- זיך איינגעשריבן
- סעפ. 14, 2024
- מעסעדזשעס
- 112
- רעאקציע ראטע
- 900
- פונקטן
- 113
געווענדליך בין איך דא עוסק אין היסטאריע און עקזיסטענטשענל ענינים, אבער כ׳האב אויך אן אבסעסיע מיט חסידיק מוזיק, איך קען נישט מגדיר זיין די קאטעגטריע פון דעם האבי, איז דאס עפעס מחוץ מיין אינטעלעקטואלער רוים, איז עס עפעס קינדעריש אזא סארט ספארט? ווער ווייס. עס איז מערקוועדיג אז אלץ יונג בחור ווען ס׳מיר אויסגעקומען צו רעדן צו מיין טאטע און זיידע וועגן מיינע מוסיקאלישע היראוס, ווי מונה, ירמיה דמן, מרדכי בן דוד, משה לאופר, פלעג איך מיך פארויטלען, עפעס האב איך זיך געשעמט דערמיט. היינט וואלט איך עס מגדיר געווען ס׳האט געפילט כאילו איך רעדט פון א פערזענליכער פעטיש, ווייל וואס איז א פעטיש? א פערזענליכער אבסעסיע וואס שטאמט נישט פון איין אין דער זעלבער געזעלשאפט. ״תרפים״ אין פסוק טייטשט הרב קאפלאן - פעטיש. דהיינו א פערזענליכער פריוואטער ליבלינג.
עס האנדלט זיך פון א דזשאנרע וואס לכאורה האלט שוין ביי מוצאי, איבערגענומען ביי א דזשאנרע וואס איך וואלט גערופן ״דזשואיש בעלעדס״. חאסידיק מוזיק איז היינט א דזשאנרע פאר נאסטאלגיסטן וואס פאלט ביסליכווייז אין די ארכיוון דארט וואו עס ליגט שוין במנוחה משנים קדמוניות חזנות און אנדערע זכרונו לברכה זשאנארעס וואס ענטוזיאיסטן און פיוריסטן הערן מיט גרויס התלהבות און יראת הכבוד און דארשטן פאר מער און מער.
איך בין א בן ניינציגער יארן, איך בין דער וואס די אויערן ציען זיך אים אויס נאר ביים הערן יענער דזשאנרע. און איך ווינדער זיך, וואס שטעקט טאקע אונטער מיין אבסעסיע מיט האסידיק מוזיק? (און מסתמה קענען צו דעם רילעיטן פארכאפטע אבסעסירער פון 2025 דזשואיש בעלעיד מוזיק), פארוואס פיל איך א געברויך צו הערן אינטרעוויו׳ס מיט ישראל לאם, פארוואס פאררויטל איך זיך אז איך טרעף זיין אור פלימעניק? פארוואס גריבל איך נאך יעדעס שטיק אינפארמאציע וועגן מונה רוזנבלום, ירמיה דמן, מרדכי, אברהם, גרין, לאופר, והמוזיקאים למיניהם די אמעריקאנער קעגן די ישראלישע? פארוואס מוז איך זאגן יעדן אז לאופר איז באמת לייפער? פארוואס אז איך בין געזעסן ביי עמיצן אין שטוב אין קרוינהייץ אין אברם׳ל איז פונקט אריבערגעקומען בין איך געווארן מומענטאל פארליזירט און זיך מיעס פאררויטלט? פארוואס אז כ׳האב צום ערשטן מאל געגעבן די הענט ירמיה דאמען בין איך כמעט צוזאמגעפאלן?
פארוואס מוז איך אין מחשבה יעדן איבערצייגן אז מונה איז מלך, מער פון לאם און מער פון לאופר, און די גאנצע סיבה פארוואס איך הער לאם און לאופר זיי צו פארמעסטן מיט מיין מלך, פארוואס מוז איך אין מחשבה יעדן איבערצייגן אז ירמיה דמן איז א דזשאנרע נישט ווייניגער ווי אברמל און מרדכי?
וויל איך דא היינט שמועסן טאקע וועגן דער נושא, איז די דזשאנרע פון ניגוני חצרות ווייניגער פארגעשריטן ווי די דזשאנרע פון פאפ-חסידיק דזשאנרא?
לכאורה, אז דו האסט אין די גאלדענע תקופה פון מוסיקה חסידית אנגעצינדן א ״טעיפ״ פון יגאל צליק ז״ל פון לאנדאן פראפער; מיאמי בויס די העווי בורגער-בעסקיט באל אמעריקאנס; צליל וזמר די ״מאנסיער פלעטבושערס״; אנקל מוישי; להקת הרבנית הצבאית; דער צולאזטער איזראעלי דדי ז״ל, מזרחיסטישער בעלגישער אוהד, דער ישיבישער נסתר שטרייכר, משה גאלדמאן; בעלזא; באבוב, פיטסבורג, נאדווארנע, וויז׳ניץ, הלויים ניגוני ווערצבערגער, אייזיק האניג, בן ציון שענקער פון נאך די אכציגער יארן, א׳ ב׳ וועלט, איך בין שוין גרויס, און טאקע זושע שמעלצער, די מוזיק ביי כמעט אלע די אלבום׳ס איז דורך די זעלבע דריי, מונה, לאופר, לאם.
ביסט געגאנגען צום האסק און אוהל קאנצערט מיט דעם מלך הפראפעגאנדע סיגעל, צום גרויסן סיום הש״ס, צו א זכרון מנחם קאנצערט, אדער צו א בניני האומה קאנצערט מיט מנחם טאקער, ווידער די זעלבע דריי.
איז וואס זאל מיר מאכן טראכטן אז איין דזשאנרא איז מער פראפעשענל פון דער אנדערער אז ביי ניצן די זעלבע ארטיסטן?
זאל איך זאגן דער חילוק כאפט אז בעת ניגוני חצרות פארקויפט מען פאר חסידים וואס זענען סייווי חסידים פארקויפט מען פאפ חסידיק מוזיק מעשי ביזנעס, נישטא קיין מעשיות, ס׳מוז זיין גוט. אנדערע זאגן, די זינגערס, די גרויסע חברה זינגען ווי סלעבס, גיבן כאראקטער, שפילן מיטן שטימע כאוות נפשם, בעת ביי חצרות זינגט ווער ס׳איז זיך מתנדב. מאנכע זאגן די מלחינים מאכן דעם חילוק, פאפ מוזיק האט די סאמע בעסטע מלחינים בעת ניגוני חצרות זענען בלויז די בעסטע פונעם באטרעפנדער חצר, אדער גאר בלויז לחני קודש.
איז לאמיר זעהן צו עס שטימט טאקע מיט די מציאות. אמת, וויבאלד א זינגער דארף זיין א שטיקל אקטיאר און פערפארמער פאדערט אים א מלחין וואס זיינע קאמפעזיציעס פארמאגן דעם narrator סובסטאנס, האט זיך א ניגון החצר זיינע פאדערונגען, ווי אז ס׳זאל זיך פאסן גוט מיט א קאפעלע. אז איך נעם די דריי וויזניצע אלבום׳ס ארויס דורך בנימין הארטמאן, במיוחד דער שטארק פראפעסיאנאלער ״אודך״, דער באקאנטער מה אשיב איז פון דארטן. נאדווארנע פארמאגט כאטש צוויי אלבום׳ס מיט א סאלידער סאליסט ווי מנחם קליין. איך קען נישט מיט א מאך מיט די הענט זאגן אז עס קומט נישט צו למשל האלד אן, אמנם, וואו יאסי גרין קאמפאזירט, איך קען דאס נישט זאגן, ווייל נאדווארנע פארמאגט צוויי מעכטיגע קאמפאזיטערס, די צוייי מנחם׳ס, קליין און אלבום.
פיטסבורג, זיי ברענגען גאסט סאליסטן, די ניגונים, נישט אזוי שוי שפילעדיג, אבער ערנסט, די ניגונים האבן פארכאפט די וועלט, און מונה מאכט דארט אן ארבעט, טאקע נישט אזוי צולאזט, אבער בשום אופן נישט שוואכער ווי סיי וועלעכער MBD, שוואקי, מיאמי וכו׳.
ניגוני חסידי בעלז עם בעל המנגן ירמיה דמן אין די תור הזהב יארן, וואגן זאל איינער צו זאגן אז דארט פעלט עפעס אין די מוזיק ווייניגער ווי סיי וועלעכער ר״ר צאץ אלבום, אפילו די ניגונים זאל נישט קיינער וואגן צו זאגן אז דארט פעלט עפעס כלפי סיי וועלעכע אנדערער אלבום, פאקטיש ווען איך האב צום ערשטן מאל געהערט יוסי גרין׳ס זאכן זענען זיי מיר פארגעקומען ווי בעלז מיט א טוויסט, מיינע דמיונות אין א זייט, גראדע שפעטער האב איך געהערט אז ער זאגט אז זיין משוך פאר אברמל איז אינספירירט פון ירמיה׳ס משוך. דער אלבום אדיר היא איז געווען א סמעש שבסמעש, אן אלבום ווי וגילו צדיקים האט גארנישט געפעלט מיט הלחנה, דאס זעלבע מיט הנה זה בא, און מונה ווארפט דא פיין זיין מצב רוח און צולאזט זיך דא גענוג צווישן די משפתיים. און רעד נאר נישט פון מיין אמת מה נהדר אלבום, א שיינע פאר פון היינטיגע יונגע מוזיק ריזן האבן ביי דעם אלבום געכאפט דעם פארטל, שלמה קאליש איז א נישט קליינער קאמפאזער ווייט פון קטלא קניא. יוסף צבי ברייער איז א פארהייליגטער קאמפאזער אין בעלז, און הרב פנחס פרידמאן, וואלט ער געמאכט פינף הונדערט ניגונים אויף דעם ניווא ווי די קארגע צעהן וואס איך קען פון אים שווער איך אייך ביים בארד פון פויפסט אז ער איז מיט קיין האר נישט ווייניגער ווי גדול המלחינים בדורינו. און מסתמה פארשטייט עטץ לויט מיין הקדמה אז ירמיה איז מיר גאנץ פיין זיס אין די אויער (ווען ער טוט א דזשאב, נישט ווען ער פאלט אריין אין סטודיא מיטן בעלזער גארטל). ער בלענט עפעס יוצא דופן׳דיג גוט מיט די קווייער ווי אריינגענייט, (און ווער סגלייכט דעם שוואנצונעס אספעקט וואס קומט די קאפעלע ארויס פון די גרונות וועט דאך אודאי האבן א גוד טיים).
ניגוני משה גאלדמאן, אביסל ווייניגער קאלירפול און שעפעריש ווי ירמיה׳ס זאכן אבער סאליד שבסאליד. חזק, שמחתי, כנשר, זענען געווען אריות שבאלבומים, נישט געווען כמעט א חרדיש אויער מקרני הרעבישע הוטן ועד כזיתי היארמעלקעס וואס האבן זיינע גרויסע זאכן נישט געהערט און געווארן מיטגעריסן.
ביי יוסי גיל זאל זיין געזונט, איז טאקע נישטא קיין מחיצות צווישן די דזשאנרעס, אלץ פון ניגוני חצרות ביז ניגוני פרחי איז איין גרויסער דזשאנרע, מסתמה פארשטייט ער אויכעט אז זיי זענען אלע באמת איינס, זיי ווערן רעקארדירט אין די זעלבע סטודיאס, זעלבע אראנדזשידערס, זעלבע פויקערס, גיטאריסטן, טראמפייטן און מוזיקאנטן, ווערן אלע פארקויפט אין די זעלבע געשעפטן, געהערט אין די זעלבע ישיבות, בשעת יעדער זייט שפילט אשר לא ידע את יוסף. פאקטיש וואלט איך נישט איבערגעטריבן צו זאגן אז מיכאל שניצלער, יוסף משה כהנא, משה גאלדמאן, יונתן שווארץ, ירמיה דמן, האבן געהאט פונקט אזוי פיל צוהערער ביי די ישיבישער, טיפוס קרית ספר, אדער א פלעטבוש טייפ עולם ווי ביי די חסידים, די זעלבע להיפך, דדי, עמית ליסוואנט, און די שני המאורות מיט די בערד וועלעכע האבן לכאורה נישט אינזינען געהאט קרית יואל מיט סקווירא בשעת׳ן זינגען אין סטודיא, אזוי אויך די פרחי׳ס, האבן געהאט פונקט אזוי פיל סאמעטע קאפעליטשן זיי הערן.
שוין, איך האב גענוג געפלאפלט היינטיגן מוצאי שבת

לעצט רעדאגירט: