ענערגיע און פסייקאדעליקס איז עבודה זרה?

די גאנצע זאך פון :

כישוף , אוב ידעוני, חכמת היד והפרצוף, גראפאלאגיע, ענערגיע, שדים ורוחות, רוח הקודש, וכו,

סייענס האלט אז סאיז נישט דא אזא זאך. די איינציגסטע זאך ( פון די משפחה ) וואס איז סייענטיפיקלי פראווען איז פסיכולוגיה.

ווייטער אידישקייט, גלייבט און אלעס אבער נישט אלעס מעג מען און א חלק איז פון צד הטומאה, צד הקדושה וכו,

די פראבלעים איז מיט די מענטשן אונמיטן וואס דארפן אנהייבן מסביר זיין פארוואס דעיס יא, דעיס נישט, אז ווען עפעס ארבעט יא אדער נישט , פארוואס און וויאזוי סארבעט.

איך פערזענליך נעם נישט קיין שטעלונג, אבער איך וועל מיך פרייען אויב איינער קען מיר מסביר זיין :

וויזוי ארבעט one brain
וויזוי קען חכמת היד זאגן עתידות (פאר דער וואס גלייבט אז ס'קען)
וויזוי ארבעט תפיסת מחשבה ( געוויסע מענטשן האבן א חוש צו דעים)
איז דא אזא זאך ווי טעלעפאטיע

כ'ווייס כ'האב געמאכט א שטיקל טשולנט אבער תן לחכם ויחכם עוד ...
 
@פעדרא דו ביסט נישט אינגאנצן קלאר. דיין קשיא איז נאר פארווער עס גלייבט אז עס עקזיסטירט?

אויך איז נישט ריכטיג צוזאגן אז אידישקייט האלט אז דאס איז אמת, ווען די דעת פונעם רמב"ם און נאך אסאך גאונים און ראשונים איז אז די זאכן זענען נישט אמת.
 
דאס איז דאך די מחלוקת פונעם רמב"ם מיטן רמב"ן,
די רמב"ם האלט אז אלעס איז נארישקייטן
דברי שקר וכזב… ואין ראוי לישראל שהם חכמים להימשך בהבלים אלו
ווידער די רמב"ן האלט ס'איז יא עכטע כוחות נאר מצד הטומאה
 
@פעדרא דו ביסט נישט אינגאנצן קלאר. דיין קשיא איז נאר פארווער עס גלייבט אז עס עקזיסטירט?

יא. דער וואס גלייבט נישט האט דאך נישט וואס מסביר צו זיין...
אויך איז נישט ריכטיג צוזאגן אז אידישקייט האלט אז דאס איז אמת, ווען די דעת פונעם רמב"ם און נאך אסאך גאונים און ראשונים איז אז די זאכן זענען נישט אמת.
דער רמב''ם איז אויך מודה אויף דברים שבקדושה ווי אורים ותומים, נביאות וכו'
 
דער רמב''ם איז אויך מודה אויף דברים שבקדושה ווי אורים ותומים, נביאות וכו'
נבואה איז לויטן רמב"ם א נאטורליכע זאך כמבואר באריכות אין מורה, אורים ותומים איז לויטן רמב"ם די שטיינער פונעם חושן זעלבסט און זיי זענען גארנישט ספעציעל נאר דער כהן גדול האט זיי גענוצט אריינצוגיין אין א מצב נבואה
 
אקעי, יישר כוח נישט געוויסט.

וואזוי ארבעט די נביאות נאטורליך?

און ס'איז מיר אינטרעסאנט ווייל איך האב געממינט אז איינמאל מגלייבט אין א כוח עליון. עולם הבא, נשמה, וכו' איז פארוואס זאל מען נישט אנעמען נביאות כפשוטו?
 
עס איז א גרויסע מחלוקה פון תיכף נאך די פטירה פון די רמב"ם צו די רמב"ם האט בכלל געגלייבט אין עפעס אומנאטורליך. אוודאי האט ער געגלייבט אין העכערס און אין געטליכקייט אבער לויט ווי אסאך האבן אים אפגעלערנט איז אלעס נאר אין די ראמען פון טבע.

נפש לויטן רמב"ם איז די חלק השכלי פונעם מענטש וואס בלייבט לאחר פטירתו אין די סענס אז די אמת'ע ידיעות וואס א מענטש האט קונה געווען איז געווארן א חלק פון אים און וויבאלד דאס בלייבט קומט אויס אז א חלק פונעם מענטש בלייבט. און די השארת הנפש איז עולם הבא.
 
לכאורה דער הסבר פון עולם הבא איז פון שפעטערע ההולכים בעיקבות הרמב״ם צו פארמינערן ניסים , אבער דער רמב״ם שרייבט עס נישט ,
לגבי נבואה מוז מען זאגען אז עס איז נישט א רעגולער נאטור , ווייל דער רמב״ם נעמט אויך אהן אז פסקה נבואה מישראל, און חגי זכריה מלאכי זענען די לעצטע נביאים , נאר לויט דעם רמב״ם אז דער ראוי לנבואה טוט די פראפער הכנה איז שייך
אז עס זאל שורה זיין א רוח נבואה וואס איז א התגלות פון גאט וואס איז נסתלק גיווארן בימי נביאים אחרונים, אויב וועט זיין היינט צוטאג א נביא וועט דער רמב״ם זאגען אויף איהם- נבואיך חזו לך שוא.
 
לכאורה דער הסבר פון עולם הבא איז פון שפעטערע ההולכים בעיקבות הרמב״ם צו פארמינערן ניסים , אבער דער רמב״ם שרייבט עס נישט ,
הלכות תשובה פ"ח ה"ב-ג:
העולם הבא אין בו גוף וגויה אלא נפשות הצדיקים בלבד בלא גוף כמלאכי השרת הואיל ואין בו גויות אין בו לא אכילה ולא שתייה ולא דבר מכל הדברים שגופות בני אדם צריכין להן בעולם הזה ולא יארע דבר בו מן הדברים שמארעין לגופות בעולם הזה כגון ישיבה ועמידה ושינה ומיתה ועצב ושחוק וכיוצא בהן כך אמרו חכמים הראשונים העולם הבא אין בו לא אכילה ולא שתיה ולא תשמיש אלא צדיקים יושבים ועטרותיהם בראשיהן ונהנין מזיו השכינה הרי נתברר לך שאין שם גוף לפי שאין שם אכילה ושתיה וזה שאמרו צדיקים יושבין דרך חידה אמרו כלומר הצדיקים מצויין שם בלא עמל ובלא יגיעה וכן זה שאמרו עטרותיהן בראשיהן כלומר דעת שידעו שבגללה זכו לחיי העולם הבא מצויה עמהן והיא העטרה שלהן כענין שאמר שלמה בעטרה שעטרה לו אמו והרי הוא אומר ושמחת עולם על ראשם ואין השמחה גוף כדי שתנוח על הראש כך עטרה שאמרו חכמים כאן היא הידיעה ומהו זהו שאמרו נהנין מזיו שכינה שיודעים ומשיגין מאמתת הקב"ה מה שאינם יודעים והם בגוף האפל השפל.
כל נפש האמורה בענין זה אינה הנשמה הצריכה לגוף אלא צורת הנפש שהיא הדעה שהשיגה מהבורא כפי כחה והשיגה הדעות הנפרדות ושאר המעשים והיא הצורה שביארנו ענינה בפרק רביעי מהלכות יסודי התורה היא הנקראת נפש בענין זה חיים אלו לפי שאין עמהם מות שאין המות אלא ממאורעות הגוף ואין שם גוף נקראו צרור החיים שנאמר והיתה נפש אדוני צרורה בצרור החיים וזהו השכר שאין שכר למעלה ממנו והטובה שאין אחריה טובה והיא שהתאוו לה כל הנביאים.
 
אין די הקדמה אויף פרק חלק שרייבט ער עס קלאר:
ואותו תענוג לא יֵחָלֵק לחלקים ולא יְסֻפַּר, ולא יִמָּצֵא משל למשול בו אותו התענוג. אלא כמו שאמר הנביא עליו השלום כְּשֶׁנִּפְלְאָה בעיניו גדולת הטוב ההוא, אמר: "מָה רַב טוּבְךָ אֲשֶׁר צָפַנְתָּ לִּירֵאֶיךָ". וכן אמרו עליהם השלום: "העולם הבא אין בו לא אכילה ולא שְׁתִיָּה, ולא רחיצה ולא סיכה ולא תשמיש, אלא צדיקים יושבים ועטרותיהם בראשיהם ונהנים מזיו שכינה". רוצה לומר באומרו "ועטרותיהם בראשיהם" – השארות הנפש בקיום המושכל לה, וִהְיוֹת היא והוא דבר אחד, כמו שֶׁזְּכָרוּהוּ גדולי הפילוסופים בדרכים יֶאֱרַךְ ביאורם בכאן. ואמרו "ונהנים מזיו שכינה", רצה לומר שאותן הנשמות מתענגות במה שמשיגות ויודעות מאמיתת הבורא יתברך, כמו שמתענגות חיות הקודש ושאר מדרגות המלאכים, במה שהם מַשיגים ויודעים ממציאותו.
 
תודה פאר די העתקה , וואס דער רמב״ם זאגט איז אז דעס וואס אונז רופען נשמה איז א נפש רוחני וואס בלייבט נאך טויט, און ער איז די דעת און חכמה פון א מענטש וואס ער האט קונה גיוועהן בחייו, און לפי השגתו אין אלוהות בחיים, ווערט ער רעווארדעד
מיט השגה פון גאט אזוי ווי מלאכים און נהנה מזיו שכינה ,- למעשה קומט אויס אז די השארת נפש איז א סעפערעיט ענטיטי- , איז די טהעארי גאנץ קאנווענשענעל, ווייל דעס אז עס איז נישט דא דארט אכילה שתיה און תשמיש זענען אלע מאמינים אייניג ( נאר ביי די מוסלעמענער גלויבען זיי אין פיזיקעל הנאה נאך טויט )די וואס קומען נאכען רמב״ם זענען גיגאנגען ווייטער זיי האבען גיבויעט אויף דעם רעיון פון אריסטוטל ,אז עס איז דא א שכל הפועל,וואס פון דארט קומט ארויס די כח צו האבען השכלה מיטען שכל פון די גאנצע מענטשהייט, און נאך טויט אויב האט א מענטש קונה גיוועהן השכלה, ווערט ער צוריק נתאחד מיט די שכל הפועל , די שכל הפועל איז יא א געטליכע באשאף , און מען ווערט איינגישלונגען אינדעם שכל הפועל איז דא די הנאה וואס איז שכר עולם הבא, אבער מען ווערט אויס ענטיטי מען ווערט חלק פון שכל הפועל און דאס מיינט נהנה מזיו השכינה.
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
איך האב געזען צו שטארקע זאכן פון בעטן א ענערדזשי הילער אויף מיין ווייב און קינדער און זיי האבן זיך געטוישט בעיני ראיתי איך האב נישט קיין הסבר
 
איך האב געזען צו שטארקע זאכן פון בעטן א ענערדזשי הילער אויף מיין ווייב און קינדער און זיי האבן זיך געטוישט בעיני ראיתי איך האב נישט קיין הסבר
פארצייל אלע פרטים פון א ביז ת
 
ווען איינער פון די אלע חברה וועט מיר ברענגען די לאטערי נאמבערס וועל איך אנהייבן גלייבן.

ער דארף עס נישט ברענגען פאר מיר אפי', ער זאל עס אליין קויפן און מיר זאגן אז דעי וואך גייט ער געוואונען.
 
ווען איינער פון די אלע חברה וועט מיר ברענגען די לאטערי נאמבערס וועל איך אנהייבן גלייבן.

ער דארף עס נישט ברענגען פאר מיר אפי', ער זאל עס אליין קויפן און מיר זאגן אז דעי וואך גייט ער געוואונען.
עס זענען דא מענטשן וואס האבען תועלת פון די ענערדזשי טעראפי , און זיי זאגען זיי פיעלן בעסער , די סייענס טוט עס נישט ענדארסען , מוז מען זאגען אז עס ארבעט אזוי ווי א פלאסיבאו.
 
לעצט רעדאגירט:
עס זענען דא מענטשן וואס האבען תועלת פון די ענערדזשי טעראפי , און זיי זאגען זיי פיעלן בעסער , די סייענס טוט עס נישט ענדארסען , מוז מען זאגען אז עס ארבעט אזוי ווי א פלאסיבאו.
עס איז נישטא קיין סייענס וועגן דעהם, לויט מיין פארשטאנד.

עס אויכעט נישטא קיין סייענס וואס ווייזט אויף אז שרולי גרין קען זינגען, אדער אז עס איז דא אזא זייטל ווי קרעימעל.

סייענס איז אפאהר הונדערט יאהר אלט, און עס איז יונגער ווי ענערדשי הילינינג. אז סייענס האט נאכנישט אויפגעוויזן עפעס מיינט נאכנישט אז עס איז נישט אמת.
 
אז סייענס האט נאכנישט אויפגעוויזן אז משה שטערן האט נישט קיין פסח פראגרעם מיינט נאכנישט אז עס איז נישט אמת.
 
אז סייענס האט נאכנישט אויפגעוויזן אז משה שטערן האט נישט קיין פסח פראגרעם מיינט נאכנישט אז עס איז נישט אמת.
אין הכי נמי, דעיס איז נישט קיין סבה צי טראכטן אז עס איז נישט אמת.

עס איז דא אנדערע סיבות צי טראכטן אז די פסח פראגראם איז נישט אמת.

קיינער פרעגט נישט פון סייענס וועגן די פראגרעם, ווייל סייענס איז נישט אייביג די בעל הבית אויפן אמת.
 
א זאך וואס איז נאכנישט אויפגעוויזן אויב עס איז אמת אדער נישט, איז ביי דיפאלט אמת? אפילו עס איז נישטא קיין נארמאלע וועג צו פארשטיין וויאזוי עס ארבעט חוץ דורך שדים ומלאכים?

גראדע איז שוין געווען סטאדיס אויף Applied kinesiology וואס האט געוויזן אז עס איז גארנישט ווערט.
 
א זאך וואס איז נאכנישט אויפגעוויזן אויב עס איז אמת אדער נישט, איז ביי דיפאלט אמת.
אוודאי איז א זאך נישט ביי default אמת, און אויב א זאך איז disproven דורך סייענס איז עס לכאורה נישט אמת.

איך ווייס נישט ווי די האסט דעיס געזעהן אין מיינע ווערטער אנדערש.
 
Back
Top