אנטדעקן שירה/Poetry

שניידער

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
יולי 24, 2025
מעסעדזשעס
227
רעאקציע ראטע
761
פונקטן
113
נתתי אל ליבי אריינצוקוקען אין די וועלט פון poetry און זיך עטוואס היימיש מאכן דערמיט.

ב"ה אז היינט זענען פארהאן טעכנאלאגישע געהילפן וועם מ'קען פרעגן למשל "וואס זענען די באקאנסטע poems פון די מאדערענע תקופה" וכדומה, אבער עס איז אלץ בעסער און געשמאקער ווען מ'קען הערן פון א ברודער און חבר.

אלזא וועל איך דא אראפלייגן א שאלה באופן כללי, געוואנדן צו די וואס האבן זיי וועלכע שטאפל פון באקאנטשאפט אין די ברייטע פארצווייגטע וועלט פון Poetry: א) וואס וואלט איר מציע געווען פאר איינער וואס טרעט אריין אין דעם וועלט צום ערשטן מאל? די שאלה איז אויף ביידע, סיי אלגעמיינע און סיי עברי'שע poetry.
 
ס'איז אויך דא א וועלט פון יידישע פאעזיע זיך צו באקענען. א וועלט פאר זיך.

פאר עברית איז נישט ביאליק די ערשטע צו קוקן אויף?
 
פאעטיע קען מען אנקוקן ווי אן אפצווייג פון דער חכמה פון ליטעראטור. אויף צו אנערקענען דער קונסט און צו באמערקן די רייכקייט וועלכע ווערטער ענטהאלטן, פאדערט זיך א פארשטאנד און באקאנטשאפט אדער צום ווייניגסטנס א נייגער און רייץ צו דערגיין וואס געשריבענע ווערטער זענען, וויאזוי זיי ווערן צוזאמגעשטעלט און וואס זיי טוען אינאיינעם אויסדרוקן.

וועלכע חלק אין דער פעלד פון פאעטיע האט געכאפט דיין הארץ? איז דאס דער היסטארישע אפקלאנג דערפון? דער קאלטוראלע אספעקט? דער איינפאכע קונסט וואס ליגט אונטער איר, אדער אפשר עפעס אנדערש?
 
@פעדער איך האב טאקע געהאפט אז דו וועסט אריינקומען דא.

וואס עס ציט מיך בעיקר איז צו אנטוויקלען אין מיר אליין א שפראך פון ארויסברענגן געפילן דורך שירה.

אבער זייענדיג א גרונטליכער און א נייגעריגער וויל זיך מיך צו באקענען דעם פעלד בכלליות, על שלל זשאנרותיה, ד.ה. איך זאל האבן א ידיעה כאטשיג איבער אלע די "באקאנטע" שטאף, אויב ס'איז שייך אזוי צו זאגן.

איך קלער אז הערן מראי מקומות און געדאנקען פון חברים קענען מיר העלפן צו זיך שטארקן אויף מיין קאגנעטיווע פוילקייט, און צומישטקייט "פון וואו אנצוהייבן".
 
יישר כח @שניידער פארן עפענען א שנירל איבער דער טעמע.

אלס אן אריינפיר צו דער וועלט פון שירה וואלט איך מציע געווען אנצוהייבן מיט שירת ימי הביניים - מיטל-אלטע פאעזיע, א שטייגער ווי ר' שמואל הנגיד, ר׳ שלמה אבן גבירול, ר׳ יהודה הלוי, ר׳ משה אבן עזרא און נאך משוררי ספרד וועלכע האבן געשריבן אין די יארן פון סוף ד׳ אלפים ביזן גירוש ספרד אין יאר רנ״ב (1492).

איך האב שוין געקלערט עטליכע מאל ארויפצוברענגען שטיקלעך פון קלאסישע שירה פון צייט צו צייט און זיי אנאליזירן און דורכטוהן אינאיינעם, אבער עס האט נישט אויסגעזען אז עס איז פארהאן א פארלאנג דערפאר. אבער טאמער וועט איינער זיין אינטערעסירט דערין, אדרבה.

אלס אן אריינבליק, לייג איך דא פאר דער באקאנטע שטיקל פון ר' שמואל הנגיד.

דער פאלגענדע ליד געהערט צו דער דזשאנער וועלכע רופט זיך 'שירי יין' וויבאלד זיי זענען ווי א רוף צו קומען טרינקען וויין:

מֵת אָב וּמֵת אֶלוּל, וּמֵת חֻמָּם, גַּם נֶאֱסַף תִּשְׁרֵי וּמֵת עִמָּם,

בָּאוּ יְמֵי הַקֹּר, וְהַתִּירוֹשׁ אָדַם וְקוֹלוֹ בַכְּלִי דָּמַם,

לָכֵן, יְדִידִי, סֹב אֱלֵי רֵעִים כָּל אִישׁ וְאִישׁ יַעַשׂ אֲשֶׁר זָמַם.

אָמְרוּ חֲזֵה עָבִים בְּהַגְשִׁימָם, וּשְׁמַע שְׁמֵי מָרוֹם בְּהַרְעִימָם,

וּרְאֵה כְפוֹר וּלְשׁוֹן מְדוּרָה זֶה יֵרֵד וְזֶה יַעַל וְיִתְרוֹמָם,

קוּמָה, שְׁתֵה בַכּוֹס וְשׁוּב וּשְׁתֵה בַכַּד, וּבַלַּיִל וְגַם יוֹמָם.

דער שיר איז געשריבן געווארן אויף א גרינגע צוגענגליכע שפראך אבער עס ליגט א געוואלד מיט חכמה דערין.
דער ליד לייגט אראפ דער טויש פון די סעזאנען און דער געפיל וועלכע זיי שפיגלען אפ אויף דער מענטש.
 
לעצט רעדאגירט:
Back
Top