נשתכח תורת הבעל שם

קהל׳ס נער

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
אפר. 15, 2024
מעסעדזשעס
716
רעאקציע ראטע
3,334
בעצם פאדערט זיך ערשט צי עפענען אן אשכול איבער וואס תורת הבעל שם איז, אבער וויבאלד ס׳איז רחבה מיני ים, לאנג און ברייט וועל איך עס לאזן פאר א צווייטן.

דא וועט מען דאקומענטירן די משוגעת׳ן, רשעות, היפך חסידות און קרומקייט וואס גייט פאר בשם חסידות.
IMG_7772.jpeg
 
לעצט רעדאגירט:
אינטערסאנט, חסידות זאגט התפשטות הגשמיות און מ'דארף זיין כולו רוחני.

דא זאגן זיי מ'דארף זיין אנגעקלייד מיט דברים גשמיים אין בית מדרש

טאקע נשתכחה...
 
בכלל לא.
נאר אז ס'האט זיך דעוועלאפט און די לעצטע הונדערט יאר א נייע מין תורת בעל שם טוב, וואס ביז דערווייל איז דאס ווייט פון נשתכחה..
 
וואס איז טאקע פשט נשתכחה תורת הבעש"ט, איז דאס נישט דאקומענטירט אין חסידי'שע ספרים?
שמעתי מרבותי:
מ'האט עס נישט געלערנט (גע'טוליעט) ווי ס'באדארף, מ'האט נישט מחשיב געוועהן דעם "טריפ" וואס א חסידיש ספר געבט.
אבער היינט צוטאג'ס איז עס ב"ה צוריק בכלל זכירה. (ביי דעי וואס לערנען עס)
 
שמעתי מרבותי:
מ'האט עס נישט געלערנט (גע'טוליעט) ווי ס'באדארף, מ'האט נישט מחשיב געוועהן דעם "טריפ" וואס א חסידיש ספר געבט.
אבער היינט צוטאג'ס איז עס ב"ה צוריק בכלל זכירה. (ביי דעי וואס לערנען עס)
א געמיש פון חתם סופר׳יזם, קארופציע און אדמו״ר׳יזם האבן אונטער געברענגט חסידות.
 
איך מיין אז דער עולם ראמאנטיזירט חסידות מער פון וואס ס'איז געוועהן. אל תאמר מה היה שהימים הראשונים היו טובים מאלה.
 
איך מיין אז דער עולם ראמאנטיזירט חסידות מער פון וואס ס'איז געוועהן. אל תאמר מה היה שהימים הראשונים היו טובים מאלה.
איינער וואס האט געלערנט צופיל שפינוזה, שפירט נישט קיין נחמה אין א ר׳ צדוק…..
 
ר' צדוק לאזט דיך אין א פלאץ וואו דו דארפסט צוקומען צו זיינע נחמות, שפינוזה ווייזט דיך אז די גאנצע זאך פאנגט זיך נישט אן, די עבירה איז נישט קיין עבירה, די תשובה איז נישט קיין תשובה, לא דובים ולא יער, פוסטע דמיונות.
 
ס׳קען זיין אז די ביסט גערעכט, אבער למעשה האסטו נישט די בענעפיטן.
זאג טשולנט האסטו אויכט אויפגעהערט עסן?
 
לעצט רעדאגירט:
ר' צדוק לאזט דיך אין א פלאץ וואו דו דארפסט צוקומען צו זיינע נחמות, שפינוזה ווייזט דיך אז די גאנצע זאך פאנגט זיך נישט אן, די עבירה איז נישט קיין עבירה, די תשובה איז נישט קיין תשובה, לא דובים ולא יער, פוסטע דמיונות.
יעצט רעדסטו אקוראט ווי ר' צדוק.

ס'איז צייט זאלסט איבער לערנען תקנת השבין, ישראל קדושים, רסיסי לילה וכו'
 
בעצם פאדערט זיך ערשט צי עפענען אן אשכול איבער וואס תורת הבעל שם איז, אבער וויבאלד ס׳איז רחבה מיני ים, לאנג און ברייט וועל איך עס לאזן פאר א צווייטן.

דא וועט מען דאקומענטירן די משוגעת׳ן, רשעות, היפך חסידות און קרומקייט וואס גייט פאר בשם חסידות.
אינטערסאנט איז, אז איך האב שוין געזעהן די תקנה אויך אין עטליכע סאטמארע היכלי התורה,
אבער די סאטמארע רבי ז''ל אליינס, פלעגט דאך לערנען מיטן ציצית (און היט) אהן די מלבוש עליון
 
אינטערסאנט איז, אז איך האב שוין געזעהן די תקנה אויך אין עטליכע סאטמארע היכלי התורה,
אבער די סאטמארע רבי ז''ל אליינס, פלעגט דאך לערנען מיטן ציצית (און היט) אהן די מלבוש עליון
דאס האט ער געטוהן ביי זיך אינדערהיים, נישט אין פאָבּליק
 
בעצם פאדערט זיך ערשט צי עפענען אן אשכול איבער וואס תורת הבעל שם איז, אבער וויבאלד ס׳איז רחבה מיני ים, לאנג און ברייט וועל איך עס לאזן פאר א צווייטן.

דא וועט מען דאקומענטירן די משוגעת׳ן, רשעות, היפך חסידות און קרומקייט וואס גייט פאר בשם חסידות.
דערמאנט מיר פון די ווידעאו פון וועלוואלע קירשנבוים (געווען וויירעל א שטיק צייט צוריק) האט מחליט געווען צו דאווענען אין גרויסן סאטמארע בית מדרש אנע ס'היטל

צוקער זיס
 
דאס האט ער געטוהן ביי זיך אינדערהיים, נישט אין פאָבּליק
גערעכט!
אבער מ'זעהט אז ער האט געהאלטן אז ס'איז אויסגעהאלטן אזוי צו לערנען
וואלט מען געדארפט לאזן אזוי לערנען אין די סאטמארע היכלי התורה
(און ס'איז טאקע דא סאטמארע אידן, וואס וועלן אייביג לערנען אהן דו רעקיל, אין די היכל התורה, אפילו ס'איז דא א סיין אז מ'טאר נישט)
 
און אז מ'רעדט פון השתכחות דרך הבעל שם טוב, איז כמעט ברור היינט אז מ'האלט (ליידער?) ביי א מצב אז ס'איז נשתכח געווארן די עכטע 'דרך' הסאטמאר רב זי"ע...

אגב, דאס וואס סאטמאר רב ברענגט איבער השתכחות דרך הבעש"ט איז מסתבר אז ער האט עס אויך געזאגט אויף אזא נוסח ווי איך האב געשריבן די פריערדיגע שורה.
ער האט מער באוויינט די מצב הדור ווי ס'האלט היינט אז די דרך השם איז ליידער נשתכח געווארן, נישט אז ס'איז טאקע נשתכח געווארן ולא זכר אף גם אחד זיין דרך הקדוש.
 
Back
Top