נומערן זאגן נישט קיין ליגנט, צי דען?

היינט איז ארויס געקומען א שטודיע פון ,Mispar א שטודיע קאמפעני פון/פאר עמי מאגעזין.
זיי האבן שטודירט וויפיל שדכנים ווערן באצאלט אן עווערעדזש, און זיי זענען געקומען צי די מסקנה אז א פרוי באקומט $2700 און א מאן באקומט $9000.
א יעדע בר בי רב דחד יומא ווייסט אז דאס איז נישט אמת, א מאן שדכן באקומט נישט צופיל מער פון א פרוי און זיכער נישט מיט %400 מער.
איך קום נישט נישט זאגן אז זיי זענען ליגענערס, איך קום אבער יא זאגן א נומערן זאגן יא ליגענט, וואס דא איז געשעהן קען מען זעהן אויפן טשארט אז איין מאן שדכן האט באקומען איבער צעהן אלפים און לכאורה רעדט מען פון א צודרייטע נומער ווי למשל הונדרעט טויזענט און דאס האט ארויפגעברענגט די עווערידש צי $9,000, וואס דאס איז פשוט א פאלשע מסקנה.

וואס וויל איך ארויסברענגען? אז נומערן קענען יא זאגן ליגענט!View attachment 98
דאס מיינט נאר אז די מהלך פון צאמנעמען סטאטיסטיקס און דאס רעכענען קען זיין flawed.
 
דא איז א ווידיא וועגן סטאטיסטיקס און ווי גרינג ס׳איז ארויסצונעמען וואס מען וויל, סטאטיסטיקס איז א קאמפליצירטע נושא, און ס׳איז וויכטיג צו פארשטיין וויאזוי פארשער ארבייטען מיט סטאטיסטיקס פארן ארויסנעמען די אייגענע מסכנות
זייער א אימפארמאטיווע ווידיא, ער צולייגט וויאזוי מ׳קען אויסטייטשען א סטאטיסטיק נומבער צוויי אנדערע וועגן געבענדיג א געלעגענהייט פאר די מידיא ארויסצולייגן א בייעסד אפיניאן.

למשל, אז דעי יאר איז איין פון א מיליאן מענטשען געווארן אראפ געקלאפט ביים קראסען די גאס, און די נעקסטע יאר איז די נאמבער ארויף צו צוויי פון א מיליאן, מען קען עס אנקוקן אז די נאמבערס זענען ארויף מיט א פוינט פוינט פון א פראצענט אין מ׳האט שוין געהערט אזאנס, אדער קען מען שרייען אז די צאל איז ארויף מיט א הונדרעט פראצענט (ווייל למעשה האט זיך עס געדאפעלט) און ס׳איז ממש א קריזיס…
 
Back
Top