שמח בחור בילדותיך

דער מנהל/ משגיח/ ראש ישיבה איז א רשע מרושע, (הגם איך בין מסכים אז אסאך מאל איז ער אביסל אומשילדיג...)
דו קומסט אריין צו מיר אין פאלאץ און דו דרייסט מיר איבער דא און דו האסט טענות פארוואס איך ריעקט? איך פארשטיי נישט. ער ריעקט רשעות'דיג? זוך דיר א פלאץ וואס ריעקט נישט אזוי. ווען דו קומסט אריין צו מיר אין דיינונג רום און דו שיסט מיר אויס די פענסטער רוף איך פאליציי. וואספארא רשעות איז דאס?
 
דו פארלאנגסט מען זאל דיר שיקן פריוואט און דא האסטו מיך ארויס געשטעלט אין די גאס נאקעט?

שמור לי ואשמור לך. האהאה
נו ווי אזוי פילט זיך עס צי ווערן פארשעמט בפני כל עם ועדה... הא? הא? הא?

אה.. אין איך האב מיר אויך מיינע ריזענס פארוואס איך האב עס געטון פאבליק, אין איך דארף דיר עס ניטאמאל זאגן...
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
ליידער איז (נאכ)נישט דא קיין שום פּראגרעס אין דעם הינזיכט.
ווי אנדערע האבן שוין ציטירט, איז עס נישט אינגאנצן אמת, זייער אסאך מנהלים היינט טוען שוין אביסל אין תורת הנפש צו פארשטיין דעם בחור, (בעצם איז דאס די גאאאאאאנצע יסוד....) נישט אלע זענען ממש מצליח, אבער זיכער בעסער ווי אמאל.

ומכאן הקריאה יוצאת: טייערע עלטערן, ווען דו שרייבסט איין א בחור אין א ישיבה (קטנה בפרט...) פרעג דיך נאך אויב דער מנהל פארשטייט צו א בחור'ס נפש, און פאוקעס 'נאר' אויף דעם.... די אלע זאכן, לערנען, קוועטשען, ר' עקיבא אייגער'ס איז באלאוני מאקאראוני!!!!! אויב דו האסט רחמנות אויף דיין בחור'ס לעבן!!!!!
 
אה.. אין איך האב מיר אויך מיינע ריזענס פארוואס איך האב עס געטון פאבליק, אין איך דארף דיר עס ניטאמאל זאגן...
קען איך האבן טענות דערויף? ניין, ווייל דו האסט דיינע ריזענס. רשעות יא. אבער איך קען האבן טענות פון היינט ביז מארגן, אזוי האב איך געטוהן ווייל איך האב מיינע ריזענס. גארנישט אנדערש ווי דער ראש ישיבה צדיק.
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
ווי אנדערע האבן שוין ציטירט, איז עס נישט אינגאנצן אמת, זייער אסאך מנהלים היינט טוען שוין אביסל אין תורת הנפש צי פארשטיין די בחור, (בעצם איז דאס די גאאאאאאנצע יסוד....) נישט אלע זענען ממש מצליח, אבער זיכער בעסער ווי אמאל
עס איז היינט דא זייער גוטע פלעצער פאר אלע סארט בחורי חמד דזשאסט טשוז די רייט פלאץ וואס איז גוט פאר דיר!!!!
 
איך האב שוין פרובירט עי איי און עס האט מיר נאר געפירט אין באד אריין. סאו, אויפ די ספעלינג וועלעך זיך נישט אפשטעלן. אנלעס די האלטסט אז עס איז ממש געפערליך וועל איך געבן א קוק איבער.
גראדע בין איך דיר מורא'דיג דאנקבאר פארן נישט ניצן עי איי, א כפרה פאר די ספעלינג מיסטעיקס,
 
דו קומסט אריין צו מיר אין פאלאץ און דו דרייסט מיר איבער דא און די האסט טענות פארוואס איך ריעקט ? איך פארשטיי נישט. ער ריעקט רשעותדיג? זיך דיר א פלאץ וואס ריעקט נישט אזוי. ווען דו קומסט אריין צו מיר אין דיינונג רום און דו שיסט מיר אויס די פענסטער רופ איך פאליציי. וואספארא רשעות איז דאס ?
דו פארשטייסט אז ס'איז נישט ממש אזוי (יא! פאר'ן טאטע דארף מען עס יא זאגן, דו שיקסט איהם אין לייבן גרוב)
אסאך מאל רעדט זיך עס פון א קהילה ישיבה, אבער אפי' אויב נישט, אז כ'שרייב איין מיין בחור אין ישיבה האב איך נאכנישט אונטערגעשריבן אז כ'פארקויף איהם פאר אן עבד עברי....
 
אזוי באהאנדעלט ער דאס. מיטן פארשיקן דעם פראבלעים
גרינגע עצה.
עס האט גארנישט מיטן סיסטעם. אבער נניח עס איז יא אלץ סיסטעם, און יא עס איז דא א סיסטעם אין די ישיבות און אויב ווערט די סיסטעם צובראכן איז א שאד פאר די אלע וואס קענען יא זיך באטייליגען אין דעם סיסטעם. איז ווען עס איז דא איינער וואס עס צוברעכט דעם סיסטעם האט ער דארט נישט וואס צו זיכן.

האסט גראדע געזאגט אלץ. די סיסטעם איז וויכטיגער פון די נשמה. די מוסד איז וויכטיגער פון דעם מענטש.
דאס איז פונקט די מיינדסעט וואס מאכט מעגליך צו צעברעכן יונגע נשמות - ווייל 'די סיסטעם' איז הייליג און די בחור איז א בהמה.
קליגשאפט איז נישט די רעדע דא. איז עס יא ?
איך האב נישט געוואלט זאגן טיפשות.
 
גרינגע עצה.
די איינציגסטע עצה
האסט גראדע געזאגט אלץ. די סיסטעם איז וויכטיגער פון די נשמה. די מוסד איז וויכטיגער פון דעם מענטש.
דאס איז פונקט די מיינדסעט וואס מאכט מעגליך צו צעברעכן יונגע נשמות - ווייל 'די סיסטעם' איז הייליג און די בחור איז בהמה.
אוט אף קאנטעקסט.
אבער, די סיסטעם העלפט פאר דער עווערעדזש. דער וואס דארף טיפול מיוחד איז אויך דא פאר איהם א פלאץ.
איך האב נישט געוואלט זאגן טיפשות.
אויך נישט די רעדע.
דו פארשטייסט אז ס'איז נישט ממש אזוי (יא! פארן טאטע דארף מען עס יא זאגן, דו שיקסט איהם אין לייבן גרוב)
אסאך מאל רעדט זיך עס פון א קהילה ישיבה, אבער אפי' אויב נישט, אז כ'שרייב איין מיין בחור אין ישיבה האב איך נאכנישט אונטערגעשריבן אז כ'פארקויף איהם פאר אן עבד עברי....
די מוסדות ישיבות וואלטן אפשר זיך יא מער געדארפט רעכענען. אבער, אין ארדער זיי זאלן מצליח זיין דארפן זיי אויך א סיסטעם. עס וואלט ווען געווען א מהלך אז די מוסדות זאלן קעיטערן פאר אלע סארט תכונת הנפש, קאן אפשר געמאלן זיין.

די נישט-סיסטעם בחור אין א סיסטעם ישיבה האט שוין ר"י ר' מ"ה שפיצער געזאגט מות יומת. קען זיין פשט אין זיינע ווערטער, נישט אז דער ראש ישיבה וועט איהם הרג'ענען, נאר ער וועט גע'הרג'עט ווערן אין די סארט ישיבה.
 
א לאנגע שווערע סוגי'.... קען זיין אז לויט די 'סיסטעם' וואס איז אוועקגעשטעלט, איז דעס די איינציגסטע עצה אז די 'סיסטעם אידישקייט' זאל זיך האלטן, אבער 'כל זה אכניס...'
אבער, די סיסטעם העלפט פאר דער עווערעדזש. דער וואס דארף טיפול מיוחד איז אויך דא פאר איהם א פלאץ.
ממש נישט!!!!! געשריבן מיט בלוט!!!

נישטא אזא היכי תימצא ווי א סיסטעם וואס 'ארבעט' (כ"ש וכ"ש 'העלפט??!!')!!!! פינטל! די נפש פון א מענטש פארנעמט נישט קיין 'סיסטעם'!! עס ארבעט נישט.... ס'דא אפשר געוויסע וואס 'סערווייווען', צי ווייל זיי באקומען גענוג סופפארט אינדערהיים, צי ווייל זייערע געפילן זענען פארמאכט... (און צומאל קראכט עס שפעטער.... אויב די אייבערשטער העלפט...)
און ס'דא געוויסע וואס 'מאכן עס נישט דורך'.

דו קענסט דיך פארשטעלן ארייצונגיין יעצט אין א ישיבה ווי דו ביסט פשוט א נאמבער, און מ'קען דיך נאר פלוצלינג ווען דו שטעקסט ארויס דיין פיס??? זיכער אז דו וואלסט נישט אויסגעהאלטן.... די קליינע בחורים, פאר זיי איז עס סאך ערגער!!! ווייל זיי זענען נאכנישט געבויט.... נאר קיינער הערט נישט זייער וויי געשריי...😭😭😭😭😭😭 וואס זיי אליינס וואגן זיך נישט צו שרייען...
סיסטעם=חורבן.
 
די סיסטעם איז נישט געבויעט אדער געמאכט צו געבן אנערקענונג, א יעדער דארף אנערקענונג. איינער מער און איינער ווייניגער. אבער די בחורימ'לעך וואס באקומען זייער אנערקענונג ערגעץ אנדערש און פון דארט שעפן זיי זייער חיות, איז ווייל דאס איז וואס דער סיסטעם איז.

באקום דיין אנערקענונג ביי טאטע און מאמע, אין ישיבה זאלסטו זיין דער נאמבער און קונה זיין וואס די ישיבה שטעלט צו.

געווענליך די בחורים וואס שטעלן ארויס די פיס איז טאקע ווייל זיי דארפן אנערקענונג, ווען נישט שטעקט ער נישט ארויס זיין פיס. עס איז די דזשאב פון די עלטערן זיי צו געבן די אנערקענונג.

קענען די עלטערן עס נישט טוהן אליין, קענען זיי איהם אויך נישט שיקן אין קיין סיסטעם ישיבה. ווי שוין דערמאנט אין עטליכע תגובות אז עס איז דא פלעצער פאר די וואס דארפן דעם עקסטערן אנערקענונג. אונז זענען מיר זיך בכלל נישט מחולק.
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
אונז זענען מיר זיך בכלל נישט מחולק.
הייס מחולק!!! טאקע דעס האב איך געשריבן, אז די נושא איז אנערקענונג, און פאר דעם סורווייווען די בחורים וואס באקומען אינדערהיים, אבער עם כל זה, איז א פראבלעם פאר זיי די סיסטעם, 'קיינער' קען נישט וואקסן דורך א סיסטעם! אפשר קען ער וואקסן 'למרות' די סיסטעם.
א געזונטע נפש קען נישט דולדן זיך צו געפינען אין א מסגרת 3 יאר, 13 שעה א טאג, אן קיין אנערקענונג!!!! פינטל.
 
'קיינער' קען נישט וואקסן דורך א סיסטעם
די סיסטעם איז אז טאטע מאמע זאלן געבן די אנערקענונג וואס ער דארף באקומען. אין ישיבה זאל ער טוהן וואס די ישיבה ברויך צו טוהן פאר איהם, נישט מער און נישט ווייניגער. אט דאס איז דער סיסטעם.

דער וואס באקומט נישט די אנערקענונג דארף גיין מיט עפעס וואס איז אינדרויסן פונעם סיסטעם.
 
א געזונטע נפש קען נישט דולדן זיך צו געפינען אין א מסגרת 3 יאר, 13 שעה א טאג, אן קיין אנערקענונג!!!! פינטל.
וואס איז דער רוב? און וויפיל פון די רוב זענען געדעמעדזשט?
ענטפער מיר נישט קיין סך. ענטפער מיר א פראצענט ציפער.
 
איז א פראבלעם פאר זיי די סיסטעם, 'קיינער' קען נישט וואקסן דורך א סיסטעם
איצטערט, לגבי רעדן פון די סיסטעם יא גוט נישט גוט, איז אן עקסטערע נושא פאר זיך וואס איז ווערד א דעבאטע, איך מיין עס איז שוין דא שנירל דערוועגן.
אבער לגבי די סיסטעם אין ישיבות בין איך ביי דער מיינונג אז א רעגולער ישיבה סיסטעם קען זיך נישט ספראווען מיט די אנערקענונג פראבלעם. אנערקענונג דארף מען און זאל מען באקומען פון ווי מען דארף דאס ארגינעל צו באקומען פון.
 
וואס איז דער רוב? און וויפיל פון די רוב זענען געדעמעדזשט?
ענטפער מיר נישט קיין סך. ענטפער מיר א פראצענט ציפער.
די נושא איז נישט ווערן געדעמעדשט, כ'האב דאך געזאגט אז ס'גרויסע עולם 'סורווייווט'.

פאר סאם ריזען זעסטו אז א מהלך פון א סיסטעם, איז א מהלך, איך האלט אז נישט, נאכאמאל, מ'קען סורווייווען, אבער אונז וואלטן אלע אויסגעקוקט שענער אן דעם....
לאמיר דיר מסביר זיין: אויב איינער גייט אויף מוזיק לעסאנס פאר דריי יאר, אבער דער בחור איז אףף טאאן, זיין מח מיט מוזיק קומען זיך נישט צאם.... שוין נאך דריי יאר קומט ער ארויס מיט זילטש... אבער געזונט און פריש... דעס מיינט אז 'ס'האט געארבעט פאר איהם'??? ווייל ער איז געבליבן א נארמאלע מענטש???
ער איז געקומען דא פאר א ציל , און ארויס below zero

די ציל פון אונזער 'סיסטעם' איז מ'זאל קונה זיין תורה ויר"ש (אויף די ריכטיגע נארמאלע וועג) צי ארבעט עס? ניין!
גייסט מיר זאגן אז די קענסט דריי מסכתות? וואלסט געקענט 10 אן די סיסטעם, גייסט מיר זאגן יראת שמים? געבעך דיר א פראסק אין פנים, די עולם קומט ארויס פון סיסטעם אן וויסן פון גאט און (אמת'ע) אידישקייט צו זאגן!
 
די ציל פון אונזער 'סיסטעם' איז מ'זאל קונה זיין תורה ויר"ש (אויף די ריכטיגע נארמאלע וועג) צי ארבעט עס? ניין!
גייסט מיר זאגן אז די קענסט דריי מסכתות? וואלסט געקענט 10 אן די סיסטעם, גייסט מיר זאגן יראת שמים? געבעך דיר א פראסק אין פנים, די עולם קונט ארויס פון סיסטעם אן וויסן פון גאט און (אמת'ע) אידישקייט צי זאגן!
צו דעבאטירן דעם סיסטעם לאמיר שטעלן א פרישער טישטוך, עפן א שנירל דערפאר. און מיר וועלן עס דארטן דעבאטירן.
 
ומכאן הקריאה יוצאת: טייערע עלטערן, ווען דו שרייבסט איין א בחור אין א ישיבה (קטנה בפרט...) פרעג דיך נאך אויב דער מנהל פארשטייט צו א בחור'ס נפש, און פאוקעס 'נאר' אויף דעם.... די אלע זאכן, לערנען, קוועטשען, ר' עקיבא אייגער'ס ,איז באלאוני מאקאראוני!!!!! אויב דו האסט רחמנות אויף דיין בחור'ס לעבן!!!!!
דער עיקר איז ווי דו זאגסט, אז די פרייאריטי פאוקוס איז צו דעם בחור'ס נפשיות,
אויב וועט זיך דארט טרעפן דאס פלאץ, און מסדר זיין מיט א גוטן געזעלשאפט פון חברים וואס זענען סופארטיוו אא"וו.

אבער אין פראקטיק קען מען נישט אוועקמאכן רבי עקיבא איגר - ענד וואט קאמס וויט איט.
אין אונזער סאסייעטי איז א מציאות כהיום אז א בחור וואס איז אויסגעקאכט אין די מהלך לימודי הישיבות, ווי רבי עקיבא איגר און קצות'ן, האט א גוטן טשענס צו לאנדן מיט א טאכטער פון א נגיד. עס איז פשוט א גוטע אינוועסטמענט מיט א גוטן ריטורן.
עס איז נישט פאר יעדן, אבער מען דארף עס קאנסידערן, עס איז נישט ווייניגער ווי א פי. עיטש. די.
 
אבער אין פראקטיק קען מען נישט אוועקמאכן רבי עקיבא איגר - ענד וואט קאמס וויט איט.
אין אונזער סאסייעטי איז א מציאות כהיום אז א בחור וואס איז אויסגעקאכט אין די מהלך לימודי הישיבות, ווי רבי עקיבא איגר און קצות'ן, האט א גוטן טשענס צו לאנדן מיט א טאכטער פון א נגיד. עס איז פשוט א גוטע אינוועסטמענט מיט א גוטן ריטורן.
עס איז נישט פאר יעדן, אבער מען דארף עס קאנסידערן, עס איז נישט וויניגער ווי א פי. עיטש. די.
זאגסט גוט!!!
אבער ס'שווער פאראויסצוזעהן, און עס איז א שפיל מיט פייער!!!!
בפרט אז ס'ארבעט נישט ממש אזוי ווי געפלאנט.... און אפי' ווער ס'קומט שוין אן צו די געלט, האט נישט אלעמאל גליקן
ממילא...
 
איך מיין דא איז פארגעקומען א גרויסע געמישאכץ צווישן פערזענדליכע עקספירענסעס, און כלליות'דיגע נקודות.

לאמיר אראפלייגן די בילד וויאזוי איך קוק עס אן:

1. א ראש ישיבה פון א פריוואטער ישיבה האט א "רעכט" אנצונעמען נאר וועמען עם שמעקט.

2. א ראש ישיבה פון א פריוואטער ישיבה האט אויך א "רעכט" צו ווארפן סיי וועמען ער פילט אז ס'שטערט אים פירן די ישיבה (חוץ אויב ער האט געשריבן א קאנטראקט פארקערט).

3. א ראש ישיבה וואס ווארפט א בחור (בפרט אינמיטן זמן), קען דערמיט אפשחט'ן דעם בחור אויפן לעבן, און ס'איז דעריבער ערווארטעט אז אלס א מענטש מיט געפילן זאל ער עס נאר טוהן בדלית ברירה און אפילו דאן זאל עס ווערן געטוהן אויף די מערסט בכבוד'דיגסטע וועג מעגליך.

4. א ראש ישיבה וואס גייט אבער צו מיט א לייכטקייט צו ווארפן בחורים, ובפרט נאך אז ער לייגט נאך צו עקסטערע בושה און פעין דערביי איז א "שלעכטער" מענטש (אפילו ער האט אלע "רעכטן" אים אוועקצושיקן).

5. ווען מיר -דרויסנדיגע- הערן אז א בחור איז געווארפן געווארן, וועלן מיר (געוועזענע בחורים) נאטורליך אננעמען די צד פונעם בחור, פשוט וויבאלד מיר קענען זיך פיל גרינגער אידענטיפיצירן מיט אים ווי איידער מיטן ראש ישיבה (וואס מיר וועלן האפנטליך קיינמאל נישט זיין).

6. נאר וויבאלד מיר קענען זיך גרינגער אידענטעפיצירן מיטן בחור מאכט עס אים נישט מער אדער ווייניגער גערעכט, נאר אלעס ווענדט זיך וואס דארט איז פארגעקומען בעפאר, און וויאזוי מען האט אים פארשיקט, און נאר נאכן וויסן די דעטאלן קענען מיר וויסן צו דער ראש ישיבה איז א "שלעכטער" אדער נישט.

7. און וויאזוי מערערע האבן שוין געשריבן, טאטעס וואס שיקן אריין זייערע בחורים אין פלעצער ווי זיי געהערן נישט זענען א כאפטע שוטים.

כ'מיין אז א חלק פון די טענה'ריי דא איז געווען טענו בחיטים והודו לזכר.. איינער האט געשריגן חיי וקים אז פונקט נומער צוויי איז א ריכטיגע פונקט בשעת דער אנדערער האט צוריקגעשריגן הויעך פונקט נומער 4, 5 אדער 6... כ'מיין אבער אז ס'איז אלו ואלו דברי אמת ויציב.
 
Back
Top