שכח
@שעפטאל פארן אריינקומען אזוי הארציג, איך האף ס'וועט אויך זיין נכנסים אל הלב, ס'קען נאר געשען ווען יענער נעמט פאראנטווארטלעכקייט, וואס א'דערווייל קוקט נישט אויס.
אז מ'רעדט שוין, איך פיל ווי אסאך מענטשן וואס קומען אריין דא און דעם שניר כאפן נישט געהעריג על מה יצא האף, אפשר איז אפילו דא ניקים דא וואס קוקן מיר אן ווי זייער א סענסעטיווע נשמה, לייק, וואס ווילסטו? וואס האט ער שוין אזוי שלעכט געזאגט?
וועל איך מסביר זיין, קען זיין איך בין טאקע מער צי די סענסעטיווע זייט, איך בין מודה, אבער ס'דא דא עפעס אנדערש אויך, לאמיר עס טרייען מסביר צי זיין.
ענק ליינערס זענען גערעכט פארן זיך ווינדערן על מה יצא האף, ווייל ענק
ליינען עס, ענק ליינען עפעס וואס
@איש מבקש האט געשריבן און ענק ליינען וואס
@ריבי האט געשריבן, אבער פאר דער וואס האט געשריבן דעם מעסעדזש איז עס מער פון דעם, ער ווערט בעוועלט, ער ליינט נישט יענעם'ס מעסעדזש, ער
פילט עס, ער פילט ווי יענער האט דיסמיסט זיינע פילינגס.
וואס געשעט איז, אז ס'ברענט אויס פון שרייבן מעסעדזשעס וואס ערהאלטן פערזענטליכע עקספיריענסעס.
איך למשל, ווען איינער שרייבט א פערזענטליכע עקספיריענס לעט סעי אין די מאלעסטער שנירל, ציטערן מיינע הענט אין פיס אויב ס'גייט ח"ו קומען איינער אזוי ווי דא מיט א אומסענסעטיווע מעסעדזש וואס גייט יענעם וויי טון און אויסברענען פון שרייבן..
איך האב מיר ציברייטערט, ווייל איך וויל די עולם זאל פארשטיין פארוואס איך מאך אזא מצב, איך וויל באמת ער זאל עס פארשטיין, און עס אויפהערן טון, איך גיי רעדן ווי א מנהל יעצט,
איך וויל נישט דארפן ניצן מיינע אנדערע אפציעס.
אויסצוג פון די שטאטוטן:
איך קען רואיג טרעפן 10!
אבער ס'נישט עכט מיין איידיעל דרך, אויב ס'וואלט געווען א גוטע איגנאריר אפשען ווי איך האב
דא געבעטן, וואלט איך געטון יענס.
אבער די בעסטע וועג איז, אז מ'שמועסט צוזאמען בשלום, סא ריבי, ביטע.
צירוק צי די משולחים...