אנטי סיסטעם אבער פארטייאיש, ווי אזוי ארבעט עס?

איש מבקש

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
יאנ. 9, 2025
מעסעדזשעס
986
רעאקציע ראטע
4,935
פונקטן
413
איך האב שוין לאנג געוואלט שרייבן דאס, אבער היינט איז עס געשען, ווייל איך בין געווארן אינספארירט פון א שמועס היינט צווישן @שושני אין @טעלעפאן אין "די גאלדענע אמעריקע" שניר

איך האב באמערקט א פערען ביי מיר, אז די זעלבע צייט וואס איך האב אויפגעהערט טוען זאכן וואס איז געווען הייליג ביי מיר בנוגע אידישקייט, האב איך אויפגעהערט צי זיין א מאגא ענטאזיוסט, איך קען שוין הערן קריטיק אויפן מלך, איך רילעיט טאקע מער צי די רעכטע זייט, אבער אויב איינער וועט מיר אויפקלערן אז די ליבעראלן האבן גוטע זאכן צי זיך, האב איך נישט קיין פראבלעם צי ווערן קאנווינסט, איך קוק אויף די איידיע, אין בעיסט אויף דעים מאך איך אפ וואס איך האלט אויף עס, איך שאקל נישט מיט די קאפ צי יעדע זאך, וואס מיין פארטיי האלט,

למשל יעצט מיט מאסק VS טראמפ, איז מאסק לדעתי גערעכט, נישט אז איך בין עפעס א מורא'דיגע פארשטייער אין די באדזשעט, אבער אויבן אויף מאסק ארבעט ווי א פערד צי רידאסען די דעפעציט, ס'האט היפש געקאסט פאר די ברענד פון זיין קאמפעני, אבער ס'איז אים נישט אנגעגאנגען, קומט טראמפ מיט זיין בוג באבי לאטינאו, אין לייגט צי נאך 3 טריליען מיט א ט', איך קען זעהן מאסק'ס פראסטרעישן, אין איך קען אויך פארשטיין טראמפ פארן נישט ווילן נאכאמאל זעהן מאסק פאר די אויגן, אבער דעי אלע מענטשן אינצווישן וואס איך בין געווען אמאל איינער פון זיי, וואס קענען נישט פארנעמען ווי אזוי מאסק האט זיך דערווייגט צי אנרירן דעים שרביט הזהב, אין זיי האבן ספאנטאניש אויסגערופן אז ווער ס'נעמט מאסק'ס זייט, האק איך אפ מיט אים, קען איך שוין היינט נישט ריליעטן צי זיי,

בעיסיקלי איז מיר היינט שווער צי פארשטיין מענטש, וואס בנוגע אידישקייט/סיסטעם איז ער אויפגעקלערט, אין ער טאנצט נישט נאך אלעס וואס איז אמאל געווען הייליג ביי אים, ווייל ער האט שוין א מיינונג פאר זיך, אבער ווען ס'קומט צי פאליטיק איז ער אזא פארטייאישע מענטש אז ער קען אפילו נישט הערן א אנדערע צד,
איך קען נישט זעהן ווי אזוי די צוויי גייען ציזאמען
 
איך קען אויך גענוג היימישע סיסטעם אידן וואס זענען אנטי טראמפ.
די סיבה פארוואס אזויפיל היימישע זענען פראו-טראמפ איז ווייל (חוץ וואס א משוגענער האט מען ליב) ער האט על פי רוב גוטע פאליסיס, (ביי די טעריפס האט ער געכאפט א שיגעון) ובפרט ווען זיינע קעגנער האבן צוריקטע פאדרייטע פאליסיס, (אקעגן א דעמאקראט פון צוואנציג יאר צוריק וואלט טראמפ נישט געהאט אזויפיל שטיצע) מילא אונז וואס כאטש אונז לערנען נישט קיין סעקולארע שטודיעס, זענען מיר אבער יא שטארק אין קריטיש-טראכטן, און ווען מען טראכט קריטיש און מען רעכנט אויכט אריין טראמפס חסרונות קומט מען צי אז ער איז א בעסערע קאנדידאט פון זיינע קעגנער.
ווער עס מאכט טראמפ פאר א גאט איז טאקע א מפגר, נישט ווייניגער ווי דעי וואס מאכן זייערע רבי פאר געטער, אבער רוב טראמפיסטן זענען נישט פון דעי לאגער.
 
איך מיין איך האב עס קלאר געמאכט אין מיין מעסעדזש, אז איך רעדט פון מענטשן אזוי ווי מיר, וואס לכאורה איז דא גענוג, וואס זענען אויפגעוואקסן רעכט געשטימט ווייל אזוי איז מען אויפגעוואקסן, איך האב דען געמאכט ריסערטש אין ישיבה ווען טראמפ איז געלאפן די ערשטע מאל ווער ס'בעסער פאר אמעריקע? קלינטאן צי טראמפ? א מכה.., נאר וואס? איך ווייס אליינס נישט פארוואס איך האב געוואלט טראמפ זאל געווינען, אין ס'קען זיין ס'דא א מיעוט, וואס איז אויפגעוואקסן לינקס, אין ביי זיי איז אויך די זעלבע זאך, ס'נישט געקומען פון ריסערטש,

סא א אינגערמאן וואס ס'קומט אפאר יאר נאך די חתונה אין ער הייבט אויף ברעימען אויף אלעס אין אלעמען וואס איז געווען הייליג ביי אים, וואס ער איז אזוי אויפגעוואקסן, אבער ביי פאליטיק איז ער סטאק אין וואס די פארטיי זאגט, מאכט לענ"ד נישט קיין סענס
 
Back
Top