- זיך איינגעשריבן
- מאי 10, 2024
- מעסעדזשעס
- 483
- רעאקציע ראטע
- 3,232
שעפטי האט געהאט אפאר פארכמארעטע טעג, קוים זיך דערשלעפט צום ארבעט, געוואוינט אסאך אין בעט.
מיסיס הערנאר פרעגט אים וואס גייט פאר מיט דיר? כ'ווייס נישט, מה אני וואס בין איך ווערד, וואס פארא חילוק מאך איך אויס אינעם וועלט. מיין מיסיע פון העלפן בויען קרעמל פאר פרייהייט פון ווארט איז שוין גענדיגט - ס'שטייט שוין במלא הדרה! ווייבן מיט די חברים נאך א נאכט? כ'ווייס נישט, כ'פיהל זיך עפעס ווי א גארנישט, כ'בין נישט אינטרעסירט צו זען מענטשן, כ'האב מורא מ'וועט מיר דשאדשן.
אבער מיט אפאר שעה צוריק איז אנגעקומען אן עמעזאן קעסטל, מיסיס הערנאר וואטסאפט "שעפטי, ס'איז א מתנה פאר דיר!" פליז פראביר עס אויס צו זען אויב ס'פיט דיר, און שיק מיר א בילד.
יא, טאקע נאר שיך, אבער אזאנס און אזעליכס, קלאסיש, וועלוועט, ס'קומט אביסל ארויף מיט די פיס ווי דעי חצי בוטס, דין און איידל אבער שטארק.
שטיימער שוין אפאר שעה שפעטער, שעפטי שפאצירט (מארשירט) אין די גאסן מיט א געהויבענעם קאפ, די לופט איז מיינס, די גאס איז מיינס, איך בין מעכטיג. ער באגריסט יעדעם מיט א ברייטן קול, לייגט סטאטוס פון זיך זיכער מאכענדיג אז די שיך איז אינעם בילד.
ער קען קוים ווארטן אריינצוגיין אינעם באר היינט נאכט מיטן הערנאר און מיט די חברים זינגן שירות ותשבחות מיט א שמחה רבה און קאנפידענס.
-
יא, כ'ווייס אז דו האסט ניטאמאל באמערקט מיינע שיך. ס'איז אלעס הוילע פאנטאזיעס, די שיך מאכט מיר מער חשוב? אבער אזוי איז עס, מנא מכבדותא. ס'העלפט מיר שפירן שטארק און מעכטיג כגברא בגברין.
ס'ארבעט נאר מיט פלאסיבאו? קען זיין, אבער ס'ארבעט.
כ'האב היינט געלייגט תפילין. דו לאכסט? איך לאך אויך! העסט מיר ווייזן אז תפילין איז הויט פון א קוה און גארנישט מער? כ'וועל עס נאכאלס לייגן.
ווייל מיין רעליגיע איז דא מיר צו סערווירן מיט א גוט לעבן וואס געבט מיר א פלאץ אינעם וועלט און קאנפידענס.
די חילוק ציווישען מיר און אנדערע איז,
רוב בלייבן מיט די שיך בענדל צוגעבינדן א גאנץ לעבן, אפי' ווען די פוס שטונקט שוין.
אפאר טון עס אויס אינגאנצען.
איך טוה אויס די שיך ווען ס'העלפט מיר נישט, און כ'טוה עס אהן ווען כ'דארף עס.