מיין וועג צי ווערן צוריק פרום .

אינז גיימער בעזר השם אויף א דשערני צי ווערן צוריק פרום מ'גיימער אי"ה האלטן די עולם אפ טו דעיט מיט מיין וועג כ'בעט דיך א טובה אפי' אויב שמעקט דיך נישט די שנירלַ רייס עס נישט אראפ דא קענסט עס אראפ רייסן אין א אנדערע שנירלַ אין אויב האסטו א גוט ווארט אדרבא איך קען ניצן חיזוק יש"כ
 
געבן מוסר הייסט פארשעמען? וואס האט משה רבינו געטוען ווען ער האט געזעהן די אידן ביים עגל, ער האט זיי געגעבן חיזוק, אדער האט צעבראכן אויף פיצלעך די לוחות...?
ער איז געגאנגען אויף קרעמל געבן מוסר...
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
א הומאריסטישע קאלום אין א צייטונג האסטו שוין פרובירט? און אויב יא, פארוואס האסטו אויפגעהערט?

ווייסטו דען נישט אז מ'גייט בראטן אויבן דערפאר?
ביסט פשוט אין א בראטן מוד יעצט??
 
איך ווייס נישט פארוואס דער עולם גרילט דא מיסטער לובלין. מילא אויב גלייבט מען נישט איז איין זאך, אבער מען רעדט דאך דא פון גלויביגע, ער פראבירט דאך יא צו היטן שבת, מסתמא ווייל ער גלייבט, איז איינע פון די י"ג עיקרים איז דאך אני מאמין... שמעניש לעוברי מצותיו, גיהנם איז איינע פון די בעיסיק זאכן וואס איז אנגענומען איז חז"ל אקראוס די באורד.
 
געבן מוסר הייסט פארשעמען? וואס האט משה רבינו געטוען ווען ער האט געזעהן די אידן ביים עגל, ער האט זיי געגעבן חיזוק, אדער האט צעבראכן אויף פיצלעך די לוחות...?
ווענדט זיך צו וועהם מען רעדט- ווען משה רעדט אלץ מנהיג צו די יידן זאגט ער זיי - מי לה׳ אלי און - עברו ושובו משער לשער והרגו - ווען ער רעדט צו גאט זאגט ער -ועתה אם תשא חטאתם איז גוט - ואם אין מחני נא מספרך ויאמר ה׳ סלחתי - עס איז דא א תלמוד-אין חגיגה - תלמידי חכמים אין אש של גיהנם שולטת בהן
מען קען זאגען די כוונה - אז אין מאדערנע צייט וואס יעדער איז תלמיד חכם,קען מען נישט סטראשען מיט
אש של גיהנם, דאס געוועלטיגט נישט, מען דארף גיבען
די בחירה אז עס זאל זיין לטוב,
 
אינז גיימער בעזר השם אויף א דשערני צי ווערן צוריק פרום מ'גיימער אי"ה האלטן די עולם אפ טו דעיט מיט מיין וועג כ'בעט דיך א טובה אפי' אויב שמעקט דיך נישט די שנירלַ רייס עס נישט אראפ דא קענסט עס אראפ רייסן אין א אנדערע שנירלַ אין אויב האסטו א גוט ווארט אדרבא איך קען ניצן חיזוק יש"כ
@לובלין ביטע ליין פארן שרייען

שכח
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
געבן מוסר הייסט פארשעמען? וואס האט משה רבינו געטוען ווען ער האט געזעהן די אידן ביים עגל, ער האט זיי געגעבן חיזוק, אדער האט צעבראכן אויף פיצלעך די לוחות...?
סוי אפשר קענסטו נאכאמאל צוברעכן, ס'האט געארבעט איין מאָל.
 
ביי אים איז שוין געווען מוצאי ווען ער האט עס געשריבן
ווען ער שרייבט אז ער איז דורכגעפאלען - איז דא דער כלל אין אדם משים עצמו רשע- סתם אזוי שרייבט מען נישט , איז אפילו ער זאגט כאילו אז די דורכפאל איז חילול שבת און עס איז נאר לפנים, איז יש דברים בגו און ער האט זיך אריינגעלאזט, און ער איז אהנגעקומען אין א מצב ווי ער איז געקומען לדבר עבירה בפועל , מיט א נאך טעם פון חרטה און עצבות,וואס ער גיט זיך אויס דא, איז כדאי צו זאגען א גוט ווארט - און מיט דעם איז מען מחזק א מבקש,און אין איינוועגס זיך אליינס אויך, ווי דער
פתגם - הרי זה בא ללמד ונמצא למד.
 
Back
Top