נאחי יאווא nachi uncensored

דעי בחור נעמט מיך ארויס די אפעטיט פון ווערן אפגעפארן, ווילסט אפשמדן כלל ישראל? ווייז מיר אז די ביסט סוקסעספול, האסט א פרנסה, ביסט סעטעלד, דיין לעבן גייט גוט.
פון סתם שעלטן און שטויסן יעדעם און זאגן אז די ביסט געווארן געפייערט פון מקדאנעלדס ווייל די האסט נישט באקומען קיין סעקולערע חינוך, סיריעסלי זאג מיר איין מענטש וואס קען נישט מאכן קיין סענדוויטש, עס ווייזט אז די ביסט א דורכפאל, און די ווילסט דיך נישט העלפן. (די סיסטעם האט זיך זיינע פראבלעמען, אבער אין דעי פאל האט עס בכלל נישט מיטן סיסטעם)

יוסעל טייערע איך וויל דיר נישט בלעמען אויף דיינע צרות, ווי עס שיינט האסטו געהאט א שווערע יוגנט, אבער עס איז נישט קיין תירוץ צי בלייבן א דורכפאל, זיישע ביטע מוחל גיי צי א טעראפיסט, זאל עס זייל א גוי, א קריסט, צי מוסולמענער וויאזוי עס שמעקט דיר, און נעם דיך אין די הענט אריין, עד מתי גייסטו שטויסן? וויאזוי העלפט דיר עס? ווי קומסטו אן מיט עס?
סעטל דיך, גיי מאך א לעבן, און פארגעס פון די חרדים.
און אויב ווילסטו עכט אפטון די חרדים, גיי האב פאן מאך געלט און ווייז אונז אז עס האט זיך געלויט אפציפארן, ווייל וויאזוי די ביסט יעצט איז קיינער דיך נישט מקנא.
איך בין מיט דיר דיע אלע מענטשן ווי דזשאוזעף האבן מיך אוועק גענומען די אפעטיט צו פריי ווערן

איי היינט בין איך א פרייע, דאס איז וויל איך האב פארשטאנען אז פונקט ווי די פרומע זענען נישט קיעין סיבה פאר מיר ווי אזוי צו לעבן פונקט אזוי זענען די פארביסענע OTD'ס
 
View attachment 5277


למעשה איז שוין די שפיטיווקע פאדקעסט איבערגעשטיגן די פאדקעסט מיט פעגי (טראץ וואס די שפיטיווקע פאדקעסט איז אין אידיש), און איז (דערווייל) די סאמע פאפולערסטע פאדקעסט פון נאחי. פילייכט צייגט דאס אז דער עולם איז זאט פון אפגעפארענע געסט וואס פארקויפן גארנישט חוץ האס אדער ווייטאג? :unsure:
און אפשר וויל עס איז און אידיש און נישט אויף ענגליש מהיכן דנתנו אז ס'איז וועגן די תוכן
אפשר ווען פעגי רעדט אין אידיש וואלט עס געווען סאך מער פאופלאר....
 
איך וויל סתם צומערקן אז אויף דיין שפראך וועלען דיינע אייניקלעך אין 100 יאר ארום פארציילן אז אין וויליאמסבורג האבען געטאנצען נאקעדיגע מיידלעך פורים ביינאכט...
ניין וויל די פורים מעשה איז נאר איינמאל געווען און די יונגע בחורים און מיידעלעך וואס האבן געטאנצן און געאולייועט צואמען איז געווען מציאות החיים
 
לעצם הענין, כ'בין זיכער אז יעדע אידיש הארץ האט עכט רחמנות אויף דעם צדיק'ל, יעדער פארגינט אים דאס בעסטע, נאר סובקאנשעסלי האלט איך אז ס'דא א געפיל ביי מענטשן -אפגעזען צו ס'ריכטיג אדער נישט - אז יעצט אז מ'זעט אז ווער ס'פארט אפ בלייב א האומלעסס, א דורכפאל, ניטאמאל א סענדוויטש קען ער מאכן פראפערלי, לאכט יעדער פון אים, און אנדערע וועלן עס נישט אזוי שנעל נאכטון, סוי פארוואס זאל איך אים גיין העלפן, פשוט ער זאל קענען ווייזן אז ער האט יא א גוט לעבן, און זיין ווארט זאל קענען עושה רושם זיין? כ'מיין אז דאס איז די געפיל ביים היימישן עולם.
 
ער זאגט דאך אזוי גוט . קוק אויף די היפאקראטיע פון אונזער קאמיוניטי, פון איין זייט שרייט מען אזעלכע פזמונים ווי
ישראל אף על פי שחטא ישראל הוא,
בין כך ובין כך בני הם,
כי לא ידח ממנו נדח,

אבער פלוצלונג ווען איינער ווערט אפגעפארן וויל מען דיר נישט קענען!
וואס וועסטו זאגן פאר דיע וואס זענען געקומען מיך העלפן????
אויף די אלע טויזענטע דאללערס וואס מהאט געצאלט אויף מיר?
אפילו ווען מהאט געוויסט אז עס וועט גארנישט העלפן און קיין פרומע איד וועל איך נישט זיין

ווען נישט איך סטאפ עס פארט עס נאך ביז הינט
 
Back
Top