אן עסטערויד וועט מעגליך אריינקראכן אין 2032

און מען וועט אלעמאל בלייבען אין די זעלבע חודש, ווייל ס׳וועט נישט זיין קיין לבנה צו מבשר זיין אז ס׳שוין דער נעקסטער חודש, כ׳האף נאר אז ס׳זאל נישט אויס געפאלן אין אלול אדער תשרי…..
ס'וועט אויך זיין א שטיקל דיסקאנעקט צווישן די ב"ד של מעלה און ב"ד של מטה. ווייל אין ב"ד של מעלה ווארט מען אז די ב"ד של מטה זאל אויסרופן מקודש הערשט נאכדעם איז מען מקדש דעם חודש אין הימל. פון די אנדערע זייט קען זיין א גרויסע טובה ווייל דער שטן וועט זיין פיין צומישט שוין פון חודש ניסן און מ'וועט נישט ברויכן ווארטן ביז ער"ה נישט צו בלאזן קיין שופר אדער ביז קדיש תתקבל אום ר"ה ביי די תקיעה גדולה
 
די עסטערויד גייט פארשטייטערן די מהלך הלבנה פונקט גענוג, מ'וועט מער נישט דארפן מער מאכן אן עיבור יאר, נאכדעם גייט משיח גייט קומען.(אייביג נאך עניטינג ספוקי, קומט משיח)
 
לעצט רעדאגירט:
אין די צייטן פון די צאנזער רב איז אויך געווען אזא פחד, ר' יענקעלע פון פשעווארסק האט דערציילט אז ר' ליעזר'ל דשיקבער האט זייער מורא געהאט, אבער צאנזער רב האט געזאגט אז מ'דארף זיך נישט זארגן, איז ר' ליעזר'ל געפארן אויף צאנז, ווייל אויב צאנזער רב זאגט אז מ'דארף נישט מורא האבן, וועט אין צאנז גארנישט געשען.
למעשה מיין איך אז ס'איז נישט געשען ַ
 
איז די אינצידענט געווען אן עסטרויד?

Chelyabinsk meteor - Wikipedia
אינטרעסאנט כ'האב קיינמאל נישט געהערט פון די מעשה, ווי ווייט איך פארשטיי רעדט זיך עס פון א Meteor וואס איז פיל קלענער ווי אן אסטערויד.

אגב, כ'ווייס נישט צו דו האסט געהערט, אין 1908 איז געווען א סאך גרעסערע אויפרייס ווארשיינליך פון אן אסטערויד, אויך אין רוסלאנד, יענס האט אפגעווישט א גאנצע וואלד די סייז פון ניו יארק סיטי, פנחס גלויבער האט דא א שיינעם שמועס איבער דעם.

סתם פאר אינטרעסאנטקייט ווייל איך אביסל אויסקלארן די חילוק פון פארשידענע ספעיס אביעקטן:
Comets ☄️ זענען גרויסע שטיקער אייז וואס פליען ארום אין די סאלער סיסטעם, זיי רינגלען די זון צוזאמען מיט אלע פלאנעטן אבער ווען זיי קומען נאנט צו די זון וועפערירט די אייז פון די היץ און דאס שאפט די הערליכע tails וואס זענען אזאלכע וויידלעך וואס שלעפן זיך נאך.
זיי זענען ע"פ רוב זייער ווייט פון אונז אדער אין די kupier belt (א רינג פון קאמעטס און קליינע פלאנעטן נאך Neptune) און אין די oort cloud (א באלל פון קאמעטס ווייטער ארויס אין די סאלער סיסטעם) אבער מען קען זיי פון מאל צו מאל זען אריבערפליען אין די הימל, זיי זענען געווענליך עטליכע ק"מ גרויס (די סייז פון א קליינע סיטי) אבער די וויידלעך ציען זיך מיליאנען מייל.
Asteroids זענען שטיקער שטיין אדער מעטאל וואס פליען ארום אין ספעיס זײ זענען אזויווי פלאנעטן אבער היות זיי זענען זייער קליין רופט מען עס אסטערויד. זיי קענען אריינקראכן אין די ערד וואס דאס קען שאפן אן גרויסע קאטאסטראפע.
א מערהייט פון אסטערוידס זענען אין די asteroid belt צווישן Mars און Jupiter. זיי קענען זיין פארשידענארטיגע סייזעס, די גרעסטע אסטערויד פון וואס מען ווייסט - Ceres איז אזוי גרויס ווי די סטעיט טעקסאס, און די קלענערע זענען נאר עטליכע מעטער/פוס.
Meteoroids זענען שטיינער וואס ברעכן זיך אפ פון אן אסטערויד. זיי זענען קלענער ווי צען מעטער און געפינען זיך איבעראל אין ספעיס, ווען א מעטערויד קראכט אריין אין די ערד ווערט עס גערופן א meteor, כמעט יעדן טאג רעגנט אריין מעטעארן אבער זיי זענען געווענליך זייער קליין, יענע אינצידענט אין טשעליאבינסק איז געווען א גאר גרויסע שטיין. מען קען טרעפן קליינע מעטעאר שטיינער איבעראל ארום די וועלט און פארשער נוצן זיי צו שטודירן ספעיס אביעקטן און אנדערע פלאנעטן.
 
לעצט רעדאגירט:
ב''ה היינט איז אריינגעקומען די נייעס אז מ'קען שוין אפ אטעמען פון די שרעק,
לויט ווי די סייענטיסטען געבן איבער האט זיך די עסטרויד געריקט אין עס איז נישט דא מער קיין סכנה אז ס'זאל אריין קראכן און אינזער וועלטעל.
 
נאסא זאגט? ווער איז נאסא זיי זאגען אויך אז און א פאר מיליאן יאר שטייט דו וועלט. זארגט נישט עס אווערנייט קוגעל דער אייבישטער וועט העלפען
זעטס עטץ שיינע איד האט שוין גלייך געזאגט אז די אייבישטער וועט העלפן!
 
נישט אזוי זיכער, אווערנייט קוגל קען אנמאכן נפיחות וואס איז גורם קלימאט טשעינדזש
א לענגערע שטודיע דורכגעפירט אין די UTS קאלעדזש ווייזט אז די נפיחות קומען בכלל נישט פון די קוגל. ס'ווייזט א אינטרעסאנטע זאך אז יעדעס מאל וואס מ'עסט קוגל עסט מען אויכט טשאלענט און טאקע דאס איז די גורם פאר די נפיחות...
 
ב''ה היינט איז אריינגעקומען די נייעס אז מ'קען שוין אפ אטעמען פון די שרעק,
לויט ווי די סייענטיסטען געבן איבער האט זיך די עסטרויד געריקט אין עס איז נישט דא מער קיין סכנה אז ס'זאל אריין קראכן און אינזער וועלטעל.
א קליינעם עק אין מיין הארץ האט געזאגט אָאָךך...

ס'איז דא א געוויסע עקסייטמענט ווען מ'הערט אז די וועלט קען חרוב ווערן, אדער אז דאס מענטשהייט קען טאטאל פארניכטעט ווערן און לאזן דאס וועלטל אלס א פרימעטיווע ארט, ביז דאס ענדע פון צייט.

עס טוט עפעס ציווארפן דאס פארזיכערטע רוטין.
 
א לענגערע שטודיע דורכגעפירט אין די UTS קאלעדזש ווייזט אז די נפיחות קומען בכלל נישט פון די קוגל. ס'ווייזט א אינטרעסאנטע זאך אז יעדעס מאל וואס מ'עסט קוגל עסט מען אויכט טשאלענט און טאקע דאס איז די גורם פאר די נפיחות...
און בהמה פלייש וואס דאס אידאך דער מקור הנפיחות
 
Ox tail וועל איך לאזן פאר די Jamaicans
אמאל געווען אומזיסט מיט מארעך ביינער, אבּער היינצוטאגס קאסט עס איבער 20 טולער א פונט.
איך פלעג עס קויפן און דאס גיבט אריין גאר א פיינעם טעם אין די טשולענט
 
Back
Top