- זיך איינגעשריבן
- סעפ. 14, 2024
- מעסעדזשעס
- 122
- רעאקציע ראטע
- 1,039
- פונקטן
- 213
מיר האבן אויפן ליניע דער מחבר פון עפעס אויף וואס מיר און ספעציעל דער פריערדיגער דור איז אויפגעוואקסן, מיט זיין חיבור האבן מיר געלערנט חימוש און זיך באהאלפן ביים אריין קוקן אין נ״ך, און במיוחד ביים זאגן קינות.
א גוטן הרב טייטשט. עס איז אונז א חשיבות אייך צו האבן דא אויפן ליין. דערציילט אונז אביסל וועגן אייך, ווען איז אייך איינגעפאלן צו פארטייטשן תנ״ך די מחזורים און די קינות, און די ארבעט וואס עס האט געפאדערט.
הרב טייטש : איך וועל אנהייבן מיט איין משל. עס איז געווען איין מלך פון איין גרויסע מדינה, אונ דער מלך האט געשריגן, רייסט אייערי הערצער, איידער דער טאג קערט אפ...
אני הקטן: אה, איך הער, איר רעדט זייער פון הארצן ארויס, אבער מיט רשות אפשר קען איך אייך בעטן איר זאלט רעדן פשוט אן משלים. דער היינטיגער יוגנט פארשטייט נישט אזוי דעם פארצייטישן שפראך מיט די פנינים און משלים.
הרב טייטש: און נון, וואסזשע דען פערלאנגסטו פון מיר?
אני הקטן: צו דערציילן אזוי בלשון סיפור, ווי א מענטש רעדט צו א ברודער.
הרב טייטש: דערצעהלין וועל איך דערצעהלין. אין לאנד שפאניע איז געוועזען איין מלך וואס האט פיהל מאהל ארויסטריבען די אידען פון זיין לאנד...
אני הקטן: ניין ניין, נישט דאס, דערציילט וועגן אייער פירוש ע״ט, אייערע געדאנקען בשעת׳ן שרייבן, די שוועריגקייטן, און מיט וואס איר האט אייך באהאלפען וכו׳
הרב טייטש: הע הע, א געלעכטער... און צו דען ווילסטו אויכעט וויסן וואס עך האב געגעסן אויפן וועטשערע?.. צו דען ווילסטו איך זאל דיר פערצעהלין וואס איך האב בעמישׂטיגט אין מיינע בעדערפענישן?... וואזשע קען שוין א בשר ודם פערצעהלין וועגין זיך, נאר וויבאלד דוא האסט געפרעגט וועל איך דיר ענטפערן אזוי צו זאגן, דרום האבין מיר דאס גישטעלט אויף עברי טייטש כדי איטלכר זאל פארשטיין און זאל ערינצט בעטין און וויינין פאר השם יתברך, אונ כדי צו דערוועקין די הערציר פון דיא מינטשין. דאס וועל איך פארשטיין געבן מיט איין משל. למשל, א פאטער האט געהאט צוויי זון, איינער איז געווען א קויפמאן ער האט זיך געפירט זעהר ארענטלעך נאר לעהרנען האט ער נישט געהאט קיין צייט...
אנה״ק: אממ איך פארשטיי איך פארשטיי, עס פעלט נישט אויס דער משל, איך וויל הערן פשוט און גראד דברים כהוויתן
הרב טייטש: איר היינטיגע לייכטזעהליגע לייט קענען קיין שטראף רייד ניט דערטראהגען, ווי די היידענישע געצין דינער איהר ווידער שפעניגע קינדער
אני הקטן: ענטשולדיג רעב טייטש, איך האב אייך דאך דא נישט גערופן צו הערן קיין מוסר, איך האב אייך גערופן ווייל מיר ווילן הערן וואס ליגט אונטער אייער פאפולערע פירוש ע״ט, איר זענט דא אויף אן אינטערוויו.
הרב טייטש: אינטערוואו, אונטער וואס? איך פארשטעה דאס גארנישט וואס איהר רעדט. איר רעדט דאך גארנישט קיין עברי טייטש. וואספארא מין לשון רעדט איר דאס?
אני הקטן: איך רעדט מאמע לשון, היינט רופט מען עס אידיש. איך זאג, איך האב אייך דא גערופן נישט פאר שטראף רייד נאר צו האבן מיט אייך אן אינטערוויו - דאס איז אן אויספרעג וועגן אייער פאפולערן...
הרב טייטש: לערן שמערן, איך ווייס דאס גארניט וואספארא רייד איר ברענגט ארויס אויפן מויל, למשל איין גרויסער שר האט בעפאהלען זיין ארכיטעקט ער זאל אים בויען א רעזידענץ, ויהי היום...
אני הקטן: נו, ערעב טייטש, האב איך אייך דאך שוין געזאגט, מיר זענען נישט דא געקומען צו הערן משלים, זאגטץ מיר פשוט אין מאמע לשון, וואס נעמט דאס אזא פראיעקט, כ׳מיין דאס איז דאך נישט קיין קלייניגקייט, איבערטייטשן מיט די פינטלעך יעדעס פסוק, יעדעס אגדתא, יעדער יוצר, די אלע סלוחות און קינות?
הרב טייטש: מיט גאָטס גענאָדע האב איך דאס געשאפן, כדי צו קלאגין אויף דיא קדושים וואָשׂ זענין געהארגית געווארין אויף קידוש השם, איך טוא מאַכין איין קלאג אזוי ווי די טראָכין, אונ איין טרויערונג אזוי ווי די יונגע שטרויסן...
אני הקטן: נו איך בעט אייך רעב טייטש, רעטץ תכלית, דערציילט פאקטן.
הרב טייטש: אה תכלית זאגט איר? נו אודאי געוויס, וועל איך אייך ערקלערין מיט איין משל: למשל, אן ארימאן האָט געהאַט א גביר א קרוב פלעגט ער אימער שטאָלצירען מיט דעם קרוב, לימים האט דער גביר חתונה געמאכט א קינד...
אני הקטן: נו, אז איך זעה איר קענט זיך נישט אפ טשעפענען פון די משלים, איז לאמיך אייך שוין טאקע פרעגן וועגן אייערע משלים, אייערע משלים זענען זייער שיין, אלע קינדער האבן דא ליב צו ליינען בשעת׳ן קינות זאגן און אונטערן לערן טיש אין חדר. איז זאגט מיר, דערציילט אונז,וואו האט איר דאס פארפאסט? וואס האט אייך אינספירירט? זענען אלע משלים אייערע אייגנס אדער האט איר באשטעלט משלים קאמפאזערס צו מאכן אייך די משלים פארן פראיעקט?
הרב טייטש: ווי וואגט איר עס צו קלערין אז דאס זענען ניט מיינע ווערק, פון וועמען דען, פון אייזאפאסון? א זינדיגער מאַן איז ער, זאָל גאָט פארשעלטן פון פאַר די ערד...
אני הקטן: בכבוד ערעב טייטש, למען השם, וועמען שעלט איר דא? ביטע שעלטס נישט קיין מענטשן דא. ווייסט איר וואס, זאגט אונז אביסל וועגן אייער פאפולערסטער משל מיטן פּאָרטרעט, דער ערשטער משל אינעם קינות, ווען האט איר דאס געשאפן און וואס האט אייך אינספירירט דאס צי שאפן?
הרב טייטש: און נון איך בין גישטאנען אויף איין מויער ווס מען מויערט זי מיט איין שנור ווס אין עק איז בלייא אונ דוירך דעם זעהן די מויערער ווי צו גלייך מאכין דיא מויער, אונ אין מיין האנט איז געווען איין שנור...
אני הקטן: זייט נישט ברוגז אבער איך פארשטיי נישט קיין ווארט וואס איר זאגט דא, איר רעדט עפעס אן אלטער פאדזשאוועטע שפראך וואס קיינער פארשטייט נישט...
הרב טייטש: וועל איך אייך דאס פארשטיין געבן מיט איין משל. למשל עס האט אמאל געטראפין א גרויסער מלך איז געפאהרין אין וועג מיט א קאַרעטע און רייטער און עס איז פארנאכט שטארק פארוואלקינט געווארין און עס איז אראפ א פלייץ רעגן מיט שטארקע דונערין און בלוצען מען איז מיט געשווינדקייט צו געפארעהן צו א דארף...
אני הקטן: וואַרט וואַרט נאך פאר איר שלעפט מיך אריין אין נאך א משל, איר רעדט אזוי מיט אזא שלייער, איז זאגט מיר נאר רעב עברי טייטש, און זייטס נישט ברוגז אז איך פרעג אייך: צו קלערט איר נישט אז אייערע געפינטלטע ווערטער הערן זיך ווי פון איין אלטער באבע?
הרב טייטש: אייערע רייד זיינען ווידערשפעניג און ווי פון אן אויבער חכם, מען באדארף זיך מתבונן זיין און רעדן מיט ענווה, זיין א שפל ברך, מיט א פשטות...
אני הקטן: אבער דער היינטיגער יוגנט וואס ליינט אייך מיינט איר זענט א פשוט׳ער אלטער געפינטלטער עם הארץ.
הרב טייטש: גאַלגאַן, אזוינע רייד זאלסטו געוואָרענט זיין פון צו ריידן. דרום וויל דו האסט געשענדעט מיין נאָמען, וועט דיין ווייב אין שטאט מזנה זיין מיט די פיינט, און דו זאלסטו ניט מערין נאך נייעס צו זאָגן אויף די ראַדיע...
אני הקטן: איך זעה שוין מיט אייך, איר זענט פשוט אן אלטער אויפגערעגטער זיידע. נו אז איר שעלט שוין יא, וואס זאגט איר צו פוטין׳ען?
הרב טייטש: זאל גאָטס גריהמצארין ארויף גיין אויף אים אונ עס וועט אויף גיין זיין גישטאנק און זיין מיאוסקייט און וועט געטייט ווערין ווארום ער האט געגרייסט צו טאן בייז...
אני הקטן: און צו אוקראינע וואס זאגט איר?
הרב טייטש: ווי איין גאָבּ פון איין זונה נעמען זיי די אוקראינער פון די אַמעריקאַנער.
אני הקטן: און וויאזוי זעט איר וועט זיין דער סוף פון דער מלחמה?
הרב טייטש: - אונ פאר זייא די רושׂען וועלין צוא גיין די בערג אונטער זייא, אונ די טאָלין וועלין צוא שפאלטין ווערין; אזוי ווי וואַקס צו גייט פון פר דעם פייער אזוי וועלין זיי צו גיין, און אַזוי ווי די וואסערין ווס רינען אין איין שיעף אָרט וועלין זייא צו שפרייט הין אונ הער, ביז זי איז געשלאַפט דוֺרך אירע מכות...
אני הקטן: אזוי, איר רעדט דאָך שוין כמעט ווי א נביא, פון די סארט נביאים וואס איר פארטייטשט אין תנ״ך.
הרב טייטש: חאָטשע וואָס מיר זיינען קיין נביאים ניט זיינען מיר בני הנביאים, דערפאַר זאָג איך היינט, האט קיין מורא ניט איר בהמות פון דעם פעלד דען זיי האבן גיגראָזט...
אני הקטן: איך זעה שוין הרב טייטש איך וועל קיין גראד ווארט פון אייך נישט ארויס באקומען, איז לאמיר הערן, וואס זאגט איר צום היינטיגן דור, האלט איר אז מיר גייען אין ריכטיגע וועגן?
הרב טייטש: זי איז א דור פון הייליגטומען, לייטזעהליגקייט און דערבארעמדיגקייט.
אני הקטן: אזוי, דאס האב איך מיך שוין גארנישט גערישט נאכן אייערס אזוי צאמשעלטן. אויב שוין יא אזוי וואס זאגט איר אויף ארץ ישראל און אויף די כסדר׳דיגע טעראר אטאקעס דארטן?
הרב טייטש: זי איז די לאנד פון די אבות - איר וועט אזוי בעטין פאר גאט וועט זיך גאט מקנא זיין פון וועגין זיין לאַנד כלומר ער וועט מלחמה האלטן פאר איר און ער וועט זיך דר בארימען אויף זיין פאלק אונ וועט זאגן צו זיין פאלק נון איך וועל שיקין צו אייך דאס קאָרין אונ דעם וויין אונ דעם בוימיל...
אני הקטן: אמן כן יהי רצון. אצינד, גיט אונז רעב טייטש איידער איר גייט צוריק צו אייער שטענדיגער רוה אונטער דעם שמות קעסטל, א טיפ וויאזוי צו לערנען א פסוק חומש.
הרב טייטש: מען בעדאַרף צו וויסען וויאזוי צו פארטייטשן דער אמת׳דיקער טייטש וואס מיר אלע פארשטייען קינד און קייט, אזויווי צום ביישפיל, ״אישי״ באדארף מען צו טייטשן - פייער אפפער; ״באחי״ טייטשט מען - אין די וויזע, ״צאן״ טייטשט מען - פי, וכדומה פשוטע ווערטער, ניט קיין הויכע, וואס אלע רעדן און פארשטעהן.
אני הקטן: און וואס א טיפ קענט איר אונז זאגן וועגן א משל?
הרב טייטש: א משל באדארף מען דערציילן מיט האַרץ און מיט שפאנונג, מען זאגט, געווען אמאל א מעשה, געווען אמאל איין מלך, ויהי היום, ביום מן הימים, צו האלטן דאס קינד נייגעריג און זאל ער האבן חשק צו לעזן און לערנען.
אני הקטן: און וואס קענט איר אונז זאגן וועגן מוסר, וויאזוי שרייבט מען א גוט שטיקל מוסר?
הרב טייטש: דאס טוט מען מיט עהרענפארכט, מיט א לשון פון פאדערונג און שטרענגקייט, מען זאגט, דרום זאלט איר טוהן אזוי און אזוי, איר זאלט געווארנט זיין פון טוהן אזוי און אזוי, חלילה אזוי צוא טוהן, און ענדליכעס מיט לשונות פון שטראף, אזוי וועט דאס קינד אים נעמען מיט א יאך און עול און נישט געהן בשרירות ליבו.
אני הקטן: און תחינות, וואס קענט איר עצה׳ען וועגן אראפשרייבן א גוטער תחינה?
הרב טייטש: מיט תמימות מיט א הארציגער וויינענדיג לשון, כדי ס׳זאל ערוועקין די הערצער. און איך וועל זיך ערלויבען שפאַס צו טרייבן און זאָגען, אז אויך די נשים זקינות זאָלין באַנעצין דעם תחינה מיט ווייבערישע טרערן...
אני הקטן: אה, אז איר האט שוין יא א סענס אף יומער ערעב טייטש, נו זאגט עפעס לאכעדיגס...
הרב טייטש: וועל איך ערצעהלין אן ערצעהלונג. עס געהט א אידן אין גאס שבת בייטאג מיט א שטעקן, שטעלט אים דער רב אָפ הלמאי ער טראגט א שטעקן אום שבת אָנע ערוב. ״ווי האסטו ניט מורא פון גאט?
ענטפערט דער אידן, יאָ, אודאי האב איך מורא פון ג-ט און דערפאר געה איך טאַקי מיטן שטעקין...
אני הקטן: אה הא, זעה איך איר זענט נישט אזא תמים אין די פינטלעך ווי איר מאכט זיך...
הרב טייטש: נו, וואָס טוהט מען עס דען ניט פאַר פרנסה, צוא פינטעלט מען זיך...
אני הקטן: ... און עפעס א חיזוק ווארט פארן היינטיגן דור, רעב עברי טייטש.
הרב טייטש: זיי לוסטיג אונ פרייא דיך דען גאט האט געגרייסט צוא טאן אין דיר גוטס צוא זיין פאלק.
אני הקטן: און א ברכה פארן דור פון אונזער חשובער גאסט.
הרב טייטש: גאָט זאל זיך שוין מרחם זיין אויף אונז אונ אויף בואין דעם בית המקדש געך און באלד אמן סלה!

לעצט רעדאגירט: