- זיך איינגעשריבן
- מאי 14, 2025
- מעסעדזשעס
- 151
- רעאקציע ראטע
- 808
- פונקטן
- 113
איך מיין דא איז פארגעקומען א גרויסע געמישאכץ צווישן פערזענדליכע עקספירענסעס, און כלליות'דיגע נקודות.
לאמיר אראפלייגן די בילד וויאזוי איך קוק עס אן:
1. א ראש ישיבה פון א פריוואטער ישיבה האט א "רעכט" אנצונעמען נאר וועמען עם שמעקט.
2. א ראש ישיבה פון א פריוואטער ישיבה האט אויך א "רעכט" צו ווארפן סיי וועמען ער פילט אז ס'שטערט אים פירן די ישיבה (חוץ אויב ער האט געשריבן א קאנטראקט פארקערט).
3. א ראש ישיבה וואס ווארפט א בחור (בפרט אינמיטן זמן), קען דערמיט אפשחט'ן דעם בחור אויפן לעבן, און ס'איז דעריבער ערווארטעט אז אלס א מענטש מיט געפילן זאל ער עס נאר טוהן בדלית ברירה און אפילו דאן זאל עס ווערן געטוהן אויף די מערסט בכבוד'דיגסטע וועג מעגליך.
4. א ראש ישיבה וואס גייט אבער צו מיט א לייכטקייט צו ווארפן בחורים, ובפרט נאך אז ער לייגט נאך צו עקסטערע בושה און פעין דערביי איז א "שלעכטער" מענטש (אפילו ער האט אלע "רעכטן" אים אוועקצושיקן).
5. ווען מיר -דרויסנדיגע- הערן אז א בחור איז געווארפן געווארן, וועלן מיר (געוועזענע בחורים) נאטורליך אננעמען די צד פונעם בחור, פשוט וויבאלד מיר קענען זיך פיל גרינגער אידענטיפיצירן מיט אים ווי איידער מיטן ראש ישיבה (וואס מיר וועלן האפנטליך קיינמאל נישט זיין).
6. נאר וויבאלד מיר קענען זיך גרינגער אידענטעפיצירן מיטן בחור מאכט עס אים נישט מער אדער ווייניגער גערעכט, נאר אלעס ווענדט זיך וואס דארט איז פארגעקומען בעפאר, און וויאזוי מען האט אים פארשיקט, און נאר נאכן וויסן די דעטאלן קענען מיר וויסן צו דער ראש ישיבה איז א "שלעכטער" אדער נישט.
7. און וויאזוי מערערע האבן שוין געשריבן, טאטעס וואס שיקן אריין זייערע בחורים אין פלעצער ווי זיי געהערן נישט זענען א כאפטע שוטים.
כ'מיין אז א חלק פון די טענה'ריי דא איז געווען טענו בחיטים והודו לזכר.. איינער האט געשריגן חיי וקים אז פונקט נומער צוויי איז א ריכטיגע פונקט בשעת דער אנדערער האט צוריקגעשריגן הויעך פונקט נומער 4, 5 אדער 6... כ'מיין אבער אז ס'איז אלו ואלו דברי אמת ויציב.