ניצוצי כס"ף

דארטען איז עפעס אנדערש אינגאנצען
דארט איז די מטרה אריין צו שלעפען ווי מער פרומע צו די ארמעי און זיי וויסען אויך אז זיי האבן אסאך מער טשאנסען זיי אריין צו ברענגען און 8200 ווי און אנדערע יוניטס
(פאר אפאר סיבות, ערשטענס ווייל די וואס גייען טוהן עס פאר פרנסה זיי לערנען זיך אויס א פאך, און צווייטען'ס אלעס איז אומטער די קוליסען און זיי דארפען זיך נישט ארום דריייען אויף די גאסען מיט די מונדירען)
לגבי די ערשטע סיבה ביזטו גערכט
באוט די צווייטע ווייניגער דאס איז א ספעצעילע אפמאך פון די מנהלים פון kodcod אזוי הייסט די פרומע פראגראם מיט די מיליטער
און דאס קען מען אויך אריין ברענגען פאר נאך יוניטס אין מילטער אזוי ווי רבנות / קאך / דרייווערס אא״ו
 
וואו שטארק איך וויל און האף אז העריס זאל געווינען די וואלן.

קען איך אפשר באשטיין אז טראמפ זאל עס מאכן און זיין פרעזידענט, כדי אונזערע היימישע אידעלעך וואס רעדן זיך איין אז ביידן - העריס זענען שולדיג אין אלע אונזערע פראבלעמען וועלן געוואויר ווערן אז אונטער טראמפ וועט עס נאר זיין הונדערט מאל ערגער...

פון די צווייטע זייט, וועלן די טראמפיסטן אייביג טרעפן א שולדיגן אויף יעדן פראבלעם, און ביידן - האריס, אדער סתם די לינקע פאליטישאן'ס און די מידיע וועלן בלייבן שולדיג אויף אלע צרות. אבער המלך טראמפ יחיה לעולם ועד - און קיין שום ברעקל פון פראבלעם וועט זיך נישט אנקלעפן אין עם.
 
און נישט נאר מ'וועט טרעפן אויף וועם ארויפצושמירן די שולד, נאר מ'וועט זיך איינרעדן אז אלעס איז גוט אפילו זאכן זענען בערך די זעלבע ווי אפאר יאר פארדעם. Confirmation Bias
 
כ'פארשטיי נישט דאס וואס מאנכע טענה'ן (ביבי האט עס אויך געזאגט ביי זיין רעדע אין קאנגרעס) קעגן די געי'ס ודומיהן וואס פראטעסטירן בעד עזה, טענה'נדיג אז א געי וכדומה אין עזה וואלט מען אראפגעשליידערט אלע שטאק אין עזה, און מקיים געווען מצות סקילה, סאו וויאזוי קענסטו זיך אנעמען פאר עזה (און ווי ביבי בלשון צחות האט געזאגט ס'פונקט ווי טשיקן'ס זאלן פייטן פאר KFC...).

וואס האט איינס צוטון מיטן צווייטן? ווייל אין עזה וואלט מען געהרג'עט געי'ס, וועגן דעם מעג א געי זיך נישט אנעמען פאר זייערע ליידן?

צו באטאנען: כ'האלט קלאר נישט אז איזראעל פירט זיך נישט אויף ריכטיג אין עזה, אין פאקט טוען זיי גאר אסאך צו ראטעווען און באשיצן ציווילע, צוגאב צו דעם וואס כאמאס באהאלט זיך אונטער ציווילע. כ'רעד לשיטתם ולשטותם.
 
וואו שטארק איך וויל און האף אז העריס זאל געווינען די וואלן.

קען איך אפשר באשטיין אז טראמפ זאל עס מאכן און זיין פרעזידענט, כדי אונזערע היימישע אידעלעך וואס רעדן זיך איין אז ביידן - העריס זענען שולדיג אין אלע אונזערע פראבלעמען וועלן געוואויר ווערן אז אונטער טראמפ וועט עס נאר זיין הונדערט מאל ערגער...

פון די צווייטע זייט, וועלן די טראמפיסטן אייביג טרעפן א שולדיגן אויף יעדן פראבלעם, און ביידן - האריס, אדער סתם די לינקע פאליטישאן'ס און די מידיע וועלן בלייבן שולדיג אויף אלע צרות. אבער המלך טראמפ יחיה לעולם ועד - און קיין שום ברעקל פון פראבלעם וועט זיך נישט אנקלעפן אין עם.
דער בארדיטשובער וואלט עס פיין איינגעקעשט
ער האט אזוי פיינט טראמפ אז ער קען שוין אפילו באשטיין אז טראמפ זאל געווינען😂
 
זייער גוט. איך טענה דאס שוין לאנג עס איז איינע פין נארישסטע הסברה טאלקינג פוינטס.

דער קאמידיען צולייגט עס דא זייער גוט , צום סוף.
View: https://x.com/nbcsnl/status/1847860671574397069
 
דער קאמידיען צולייגט עס דא זייער גוט , צום סוף
כ'האב נישט זוכה געווען צו עומד זיין לסוף דעתו.
אפשר וואלט איר געווען וויליג מיך צו פארשטיין געבן?

האט מדינת ישראל אמאל באמבאדירט עזה סתם פאר שוואוילטאג?
זיי לעכצן נאך אידיש בלוט, און באהאלטן ניטאמאל זייערע מאטיוון.
אודאי איז מעגליך אז אויב מ'לאזט זיי אפ וועלן זיי במשך די נעקסטע פופציג יאר ווערן מער מערב וועלט געשטימט, אבער אויף וועלכע פרייז?

ס'איז ווי איינער זאל זאגן אז מ'זאל נישט ארבעטן שנעל אויף א קאוויד וואקסין ווייל נאך אפאר יאר וועט די סטרעין ממילא שוואכער ווערן.
 
דער בארדיטשובער וואלט עס פיין איינגעקעשט
ער האט אזוי פיינט טראמפ אז ער קען שוין אפילו באשטיין אז טראמפ זאל געווינען😂

איך האב גראדע נישט קיין ספעציעלע עקסטערע פערזענליכע שנאה צו דעם גוי. עכ"פ נישט מער ווי כ'האב צו יעדן גוי אין גאס, וואס איז א גנב א באנקראטירטער רעיפיסט ראסיסט שמוציאן נארסיסיסט בעל גאוה וכו' וכו' וכו'.

וואס כ'האב יא ביטערליך פיינט, איז די גרויליגע עקלדיגע מאגא מאוומענט וואס באגלייט עם, און בפרט די היימישע מאגא מאוומענט, וואס מאכט מיר ממש קראנק. און זיי גייען לכאורה האבן א ביטערע מפלה אויב ער געווינט.
אויב פארלירט ער, גייט ער זיין בבחינת 'קדוש מעונה', וואס די געפערליכע סיסטעם און דיפ סטעיט האט עם אונטערגעברענגט. אבער אויב געווינט ער, און די מצב וועט זיין טויטע כפרות, דעמאלטס וועלן אלע זעהן אז שיטת רבינו דאס איז דעת וכו'. :p
 
וואו שטארק איך וויל און האף אז העריס זאל געווינען די וואלן.

קען איך אפשר באשטיין אז טראמפ זאל עס מאכן און זיין פרעזידענט, כדי אונזערע היימישע אידעלעך וואס רעדן זיך איין אז ביידן - העריס זענען שולדיג אין אלע אונזערע פראבלעמען וועלן געוואויר ווערן אז אונטער טראמפ וועט עס נאר זיין הונדערט מאל ערגער...

פון די צווייטע זייט, וועלן די טראמפיסטן אייביג טרעפן א שולדיגן אויף יעדן פראבלעם, און ביידן - האריס, אדער סתם די לינקע פאליטישאן'ס און די מידיע וועלן בלייבן שולדיג אויף אלע צרות. אבער המלך טראמפ יחיה לעולם ועד - און קיין שום ברעקל פון פראבלעם וועט זיך נישט אנקלעפן אין עם.
דארפסט נישט מער ווי קוקן אין ארץ ישראל, וואו די רעכטע זענען שולט פאר די לעצטע כ'ווייס וויפיל יאר (עטליכע אין צוואנציג כאטש), אויסער קליינע הפסקות דא דארט פון לינקע (אדער בעסער געזאגט אחדות) ממשלות.
און דאך איז די גאנצע וועלט שולדיג אין זייערע דורכפעלער, די בג"ץ, די יועהמשי"ת, די לינקע מידיע, וכו' וכו' וכו'.
 
די רעכטע רעגן זיך אסאך מאל אז די יוסטיץ דעפארטמענט לויפט זיי נאך, טענה'נדיג אז ס'איז קלאר סעלעקטיוו, ווייל מ'הערט כמעט נישט אז זיי זאלן זיך פארלייגן אויף לינקע.
די תירוץ איז אייביג געווען, אז די רעכטע נעמען אויף קרימינאלן וואס - וואס זאל מען טון - זענען שולדיג אין געוויסע עבירות.
יעצט זעהט מען עס קלאר, ווען פיל פון טראמפ'ס קאבינעט, זענען קרימינאלן (אמאל געווען, אדער נאך אלס).
ובראשם מעט געיטץ וואס די עטיקס קאמיטע פון די קאנגרעס, קוקט שוין א שטיק צייט אריין אין א באשולדינג אקעגן עם, איבער ס*ס מיט א מיינער, און איבער ס*ס טרעפיקינג, און דאך שטופט עם טראמפ און די רעפובליקאנער מאשין צו ווערן אטוירני דזשענעראל.
און נאכדעם גייען זיי זיך וואונדערן, היתכן מ'רודפ'ט אונזער אטוירני דזשענעראל. מ'האט קיינמאל נישט גערודפ'ט קיין אטוירני דזשענעראל, ס'איז נאר ווייל ער איז א רעכטער, און די יוסטיץ סיסטעם איז פארפוילט, און אקעגן די רעכטע.

אפשר זאלן ענק טראכטן פון אויפנעמען נארמאלע מענטשן פאר פאזיציעס, אפשר דעמאלטס וועט מען ענק נישט רודפ'ן?
 
אין ארץ נהדרת עונה 17 פרק 1, האבן זיי געהאט א שטיקל ווי דער מנחה פרעגט אן נתניהו היתכן ער נעמט אויף דוד ביטן פאר שר החקלאות, גלייך נאך מ'האט עם באשולדיגט מיט 12 כתבי אישום. ענטפערט עם נתניהו, טאקע וועגן דעם - אזוי פארמינערט עס די מצב פון מיינע 3 כתבי אישום.

זעהט אויס די זעלבע זאך איז יעצט מיט טראמפ און געיטס, טראמפ האט זיך געמאכט א חשבון, איינמאל מ'נעמט געיטס אויפן צימבל, און מ'טרעפט דארט אלע זיינע מעשים טובים. וועלן זיינע עבירות שוין אויסקוקן גאלד אקעגן געיטס'ס...

קטע ארץ נהדרת
 
And he got him to resign so charges are dropped in a nice way
 
די רעכטע פערפאמען בעסער ווען זיי זענען אין אפאזיציע, ווען זיי זענען נישט אין טשארדזש, ווי ווען זיי זענען אין שלטון.
די לינקע פערפאמען בעסער ווען זיי זענען אין שלטון, ווי ווען זיי זענען אין אפאזיציע.
 
ווער האט מחליט געווען אז מ'שרייבט 'גוגל' ווי די ליטווישע, כ'מיין מ'דארף שרייבן 'גאגל'. נישט אזוי?
זעהט זיך אויס אז חסידישע יודן גוגלען נישט! ס'פאסט נישט
 
פארוואס פרויען זענען אזוי בייסיג רשעות'דיג אינדערהיים, אסאך מער ווי מ'זעט ביי די מענער?
מענער האבן נישט קיין שום פראבלעם אויפצושטיין אויף די לינקע זייט, גיין אזוי אין ביהמ"ד, יעדער וואס באמפט זיי אן דעמאלטס, באקומט א שאוער פון דעם באבלאזענעם.... האפנטליך בארוהיגט ער זיך אין מקוה, א נישט אין קאווע שטיבל, אדער ביים דאווענען, אנדערע ביים לחיים, וכדו'. ער קען אפילו אנקומען צום ארבעט באזעצט און באבלאזן, און יעדער וואס קומט אין זיין וועג, וועט גלייך זעהן היינט איז נישט זיין טאג, ס'איז בעסער צו שטיין ווייט פון עם.
משא"כ פרויען וואס די רגע זיי גייען ארויס פון דערהייים, אפילו נאר צו אפדראפן די גארבידזש (וואס זיי טוען טאקע כמעט נישט - טאקע פאר די סיבה...), קלעפן זיי ארויף זייער פלעסטיק שמייכל אויף זייער פנים, און זיי קוקן אויס אינגאנצן פענסי שמענסי, כאילו די גאנצע וועלט שמייכלט צו זיי. אפגערעדט ווען זיי גייען שאפינג אדער צו די ארבעט וכדו'. און אפילו זיי האבן יא א גוטע חבר'טע וואס זיי וועלן זיך אמת'דיג אויסרעדן צו איר (וואס איז זעלטן), אויב וועלן זיי האבן די מינדערסטע חשד אז איינער קוקט אויף איר, וועט זי גלייך צוריקלעפן די פאלשע שמייכל.
אשר על כן וועלן זיי אייביג אויסגעבן זייער פארביטערטקייט און אנגעביסנקייט אינדערהיים אויף דער קרבן תמיד - זייערע מענער. משא"כ מענער וואס זיי לעבן מער א נאטורליכע לעבן, מוז נישט זייער פארביטערטקייט און אנגעביסנקייט ארויסקומען דוקא אינדערהיים (כאטשיג ס'קען פונקט אזוי יא ארויסקומען אינדערהיים).
טאקע וועגן דעם דארף מען זיך נישט פארלירן, ווען מ'זעהט אין גאס צו וואו ס'זאל נאר זיין, א ווייבל מיט גאלדענע מידות, און רעספעקטירט איר מאן וכדו'.
און מ'רעדט זיך איין, א שאד כ'האב נישט חתונה געהאט מיט איר וכו'.
ווייל דאס וואס זיי טוען אין גאס, רעפלעקטירט נישט א מיליאנסטל פון וואס זיי זענען אינדערהיים.

נארמאלע מענער, אז דו וועסט זיך דרייען נעבן א אים אביסל, וועסטו נארמאלערהייט האבן א שטיקל השגה איבער זיינע מידות וכו'.
א פרוי קענסטו גארנישט וויסן, ביז דו וואוינסט אין איין הויז צוזאמען מיט איר.

טאקע פארדעם וואלט מען ווען געדארפט דעיטן געהעריג ווי ביי די גוים, ווייל נאר דעמאלטס קענסטו וויסן וואס זי איז באמת.
 
ס'איז כדאי אויסצוהערן וואס די לעידי זאגט דא. סיי די וואס זאגן 'רק ביבי' אדער 'רק טראמפ', אבער בכלל געבט עס א געזונטן קלארן בליק אויף גאווערמענט והמסתעף:
 
דארפסט נישט מער ווי קוקן אין ארץ ישראל, וואו די רעכטע זענען שולט פאר די לעצטע כ'ווייס וויפיל יאר (עטליכע אין צוואנציג כאטש), אויסער קליינע הפסקות דא דארט פון לינקע (אדער בעסער געזאגט אחדות) ממשלות.
און דאך איז די גאנצע וועלט שולדיג אין זייערע דורכפעלער, די בג"ץ, די יועהמשי"ת, די לינקע מידיע, וכו' וכו' וכו'.
פני הביביזם:
GdxTtcTWcAA-MCe.jpg
 
Back
Top