מיין קינות ריעלעזעישען

חדשים

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 21, 2024
מעסעדזשעס
262
רעאקציע ראטע
1,036
פונקטן
223
היי יאר איז מיר נתחדש געווארן א טיפע ריעלעזעישען וואס ליגט אין די פיוטים פון די קינות.

איך האב פראבירט צו קאנעקטען מיט די מצוות היום, בכי ואבל. נו, פארדעם איז דאך די קינות געמאכט. די ארבייט פון די פיוטים איז דאך אריינצוברענגען די מענטש אין די מצב. זיי נוצן אלע טעקניקס אריינצוברענגען די מענטש אין א מצב פון טרויער. למעשה, די רעזולטאטן קען דאך יעדער זען אין זיין בית המדרש... דער עולם קאנעקט נישט צו דעם געהעריג... די וואוילע וועלן כאטש פראבירן צו זאגן די גאנצע. די חשובע וועלן פראבירן אויפצוהייבן זייער קול מיט א טיפע קרעכטץ און געמאכטע געוויין. וזהו. וואס גייט דא פאר? די קינות איז זייער דראמאטיש און גראפיש. וואס איז די וואנט וואס טיילט אפ צווישן אונז און די קינות.

די קינות איז מער ווייניגער פיל מיט שולד געפילן אז אונזערע עבירות האבן חרוב געמאכט די בית המקדש... עס איז פיל מיט גילט געפילן... עס איז פיל מיט'ן אראפקלאפן אונזער ווערט... עס ברענגט ארויס אונזער ווייטאג אז די פראבלעם איז אז אנדערע דזשאדזשען אונז... ווי כאילו אונז דארף מען זיין אפראווד ביי יעדן... עס איז פיל מיט fear... און נאך אומבאטעמטע געפילן... וואס עס מאכט קאנשעסלי אדער סוב קאנשעסלי פאר א זאך וואס מען וויל זיך אפשאקלען. עס ברענגט ארויף אסאך געפילן וואס איז האבן באקומען אלץ קינד. וואס אונז האלט מיר אינמיטן אויסהיילן. און מען זוכט נישט קיין פרישע גארבעדזש.

די קינות איז געשריבן אין א שפראך וואס מען נוצט נישט מער היינט. היינט איז א וועלט פון אנקאדישענעל לאוו. א וועלט פון עקסעפטענס. א וועלט וואס יעדע קלייניקייט וואס מען טוט איז אפרישיעיטעט. א וועלט וואס עס איז דא א סאך וועגן צו קאנעקטען צו גאט. און מער.

פארוואס זאגט מען היינט די קינות? ווייס פון ווי דו קומסט. די שפראך פון די קינות ליגט אין דיין DNA. דו האסט אין דיר א שפראך וואס קומט כסדר ארויף און דו דארפסט קעיר נעמען פון עס. דו קענסט נישט לויפן און נוצן די היינטיגע שפראך אן זיך היילן פון די אלטע. די אלטע שפראך גייט האלטן אין איין ארויפקומען אויב דו גייסט עס נישט היילן. דיין ארבייט איז צו ארויפברענגען די אלטע שפראך און עס געבן אסאך ליבשאפט און קעמפעשען. געב Compassion פאר די געפילן. ווען איך האב געזאגט קינות היי יאר האב איך קאנעקטעט צו די שפראך, א שפראך וואס איך האב אין מיר פון מיין יוגנט. איך האב עס אויסגעהערט, פארשטאנען, געזען די פעין, געגעבן love and compassion. און עקספיריענסט די שפראך. איך האב גענוצט די קינות אלץ אן אפערטוניטי צו היילן די שפראך מיט'ן עס פארשטיין און עס געבן די היינטיגע שפראך.

איך האף עס איז ארויסגעקומען גענוג קלאר אין א פאסט טאג. איך וואלט געוואלט הערן ענקער פיעדבעק צו די געדאנק.
 
וואו! ס'איז אזוי שיין צו שפירן א הומען עקספיריענס!

געפילהט ענדליך נעכטן נאכט ביים מיוזיקל תשעה באב קומזיץ, מ'האט געזונגען ניגונים פון טרויער און צובראכנקייט.
כ'האב באמערקט ס'איז אזא בחינה פון אראפגיין צו די שרשים פון די נעגאטיוועטי וואס מ'טראגט אין זיך, דער עגא זאל ערלויבן פאר די צער צו רעדן און וויינן, ווי דו זאגסט מיט ליבשאפט און קאמפעשאן, און טאקע אזוי קומען דערנאך ארויס פסוקים פון חיזוק און בטחון וואס איכה איז פיהל מיט דעם.
עט סאם פוינט האט זיך די ענערגיע פונעם ציממער אויסגעלייטערט צו א קוואל פון בטחון און האפענונג, מ'האט געזונגען ניגונים פון טראסט, קוה אל השם וכדו'.
 
זייער א שיינע נקודה למחשבה, און גוט ארויסגעברענגט, איך האלט עס נאך אינמיטן פראסעסן.

איך קלער יעצט אריין, זעה איך אביסל א צווייטע נקודה וואס איך (מ') קען ארויסנעמען,

ווי באקאנט, שטייט פון ספרי חסידות אז א יעדע יום טוב האט זיין נקודה, א יעדע יום טוב קומט צו אויסארבעטן די געוויסע נקודה, און די נקודה וואס מ‘ארבעט אויס יענעם יום טוב איז נישט א זאך וואס ס‘פארלאנגט זיך צו טון א גאנץ יאר, נאר מ‘ארבעט עס אויס אין יו”ט און מ‘איז גוד טו גאו.

למשל פסח קומט צו אויסארבעטן די יצר הרע וואס איז שאור (שאור שבעיסה..) און כדי עס זאל נישט שאטן, עסט מען פאר 8 טעג נאר מצה און דורך דעם רייניגט מען זיך פונעם שאור...
פרעגט איינע פון די חסידישע ספרים, לכאורה אמער, אויב איז שאור אזא פראבלעם, דאן וויאזוי קען מען עס עסן א גאנץ יאר?... דאן שאדט עס נישט?
נאר דער תירוץ איז, אז מיט דעם וואס מ‘עסט עס נישט פאר די 8 טעג, מיט דעם ארבעט מען אויס די שאור פאר א גאנץ יאר.

לענינינו קען זיין, אז די איין טאג תשעה באב איז געמאכט צו ארויסברענגען אלע שולד געפילן און גילט, די גאנצע בעגעדזש, וכו‘ און נאר אין דעם טאג,
און נאכדעם קען מען שוין א גאנץ יאר זיין געזונט און פרייליך,
מ‘גיבט דיר די געלעגנהייט צו זיך קענען קאנעקטן צו די גאנצע אומבא'טעם'טע פילינגס,
מ‘גיבט דיר די געלעגנהייט צו פילן ווי אזוי עס פילט אזא לעבן, נאר פאר איין טאג,
און נאכן פילן ווי אזוי ס‘פילט וויל זיך שוין בכלל נישט בלייבן ביי דעם.
 
מ‘גיבט דיר די געלעגנהייט צו זיך קענען קאנעקטען צו די גאנצע אומ‘בעטעם‘טע פילינגס,
און נאכן פילן ווי אזוי ס‘פילט וויל שוין קיינער נישט בלייבן ביי דעם,
💯
און מ'קען נישט לאזן גיין אויף ביטערע געפיהלן אהן זיך לאזן פיהלן קודם!

די אמת איז נישט אזוי שרעקעדיג. פיהלן צעשאסן, פארלוירן, ווי א גארנישט איז א געפיהל און פראצעס פונקט ווי עסן וואס מ'קען נישט אראפשטופן און באהאלטן נאר מ'דארף עס צעקייען און פארדרייען ביז די פסולת גייט ארויס.

ס'איז אומבאטעמט צו זיצן אין א שמעקעדיגער ביה"כ מיט ברעכאץ און דייעריע, אבער דו ווילסט עס נישט האלטן אין זיך פאר אייביג!

בכה תבכה!

לית נהורא אלא דנפיק מגו חשוכא!
משיח נולד בתשעה באב!
 
עס איז אריינגעפארן צו אנדערע שיינע נקודות. איך מיין אז מיין נקודה איז נישט געווארן קלאר ארויסגעברענגט. לאז מיר עס נאגלען בקיצור.

מען זאגט די קינות, כדאי צו קענען געבן compassion צו די שפראך וואס עס נוצט. נישט אז די ווערטער וואס עס דרוקט זיך אויס איז ריכטיג, עס איז די שפראך וואס אונז האב מיר אין אונז, וואס אונז דארפן היילן. אונז דארף מיר היילן די קינות שפראך!
 
עס איז אריינגעפארן צו אנדערע שיינע נקודות. איך מיין אז מיין נקודה איז נישט געווארן קלאר ארויסגעברענגט. לאז מיר עס נאגלען בקיצור.

מען זאגט די קינות, כדאי צו קענען געבן compassion צו די שפראך וואס עס נוצט. נישט אז די ווערטער וואס עס דרוקט זיך אויס איז ריכטיג, עס איז די שפראך וואס אונז האב מיר אין אונז, וואס אונז דארפן היילן. אונז דארף מיר היילן די קינות שפראך!
@חדשים די עולם מיין איך האט פארשטאנען, דו זאגט טיפע דברי חכמה, כ'האב עס אפילו מיטגעטיילט אין אנדערע פלעצער
 
Back
Top