דארף מען נישט ווארטן אויף א ישועה, ווייל דאס אליין איז די ישועה. מען פילט דאון, מען בארעד כלל ישראל, און עס קומט א אינסטענט היי.

לעצט רעדאגירט: