מזלות / האראסקאופ

קום שוין צום ווארט.

כ'ווייס נישט וואס געוואלט געטוהן, כ'דארף מער אינפארמאציע, פון וועלכע סארט 'גוטע לעבן' רעדט מען, ס'דאך אזוי סוביעקטיוו, כ'דארף אויך וויסן וואס איז זיין יעצטיגע נאטירליכע אויסזיכטן צוצוקומען צו דעם. הקיצור. אויב יא, אויב נישט, וואס האט עס צו טוהן מיט מזלות און אסטראלאגיע.
 
לעצט רעדאגירט:
לשיטתך אז ס'האט מיט די אייגענע מחשבה, אויב מ'האלט אינאיין בודק זיין די מזל העתיד, איז עס פופציג פופציג אז ס'קומט וואס ס'שטייט דערויף.

וועסטו בודק זיין פאר נייגער, און ווערן קאלמוטנע, אדער וועסטו זאגן, לאמיר רואיג און לעבן א טאג נאך א טאג
 
איז עס פופציג פופציג אז ס'קומט וואס ס'שטייט דערויף.
די מישט אויס possibility און probability, עס איז אויך פופציג פופציג פראצענט מעגליך אז די גייסט מארגן טרעפן א מיליאן דאלער אויף דיין בעט (אדער יא אדער ניין) אבער די probability אז דאס זאל געשען איז נאנט צי זעראו... אפי' עס איז נאר דע צוויי אפציעס
אויב די אסטראלאג זאגט אז איך ווער מארגן פרעזידענט, איז עס נישט פופציג פופציג (ווייל עס איז דא צוויי possibilities, אדער יא אדער ניין), עס איז זעראו! (וויבאלד די probability אז דאס זאל געשען איז זעראו) אבער אויב זאגט ער אז מארגן וועל איך עסן פרישטאג איז עס לאמיר זאגן 75%.
עס האט נישט גארנישט מער מיט דעם וואס ער רופט זיך "אסטראלאג", עס האט מיט וואס ער זאגט, און עס איז די זעלבע ווי א פשוטע מענטש פון גאס זאגט דאס.
 
לעצט רעדאגירט:
ווען עס קומט צו "בעלי חכמה" וואס מאכן ספעציפישע און פונקטליכע באמערקונגען וועגן מענטשן דורך זייערע מזלות, איז דא עטליכע מהלכים צו וויסן אינפארמאציע. עס קען גיין דורך "קאלד רידינג" דאס איז א דורכגעפראקטיצירטע טעכניק ווי מענטשן זאמלען אינפארמאציע דורך באאבאכטן דיין קליידונג, רעדן, קערפער שפראך, און רעאקציעס צו אלגעמיינע סטעיטמענטס. זיי באמערקן דיינע סובטילע רעאקציעס און פאסן זיך צי לויט די פידבעק. אדער קען מען גיין דורך די מהלך פון "שאטגאן סטעיטמענטס" דאס מיינט זיי קענען אנהייבן מיט אלגעמיינע סטעיטמענטס, און ווען זיי זעען א רעאקציע, גייען זיי טיפער אין יענע ריכטונג. און אזוי איז דא נאך אסאך אדערע מהלכים
צו דיין פונקט וועגן "וואס טוט מען ווען עס שטימט איבער און איבער". די אמת'דיגע פראבע וואלט זיין א געקאנטראלירטער טעסט. למשל, לאז די אסטראלאג מאכן זיינע פאראויסזאגונגען אן צו קענען זען אדער רעדן מיט די מענטשן, אן צו וויסן זייער נאמען אדער סיי וועלכע אינפארמאציע אויסער זייער געבורט-דאטום און צייט. דאן לאז אומפארטייאישע מענטשן באשטימען צי זיינע באשרייבונגען זענען אקוראט. די פראבלעם איז אז ווען אזעלכע געקאנטראלירטע טעסטן ווערן דורכגעפירט (ווי די סטודיעס דורכגעפירט דורך די גרופע פאר סקעפטישע אינקווירי), פאלן די אסטראלאגישע פאראויסזאגונגען צו ראטעס וואס ווייזן נישט אויף גארנישט .
אין וועלכע שטודיע איז עס דורכגעפאלן? איז נישטא דיין קיין קריטיק אויף יענע שטודיע וויאזוי עס איז דורכגעפירט געווארן? איז עס געווען געבויעט אויף חכמת הקבלה והאר”י ז”ל? און אויך, איך ווייס נישט וויאזוי עס איז שייך צו טעסטען בשעת עס זאגט נישט קיין דעפעניט זאך, ווי למשל ”דו גייסט זיין א דאקטער”. עס געט דיר נאר די subtle ספירוטשעל כוחות וואס עס קענען שעיפן די מענטש’ס לעבן.
 
ווען עס איז דא א סיבה צו זאגן אזוי.
איך טראכט אפאר סיבות.

די מסורה פון אזויפיל יארן.
די חכמה און עמקות פון די מענטשן וואס האבן געטון דערין.
די פערזענליכע עקספיריענס פון מענטשן.
 
תפילה איז נישט געפראפט אז עס העלפט (און פאקט רוב מאל ארבעט עס נישט נאר דעמלטס וועסטו האבן א תי' אז "דאס איז בעסער פאר מיר" וואס איז ווייטער אן קיין פראף)
דו זאגסט אז תפילה איז אויך נישט אויספראבירט אז זי ארבעט. ממש דאס איז דאך דער נקודה: נישט יעדער אמת ווערט געמאסטן דורך סטאטיסטיקס. תפילה איז א טיפע אויסדרוק פון אמונה און קשר – נישט א טעכנישע זאך וואס מען דארף אויפווייזן מיט דאטא.

אסטראלאגיע, ווי ס'איז איינגעווארצלט אין די חכמות התורה און די סודות הבריאה, איז נישט געמאכט צו זיין א וויסנשאפטליכער אפאראט. זי איז נישט דא צו גיבן א גייד פאר מענטשן – זי איז דא אונז צו העלפן צו פארשטיין רוחניות'דיגע השפעות וואס קומען דורך די סדר פון די מאורות.

די טענה אז ווען מען טוט קאנטראלירטע טעסטס און ס'ארבעט נישט, באווייזט אז עס איז נישט אמת – איז נישט קיין קלארער באווייז, נאר עס ווייזט ווי באגרעניצט אונזערע כלים זענען. דאס מיינט נישט אז ס'איז נישטא – נאר אז מיר ווייסן נישט וויאזוי צו מעסטן עס ריכטיג.

א מענטש וואס זוכט בלויז וואס ער קען זען מיט זיין אויג עאדער מעסטן וועט קיינמאל נישט פארשטיין וואס מיינט נשמה, אדער וואס מיינט סוד. אבער א מענטש וואס איז גרייט צו זיין אפן פאר טיפערע פערספעקטיוון, קען זען וויאזוי מזלות – ווען ריכטיג פארשטאנען – קען עפענען א פתח צו פארשטיין זיך אליין.
ערפארונג איז נישט קיין ראי', עס קען ווערן באיינפלוסט דורך אנדערע זאכן (ווי קאמפערמאציע בייעס).
שוין אויבן גענטפערט
וואס מיינסטו צי זאגן מיט consciousness ?
אז מען קען עס נישט טעסטן
 
consciousness איז א פאקט וואס מיר עקספיריענסן, און אפילו מיר פארשטייען עס נישט מיינט נישט אז עס עקזיסטירט נישט. וואספארא סטאדיס איז שייך צו מאכן וואס זאלן קענען פראוון אדער דיספראוון consciousness?

תפילה איז עפעס וואס דארף קענען דורכגיין א סייענטיפשיע סטאדי, און אויב עס פאלט דורך מיינט אז עס ארבעט נישט, אפילו עס האט נאכאלס פסיכאלגישע בענעפיטן.
איך האב עס נאר געברענגט פאר א משל אז נישט אלעס וואס מען קען נישט אויפווייזן מיט סייענס, מוז זיין אז עס איז נישט אמת.
 
דו זאגסט אז תפילה איז אויך נישט אויספראבירט אז זי ארבעט. ממש דאס איז דאך דער נקודה: נישט יעדער אמת ווערט געמאסטן דורך סטאטיסטיקס. תפילה איז א טיפע אויסדרוק פון אמונה און קשר – נישט א טעכנישע זאך וואס מען דארף אויפווייזן מיט דאטא.
אויב ווען איינער איז מתפלל אויף עפעס באקומט ער עפעס דארף מען עס קענען אויפווייזן מיט דאטא, און אויב די דאטא ווייזט אז נישט מיינט עס אז תפילה העלפט נישט. עס קען נאך אלס זיין אן אויסדרוק פון אמונה און קשר אבער עס העלפט נישט צו טוישן עפעס.
 
איז עס געווען געבויעט אויף חכמת הקבלה והאר”י ז”ל?
גיי די און מאך א שטודיע געבויעט אויף חכמת הקבלה והאר”י ז”ל, און ווייל ביזדערוויל איז עס נישט דורכגעפירט געווארן מיינט נישט אז עס ארבעט, עס איז אויך נאך נישט דורך געפירט געווארן קיין שטודיעס וואס האבן געפראווט אז עסן שווארצע ברויט פינקטליך זיבן מינוט און צוועלעוו סקונדעס נאכן אפשיילן א טאמעיטע, מאכט אז מען זאל האבן א פערציג פראצענט שאנס צו אויפשטיין די נעקסטע טאג מיט א דריטע האנט אויפן ריקן.
דאס מיינט אז עס איז אמת? ביזווילאנג עס איז נישטא קיין בארעכטיגטע סיבה צו זאגן אזוי, קען מען נישט זאגן אזוי
 
אסאך מאל זענען דא זאכן וואס האבן טעכנישע שוועריגקייטן דורכצופירן דערויף שטודיעס, און אויב עס איז גענוג לייקלי אז עס איז אמת קענסטו זאגן אז עקספיריענס איז דיר גענוג, אבער אין טעאריע דארף יעדע זאך וואס זאגט עפעס אויף די מציאות קענען ווערן געפראווט אדער אפגעוואנדן דורך א סייענטיפישע עקספרימענט.
דא איז עס טאקע נישט שייך
 
אויב ווען איינער איז מתפלל אויף עפעס באקומט ער עפעס דארף מען עס קענען אויפווייזן מיט דאטא, און אויב די דאטא ווייזט אז נישט מיינט עס אז תפילה העלפט נישט. עס קען נאך אלס זיין אן אויסדרוק פון אמונה און קשר אבער עס העלפט נישט צו טוישן עפעס.
איך רעד פון די subtle השפעה וואס תפילה האט אויף די מענטש. איך בין נישט פון די וואס האלטן אז דורך תפילה באקומט מען עפעס פיזיש.
 
איך רעד פון די subtle השפעה וואס תפילה האט אויף די מענטש. איך בין נישט פון די וואס האלטן אז דורך תפילה באקומט מען עפעס פיזיש.
ווילסט זאגן אז ווען א מענטש ליינט די האראסקאופ קען עס אים געבן מאטיוואציע? קען זיין. אבער אויב ווילסטו זאגן אז אפילו מענטשן וואס ווייסן נישט דערפון צוזאגן וועט מען בלינדערהייט קענען אריינלייגן מענטשן אין קאטעגאריעס לויט זייער האראסקאפ און דאס וועט האבן א שטארקע סוקסעס ראטע איז עפעס וואס דארף און קען האבן א געהעריגע סטאדי
 
גיי די און מאך א שטודיע געבויעט אויף חכמת הקבלה והאר”י ז”ל, און ווייל ביזדערוויל איז עס נישט דורכגעפירט געווארן מיינט נישט אז עס ארבעט, עס איז אויך נאך נישט דורך געפירט געווארן קיין שטודיעס וואס האבן געפראווט אז עסן שווארצע ברויט פינקטליך זיבן מינוט און צוועלעוו סקונדעס נאכן אפשיילן א טאמעיטע, מאכט אז מען זאל האבן א פערציג פראצענט שאנס צו אויפשטיין די נעקסטע טאג מיט א דריטע האנט אויפן ריקן.
דאס מיינט אז עס איז אמת? ביזווילאנג עס איז נישטא קיין בארעכטיגטע סיבה צו זאגן אזוי, קען מען נישט זאגן אזוי
איך מיין אונז גיי מיר אין סירקלען. מיין פוינט איז נישט אויפצוווייזן אז אסטראלאגיע איז אמת אדער נישט (אפשר איז דא אנדערע אין די אשכול וואס האלטן אזוי). איך ברענג נאר ארויס אז מען דארף צו גיין דערצו מיט רעספעקט און עס מיז נישט זיין אפגעפרעגט, ווי כ’האב שוין געשריבן אויבן.
 
די מסורה פון אזויפיל יארן.
געניג זאכן האבן מסורה און עס איז שטותים (ווי למשל קריסטונטום אא"וו)
די חכמה און עמקות פון די מענטשן וואס האבן געטון דערין.
ווי שוין געזאגט אויבן נעמט די פאקט אז עס איז נישט אמת אוועק זייער חכמה וויבאלד אזוי האט מען געהאלטן דעמאלטס. (אזוי ווי גרויסע חכמים האבן געהאלטן אמאל אז די וועלט איז פלאך)
די פערזענליכע עקספיריענס פון מענטשן.
ווי שוין געזאגט איז דאס נישט קיין ראי' צוליב קאמפערמאציע בייעס און די בארנעם עפעקט
 
איך מיין אונז גיי מיר אין סירקלען. מיין פוינט איז נישט אויפצוווייזן אז אסטראלאגיע איז אמת אדער נישט (אפשר איז דא אנדערע אין די אשכול וואס האלטן אזוי). איך ברענג נאר ארויס אז מען דארף צו גיין דערצו מיט רעספעקט און עס מיז נישט זיין אפגעפרעגט, ווי כ’האב שוין געשריבן אויבן.
גארנישט איז נישט אפגעפרעגט אויך איז מעגלעך אז די וועלט איז באשאפן געווארן צען סקונדעס ציריק מיט און די ביסט געבוירען געווארן מיט מחשבות פון עטלעכע צענדיגע יארן, מיינט דאס אז מיר דארפן ציגיין דערמיט מיט ריספעקט?
 
ווילסט זאגן אז ווען א מענטש ליינט די האראסקאופ קען עס אים געבן מאטיוואציע? קען זיין. אבער אויב ווילסטו זאגן אז אפילו מענטשן וואס ווייסן נישט דערפון צוזאגן וועט מען בלינדערהייט קענען אריינלייגן מענטשן אין קאטעגאריעס לויט זייער האראסקאפ און דאס וועט האבן א שטארקע סוקסעס ראטע איז עפעס וואס דארף און קען האבן א געהעריגע סטאדי
עס קען האבן סוקסעס אפילו זיי ווייסן נישט ווייל זייער מזל סימבאליזירט זייער רוחניות’דיגע כוחות וכמו שכתבתי. און סטאדיס זענען נישט די מעסטער כמו שכתבתי.
 
גארנישט איז נישט אפגעפרעגט אויך איז מעגלעך אז די וועלט איז באשאפן געווארן צען סקונדעס ציריק מיט און די ביסט געבוירען געווארן מיט מחשבות פון עטלעכע צענדיגע יארן, מיינט דאס אז מיר דארפן ציגיין דערמיט מיט ריספעקט?
איך קען ווייטער שמועסן ווען די דעבאטע גייט ווייטער זאכליך און מיט רעספעקט.
 
איך האב געמאכט אזא עקספערימנעט מיט AI
Let's experiment. ask me questions about myself, and then try to determine in which month I was born based on my nature using the horoscope​

ער האט עס אנגענומען און מיאוס דורכגעפאלן
(איך קען נישט די האראסקאופ, ווען יא וואלטן מיינע תירוצים געווען בייסעד)
 
געניג זאכן האבן מסורה און עס איז שטותים (ווי למשל קריסטונטום אא"וו)

ווי שוין געזאגט אויבן נעמט די פאקט אז עס איז נישט אמת אוועק זייער חכמה וויבאלד אזוי האט מען געהאלטן דעמאלטס. (אזוי ווי גרויסע חכמים האבן געהאלטן אמאל אז די וועלט איז פלאך)

ווי שוין געזאגט איז דאס נישט קיין ראי' צוליב קאמפערמאציע בייעס און די בארנעם עפעקט
איך מיין איך האב שוין אלעס גענטפערט בהרחבה אויבן. איז דא נאך א קשיא וואס איז נאכנישט אויסגעשמועסט געווארן?
 
איך האב געמאכט אזא עקספערימנעט מיט AI


ער האט עס אנגענומען און מיאוס דורכגעפאלן
(איך קען נישט די האראסקאופ, ווען יא וואלטן מיינע תירוצים געווען בייסעד)
ווי קומט דאס אריין דא אין די שמועס?
 
Back
Top