מצילי אש

ווען הצלה האט זיך געעפנט האבן זיי אסאך געליטן פון די גאס מידיע און פאלאטישענס מסתם אפילו מער ווי מצילי אש יעצט.
 
מיין קשיא איז צו אין די געגנט ווי מיר וואוינען איז א פריוואטע פייער דעפארטמענט א נארמאלע זאך?
 
מיין קשיא איז צו אין די געגנט ווי מיר וואוינען איז א פריוואטע פייער דעפארטמענט א נארמאלע זאך?
צי וואס מאכט עס א נפקא מינה אויב ס'הייסט א נארמאלע זאך?
איינמאל דו ענטפערסט שוין... ביטע זיי מסביר וואס 'נארמאל' מיינט.....
 
קורצע גוגל
-A few days after the L.A. Fires sparked, a private firefighting association's director told The New York Times that about 45 percent of all firefighters in the States are private.
-Are there private fire fighting companies?
Private Firefighting services are tailored to the specific needs of private entities such as residential estates, farms, or commercial establishments.
-And so there have been media reports of billionaires hiring private firefighters to protect their homes and businesses.
זעט אויס אז עס איז נישט אזוי אינטרעסאנט אין די עיני העמים והשרים אז א געוויסע קאמיוניטי וואס האט שוין פריוואטע EMS פריוואטע road side assistants (חברים/חביבים) פריוואטע פאליציי (שומרים/שמירה) פריוואטע לייף אינשורענס (ערבים) פריוואטע מעדיקל אינשורענס (יונייטעד רפואה) אא"וו אלעס פריוואט האבן אויף פריוואטע פייער לעשער.
שומרים איז נישט קיין פאליס, ערבים איז נישט קיין לייף אינשורענס, און יונייטד רפואה איז נישט קיין העלט אינשורענס.

עס איז נישט קיין חילוק אויב עס איז מאדנע פארן גוי, די שאלה איז אויב דארף מען עס און איך מיין אז נישט.
 
די פראבלעם איז אז אין מאנסי האבן זיי זיך לכתחילה געפענט זיך צו פייטען מיט אידן נישט אזוי ווי הצלה
 
די פראבלעם איז אז אין מאנסי האבן זיי זיך לכתחילה געפענט זיך צו פייטען מיט אידן נישט אזוי ווי הצלה
זיי האבן זיך געפענט ווייל ס'איז געווען א זאך וואס האט אויסגעפעלט. כדי צו קענען עפענען האט מען נאר געקענט מיט א פייט.....
 
איך האף אז קיינער ווערט נישט דא באליידיגט.
ביז יענע שארפע דרשה פון די חשובע צדיק שליט"א, (וואס זיין טאטע זצ"ל אויך געווען א חשובע צדיק האט לוחם געווען קעגן הצלה כידוע) האט יעדע פארשטענדליכע שומר שבת פארשטאנען די וויכטיגקייט פון עפענען, און עס געשטיצט,
פון יענע דרשה, איז געווארן ממש ווי נאך די דרשה הידוע אין קרית יואל. (וואס פלוצלינג איז ראבינאוויטש געווארן א צדיק וד"ל בזה.)
 
איך בין נאכנישט באליידיגט, פשוט ווייל איך קען נישט כאפן צו וואס דו באציסט זיך דא.
 
זיי האבן זיך געפענט ווייל ס'איז געווען א זאך וואס האט אויסגעפעלט. כדי צו קענען עפענען האט מען נאר געקענט מיט א פייט.....
איך זע אבער נישט פארוואס עס האט אויסגעפעלט
 
מיין קשיא איז צו אין די געגנט ווי מיר וואוינען איז א פריוואטע פייער דעפארטמענט א נארמאלע זאך?
וואס מיינט פריוואט?
7 איז אויך א פריוואטע קאמפאני וואס די גאווערמענט סובט ארויס,
וואס מצילי אש פלאנט אויך אזוי צו ווערן איין טאג, (עכ”פ אזוי זאגן זיי)
 
וואס מיינט פריוואט?
7 איז אויך א פריוואטע קאמפאני וואס די גאווערמענט סובט ארויס,
וואס מצילי אש פלאנט אויך אזוי צו ווערן איין טאג, (עכ”פ אזוי זאגן זיי)
נו דאמעלטס פארוואס פעלט אויס נאך איינס פארשטיי איך נישט זיי טוען א גוטע ארבעט?
 
קודם כל, לויט די פעדערל געזעצן איז עס א נארמאלע זאך, פימע האט ספעציעלע געלטער פאר דעם.
ס'דא סטעיטס וואס זייער פייער סיסטעם ארבעט לכתחלה אזוי, און אפי' וואו נישט איז דא רייכע מענטשן וואס הייערן פריוואטע קאמפעניס.

צווייטנס, כלל ישראל האט שוין עטליכע מאל געעפנט נייע "נישט נארמאלע" זאכן, ווי הצלה, חברים/שומרים, די ערשטע מאל אין די ערשטע פלאץ האט עס געדויערט יארן צו באקומען די טראסט פון די באאמטע, און אפילו פון די אייגענע ציבור.
און היינט צוטאגס איז נאך דא פלעצער וואו מ'מוטשעט זיך צו עפענען הצלה, ווי למשל מאנטריאל, און נאך אסאך.

די פאקט איז אז די פייער סיסטעם אין ראקלענד קאונטי איז שוין יארן א דיזעסטער, און ס'איז אבעסל בעסער געווארן (בעיקר אין מאנסי) נאכדעם וואס ס'געווארן די מצילי אש קאמפעטישן.
געוויסע ווילן מ"א צוליב די דורכגעפאלענע אלגעמיינע סיסטעם, און געוויסע וועגן די אידישקייט, סיי וויאזוי דארף אונזער קאמיוניטי אן אייגענע סיסטעם, און מצילי אש האט דאס דורכגעבראכן!
 
די טעות פון מצילי אש איז אז ער האט גענומען די השמיעיני מהלך און איבערדרייען און באשייגעצען די פייער דיפארטמענט אלץ מחללי שבתות, מילא קוקט עם רוב עולם אן אלץ נאך עפעס א צודרייטע נטורי קרתא. ווען ער קומט גלייך מיט א פראגמאטישע טענה אז מאנסי פייער דיפארטמענט סאקט אוועק, און ס׳נעמט זיי צווישן א שמיטה און א יובל צו אנקומען אויף א קאָלל, וואלט ער געהאט די עולם אויף זיין זייט.
 
ר' יחזקאל ווייס'ס אישו איז געוועהן (און איז נאכאלץ) די שבת, און פארדעם שוויצט ער.
אים אינטערעסירט נישט אז ס'דא מענטשן וואס האבן נישט ליב מוחאה, ווייל ער האלט אז דאס דארף מען טוהן.
אלע אידן וואס ווילן א היימישע קאמפעני פאר אנדערע סיבות, קענען זיך יעצט באלעקן די פינגער אז ס'דא איינער וואס טוט די ארבעט פאר זיי.
 
די טעות פון מצילי אש איז אז ער האט גענומען די השמיעיני מהלך און איבערדרייען און באשייגעצען די פייער דיפארטמענט אלץ מחללי שבתות, מילא קוקט עם רוב עולם אן אלץ נאך עפעס א צודרייטע נטורי קרתא. ווען ער קומט גלייך מיט א פראגמאטישע טענה אז מאנסי פייער דיפארטמענט סאקט אוועק, און ס׳נעמט זיי צווישן א שמיטה און א יובל צו אנקומען אויף א קאָלל, וואלט ער געהאט די עולם אויף זיין זייט.
פאר אינטערעסאנקייט, דו וואוינסט אין מאנסי? דו ווייסט ווי אזוי דער עולם קוקט אים אן? דו ווייסט אז 90 פראצענט קאלס ווערן כהיום געהענדעלט דורך מצילי אש? יא, אזוי ווי איר הערט. מצילי אש האט היינט א חודש צווישן 150-180 קאלס א חודש. וואס דאס איז ארום ניינציג פראצענט קאלס.

די מעין סטרים עולם איז זייער פרא מצילי אש. חוץ אין ויזניץ.
 
Back
Top