נשתכח תורת הבעל שם

סאטמאר רב שרייבט אין זיין ספר ויואל משה אז ס'איז נשתכח געווארן די "דרך" הבעל שם טוב און נישט די "תורת" הבעל שם טוב.
וואס עפעס?
טאקע דאס האט ער געמיינט, מ'מאכט חילוקים צווישען דרך/תורת.
אריינלייגן און אריינלערענען דקות'דיגע חילוקים און אזוי אויפקומען מיט אייגענע שיטות... ער האט געזאגט נשתכח איז נשתכח!!!
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
און אז מ'רעדט פון השתכחות דרך הבעל שם טוב, איז כמעט ברור היינט אז מ'האלט (ליידער?) ביי א מצב אז ס'איז נשתכח געווארן די עכטע 'דרך' הסאטמאר רב זי"ע...

אגב, דאס וואס סאטמאר רב ברענגט איבער השתכחות דרך הבעש"ט איז מסתבר אז ער האט עס אויך געזאגט אויף אזא נוסח ווי איך האב געשריבן די פריערדיגע שורה.
ער האט מער באוויינט די מצב הדור ווי ס'האלט היינט אז די דרך השם איז ליידער נשתכח געווארן, נישט אז ס'איז טאקע נשתכח געווארן ולא זכר אף גם אחד זיין דרך הקדוש.
וואס איז די עכטע דרך פין ר' יואל מסאטמאר?
 
וואס עפעס?
טאקע דאס האט ער געמיינט, מ'מאכט חילוקים צווישען דרך/תורת.
אריינלייגן און אריינלערענען דקות'דיגע חילוקים און אזוי אויפקומען מיט אייגענע שיטות... ער האט געזאגט נשתכח איז נשתכח!!!
די גאנצע נשתכח אליינס שטאמט דאך נאר פון "אריינלייגן און אריינלערנען דקות'דיגע חילוקים און אזוי אויפקומען מיט אייגענע שיטות..."
 
בכלל לא.
נאר אז ס'האט זיך דעוועלאפט און די לעצטע הונדערט יאר א נייע מין תורת בעל שם טוב, וואס ביז דערווייל איז דאס ווייט פון נשתכחה..
עס ליגט מיר אין קאפ אז דער קאמארנער שרייבט ערגעץ אז דער בעש”ט האט בכלל נישט געמיינט צו מאכן א נייער דרך. אויב ער זאגט עס נישט זאג איך עס אויך נישט... אפשר יא...
 
לעצט רעדאגירט:
נאך יארן וואס מען מיטשעט זיך צי העלפן די בחורים מיט זייער שוועריקייטען בענייני רוחניות און גשמיות, און זיך דורך רעדן מיט מבינים, האט מען פיינעלי געטראפן דער שולדיגער ה״ה אז בחורים גייען נישט מיטן הייליגן שיך-און-זאקן גלייך פון די בר מצווה, נאר הערשט אפאר יאר שפעטער הייבן זיי אן.
ברוך אלוקינו שלא עזבונו, מיט לויב און דאנק צים אייבערשטען רופן מיר אויס א נייע תקנה אז אלע בחורים זאלן גייען מיט די שיך און זאקן גלייך פון די בר מצווה, און יעצט קענען מיר קלאפן אין ריקען אז ביי אינז אין בעלזא געשעהט נישט אזאלכע זאכן (סועסייד, דעפרעסיע, מאלעסטעישען, מיינונגלאזע אידישקייט, וכו׳) אמער די בחורים גייען שיך און זאקן פון די בר מצווה שוין.
27f03a1a-98fc-4d07-be37-dbe5a3b68fb7.jpeg
 
ר' צדוק לאזט דיך אין א פלאץ וואו דו דארפסט צוקומען צו זיינע נחמות, שפינוזה ווייזט דיך אז די גאנצע זאך פאנגט זיך נישט אן, די עבירה איז נישט קיין עבירה, די תשובה איז נישט קיין תשובה, לא דובים ולא יער, פוסטע דמיונות.
וואס עפעס איז ר׳ צדוק די מעסטער אויפען בעל שם? דערמאנטס מיך פון מיין טאטע וואס האט געלערנט מיט מיך בני יששכר אלץ א ווארעמע חסידיש ספר לכבוד יום טוב
 
סאטמאר רב שרייבט אין זיין ספר ויואל משה אז ס'איז נשתכח געווארן די "דרך" הבעל שם טוב און נישט די "תורת" הבעל שם טוב.
איך "מיין" אז ער שרייבט פארקערט
קיינמאל נישט נאכדעקוקט אז אולי אני טועה
 
ווען איך וואלט עפעס פארגעסן וואלט איך עס נישט אויסגעפויקט!

אויב איינער האט עפעס פארגעסן, מיינט אז יעדער האט פארגעסן?
 
Back
Top