ענדרו טעיט - פרויען נישט ערלויבט צו וואויטן!

צוזאמגעדרייט

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 14, 2024
מעסעדזשעס
329
רעאקציע ראטע
1,441
פונקטן
223
דער באקאנטער "ענדרו טעיט" וועלכע האט זיך זעלבסט געקרוינט אלס דער פאָן טרעגער פון מאָסקעלינעטי, האט אין אן אינטערוויו מיט פיערס מארגען זיך צעלאזט, ארויסלאזענדיג א זאק פון ראדיקאלע סטעיטמענטס.

פרויען זאלן נישט זיין ערלויבט צו וואויטן!

עס איז דא א גענעסייד אנקעגען ווייסע אמעריקאנער!

ער וואלט נישט געלאזט זיינע טעכטער גיין ארבעטן (עפעס אזוי)

---

אז דו ביסט און די מאד פון הערן איינער זיך בעטן פאר קליקעס (אפשר מיינט ער עס ערענסט, כ'האף אז נישט) הער אויס דעם עפיזאד, ער שומפט און שרייט ווי א נערווען קראנקע פערזאן.

דו גייסט גארנישט קלוגער ווערן, ס'איז בלויז אינטערהאלטונג...

View: https://youtu.be/c_NPcyN45P8?si=LAvUWEvuV0jBp3-Q
 
דער איז דאך טױט משוגע. ס'איז די ערשטע מאל איך הער אים, טײט. ער האט א מױל װי א סועֶר. אַן עקזעמפּל פון די װארט Spewing.

"דיד אײ גיװ אײ װערבּ?"

ער מיטשעט זיך ארױסצוזאגן "לוסי קאָנאָלי"

פאר זײן לאװ אָף פרי ספיטש קען מען נישט ארײנהאָבן אײן װארט װען ער איז מחליט נישט אױפצוהערן דרשענען.
 
לעצט רעדאגירט:
דער איז דאך טױט משוגע. ס'איז די ערשטע מאל איך הער אים, טײט. ער האט א מױל װי א סועֶר. אַן עקזעמפּל פון די װארט Spewing.

"דיד אײ גיװ אײ װערבּ?"
די איי גיוו איי ווערב

וואס מיינט דעיס
 
די צװײ ײדן אָהן דער פתח פון אונטן לײענט מען בּײ דיפאָוּלט װי א ליטװישע צירי, נישט װי א פױלישע.

פּיערס האט אים באשולדיגט און אַגיטירן זײנע פַאלױערס צו אומרוען פאר'ן האבן געשריבן אין זײן טװיט "ציװילע קריג". האט ער צוריקגעפרעגט פאר פּיערס אױב ער האט געגיבן א װערבּ, א פוֹעל, אז פיערס זאלן אים קענען באשולדיגן אין האבן געמײנט "אז מען זאל ענגײדזשְן אין ציװילע קריג. בקיצור א סטוּפיד ארױסדרײ.
 
יא, דערפאר װאלט איך טאקע געדארפט שרײבן ייִדן. אזױ איז די רוּל אבער היות מיר אלע קענען די װארט האב איך עס אױסגעלאזט.
 
Andrew tate איז א משוגענע לכל דבר, ער פילט זיך נעבעך זייער שוואך, פראבירט ער צו באווייזן שטאקייט.
און האט זיך מגייר געווען צו אסלאם ווייל דארטן קענען די מענער קאנטראלן די ווייבער, און האבן אסאך ווייבער.

ער איז גארנישט מער ווי א פּיסק אזוי גרויס ווי זיין טוכעס וואס ווייסט ווי צו ברעינוואשן די מוחות מיט זאכן וואס זיי resonate'ן מיט.
 
Back
Top