נאחי יאווא nachi uncensored

אן אנדערע POV

Screenshot_20250518-011615.png
 
@קאנאדער אויף די יוטוב קאמענטס קוקט מיר אויס ווי אסאך חברה האבן באקומען א נארמאלע בליק אויף אים.. מ'קען דאך אים נאר פון זיינע מחאה אטאקעס, יעצט האט מען אים געזען זיצן אין שמועסן אביסל נארמאלער.. דזשאסט נאך א POV
 
כ'האב עס נאכנישט אויסגעהערט צו קענען זאגן א מיינונג
יענץ איז פון שיע פריעדמאן'ס סטאטוס
 
@קאנאדער אויף די יוטוב קאמענטס קוקט מיר אויס ווי אסאך חברה האבן באקומען א נארמאלע בליק אויף אים.. מ'קען דאך אים נאר פון זיינע מחאה אטאקעס, יעצט האט מען אים געזען זיצן אין שמועסן אביסל נארמאלער.. דזשאסט נאך א POV
אמת

איך האב נישט געטראכט אז דער רבי שליט''א וועט קענען ענטפערן אזוי נארמאל
שוין אסאך געהערט פון אים, און געזעהן דא דארט, און געמיינט אז ער איז אסאך מער משוגע

(בנוגע זיין משפחה, לויט ווי איך האב געהערט האבן זיי זיך לאו דווקא אויפגעפירט צו אים ווי משפּחה ביז אהער, אז מ'זאל זיך דארפן יעצט רעכענען מיט זיי, והמבין יבין)
 
איך שעם זיך צו שרייבן "כל הכבוד" אויפן שפעטיוועקער, אבער וואס זאל איך טון אז דאס איז וואס איך שפיר. נישט קיין חילוק אויב דו אגריסט מיט אים אדער נישט, דער איד האלט זיך שטארק צו זיין מיינונג, ער ווייסט וואס טוט זיך אויף דער וועלט, און דו קענסט אים נישט פארדרייען א קאפ.

אזוי קוקנדיג די ווידעא איז מיר דורכגעלאפן א מחשבה, אז דער שפעטיווקער רבי איז די מערסטע ענדליך ווי די צדיקים פון אמאל לויט ווי מיר האבן געהערט.
איך קען זען ווי מען זאל פארציילן אויפן צאנזער רב (נאר א משל) אז ער האט אפגעהאלטן אזא שמועס און ס'וואלט אייזן געשטימט.
 
בעצם וואלט זיך געקומען פאר דעם פאדקעסט א באזונדערע שנירל
(בעיקר ווייל ס'איז אין אונזער מאמע לשון...)

דער שפאטיווקער האט גאנץ גוט געענטפערט, און שיין ארויסגעברענגט זיין זייט ע''פ רוב, אזאך וואס אסאך אמת'ע היימישע רבנים וואלטן נישט געקענט ארויסזאגן אויף א פאדקעסט

אזוי אויך ווען ער פרעגט אים צו ער מיינט אלעס ריין לשם שמים, ענטפערט ער נישט קיין סתם ליגענט, א זאך וואס נישט יעדער וואלט מודה געווען (הגם קיינער שרייט נישט אויף זיין שטייגער, אבער מיינען, מיינען אלע די זעלבע...)

נאך דא אסאך צו שרייבן...
 
לעצט רעדאגירט:
נישט געקענט שלאפן א גאנצע נאכט. די הייליגע ווערטער "ווער א איד" דינערט נאך אין מיין אויער..🤣

ס'קוקט מיר אויס ווי די שפטיווקער האט דירעקט אויסגערעכנט אז ווען ס'וואלט במילא זיך געדארפט ענדיגן די פאדקעסט זאל ער עס ענדיגן בנוסח שפיטיווק.
 
Wow

איך בין געווארן א שפעטיווקער חסיד.

קודם כל זע איך אז ער איז נישט אזא משוגענער ווי ער זעט אויס פון די מחאות, ובפרט אז ער געט אן מילתא בטעמא ער איז זיך מסביר (נישט אז איך בין מסכים מיט עם, אבער ער רעדט נערמאל און ער לאזט זיך דעבאטירן).

צווייטנס, איז ער מודה אז ער מיינט נישט ממש נאר לשם שמים, וואס קיין איין אנדערע קנאי וואלט קיינמאל נישט מודה געווען.

ביי ציונות ווערט ער עפעס אינגאנצען פארלוירן…🤣 (עס קען נישט זיין קיין ערליכע ציונים ווייל די ציונים ווילן אפפארן אלע אידן….לאגיק זאל גיין אין דער ערד…).

ער האט זיך געלאזט טוישן זיין מיינונג (למחצה) לגבי מאלעסטעישען, וואס ווייזט אז ער איז נישט אזוי שטארק קאפ און וואנט און איז גרייט צי הערן א צווייטע צד.

א פרוי איז נישט געמאכט צי ארבעטען, די מאן דארף קעירנעמען פון די שטוב סיי און פרנסה און סיי פון טראגן בכלל די אחריות. טאָמבּס אפּ פארן רבי, די כולל שיגעון אז די פרוי האלט אויס די מאן האט זיך אריינגעריקט צי אונז די לעצטע יארן, און ער איז נאך די איינציגסטע רבי וואס איז דערקעגן.

נאך א מעלה פונעם רבין, ער לאזט ארויף ברענגען וואסערע נושא מען וויל גארנישט איז נישט בלעקליסטעד.

אפאר פוינטס פאר נחי
1. איך האב געלאזט די רבי אויסשעלטן יעצט איז מיין טשענס…
2. איך בין פראוד פון די רבי…
 
לעצט רעדאגירט:
שכוח רבי פארן ארויפקומען, כ'האב באמת הנאה געהאט, דו טוהסט חסד מיטן אפיעל, און דו רעדסט נאר פאר דעי וואס וואטשן סייווי.

למעשה כ'האב הנאה פונעם רבין'ס ערענסקייט אינעם שיטה: פּאוסן א ווידיאו אום שבת? דארפסט זיך קענען איינהאלטן. (מ'קען דאס נאך אראפ שלינגען).
אבער דו האלסט מ'דארף גיין אין מיליטער?!!!!! ווער א איד!!!!

און שטייצעך א דאנק פאר @נאחי פארן אינטערטעינען כלל ישראל...
 
די לעצטע צוויי מינוט.. איך שטיק מיך פון געלעכטער 😂

ער מיינט עס כאטש ערנסט?

נאחי איז זיך אליין סותר
אויב די סיבה פון טשידן ביי אונז איז צוליב די אופן פון בעשאוס, פ''ו איז דא 80 פראצינט טשידינג לויט גוגל אין די וועלט ?
אלא מאי דו גייסו אייביג גליסטן....
 
איך מוז זאגן דער שפאטיווקער מאכט א פיינעם רושם, טאקע אביסל אינטערסאנט, אבער ער רעדט מער ווייניגער צום זאך, איך גלייב נישט אז סאיז דא נאך אסאך אזאנע וואס קענען ארויפגיין אויף אזא שאו אין דיפענדן די היימישע שיטות.
 
איך שעם זיך צו שרייבן "כל הכבוד" אויפן שפעטיוועקער, אבער וואס זאל איך טון אז דאס איז וואס איך שפיר. נישט קיין חילוק אויב דו אגריסט מיט אים אדער נישט, דער איד האלט זיך שטארק צו זיין מיינונג, ער ווייסט וואס טוט זיך אויף דער וועלט, און דו קענסט אים נישט פארדרייען א קאפ.

אזוי קוקנדיג די ווידעא איז מיר דורכגעלאפן א מחשבה, אז דער שפעטיווקער רבי איז די מערסטע ענדליך ווי די צדיקים פון אמאל לויט ווי מיר האבן געהערט.
איך קען זען ווי מען זאל פארציילן אויפן צאנזער רב (נאר א משל) אז ער האט אפגעהאלטן אזא שמועס און ס'וואלט אייזן געשטימט.
פארוואס האט ער עס גענדיגט אויף אזא נארישע סטופיד אויפן?
 
ס'האט זיכער געטוישט מיין בליק אויפן רבי'ן.
נישט אז איך האלט ווי עם, אבער ער איז נישט אזוי משוגה ווי די קליפס וואס פארן ארום פון עם.
ער פארשטייט גאנץ פיין א עסק.
 
Back
Top